נאכ'ן סאטמר רב זצוק"ל אלץ רב אין ירושלים, איז גיקומען אויף זיין פלאץ דער מנחת יצחק, אויף א קיימא לן פון א אכט יאר, און דערנאך איז ר' משה אריה פריינד זצ"ל גיווען ירושלמיער קרוב צו זיבן יאר, און אזוי אויך הרב דושינסקי זצ"ל, די צווי לעצטע זענען גיווען איבער די זיבעציג ווען זיי האבן האבן באקומען די הויכגעשעצטע שטעלע.
זיע"א
דער היינטיגער ירושלמיער רב זאל געזונט זיין, איז אויך גיט איבער די זיבעציג, זאל דער אייברשטער אהים שענקען לאנגע געזונטע יארן לטובת משרתו הנכדה ולמען ירושלים.
איך האב בטעות אויבען געשריבען 80 אנשטאט 90, און 79 אנשטאט 89
נשלח ב-21/6/2004 17:31
א שאד סתם די שפעקולאציעס ווען מען קען טוהן צו דער זאך
זאגט א קאפיטל תהלים יעדן טאג "לקיים בנו חכמי ישראל"
זאגט דעם יום החודש, אדער לכל הפחות איין באשטימט קאפיטל
ווי צ.ב.ש.
אין באבוב האט מען איינגעפירט צו זאגן קאפיטל ו' - "ה' יסעדנו על ערד דוי"
אין וויזשניץ-חב"ד זאגט מען דאס קאפיטל לויט די יארן פונ'ם רבי'ן, למשל 91 יאר, קאפיטל צ"א
אין טאהש זאגט מען קאפיטל ס"א - ימים על ימי מלך תוסיף (ס'איז דא א קול-קורא אויף דעם פון ביד"צ דקהלות טאהש)
אויב ווייסט איר פון נאך ביטע טיילט דאס מיט.
נשלח ב-12/7/2004 01:24
פליז פאוסטן דעם נאמען מען זאל קענען מתפלל זיין
נשלח ב-12/7/2004 03:19
רבי יצחק טוביה בן ריקל לרפואה שלימה בתושח"י [ימין]
נשלח ב-12/7/2004 21:22
באראפארקער
א שיינעם דאנק פאר מעורר זיין אז צו זיין א גאב"ד איז נישט מסוגל אויף אריכת ימים.
איך האב דיך געפאלגט הלכה למעשה אין געמאלדן דשזובאי אז איך נעם אראפ מיין קאנדידאטור צו זיין גאב"ד פון חדשות אנ"ש. אויך פון בארא פארק בכלל.
איך האב אויך דעטוהן אביסל סייענטיפיק ריסוירטש אויף דעם נושא. איך האב באמערקט אז סאיז אסאך מעהר מסוכן ווי מען האט קודם געמיינט
דאס האב איך געטראפען
100 % פון די גאב"ד'ן אין ירושלים ביז ר' טוביה ווייס זענען טויט. עטליכע זענען נסתלק געווארן, עטליכע זענען נפטר געווארן, און אפאהר זעהען פלעין געשטארבן, איינער אדער צוויי זענען אוועק פון דער וועלט. הצד השווה שבהם אז אדער זיי זענען טויט אדער זיי זענען בעלמא דקשוט.
די זעלבע זאך איז אין קהלת מחזיקי הדת אנטווערפן. אלע האבן פארענדיגט אויפ'ן עולם אמת.
אויך האב איך אנדעקט א מוראדיגע סטאטיסטיק. און איך וויל דאס טיילען מיט די חשובע חברי הפארום בפרט לידידי ר' יוסף90
עס האנדלט זיך וועגן טשולענט אין אונגארן. ס'איז א געפערליכע זאך.
כמעט אלע וואס האבן געגעסן טשולענט אין אינטערלאנד פאר די ערשטע וועלטס מלמחה זענען שוין אויך אויף די אנדערע זייט...
על כן יאמרו המושלים בואו חשבון
נשלח ב-12/7/2004 22:30
באטשי
בכלל זענען די אונגערישע באטשי'ס, וואס ווען אונז זענען געווען קינדער זענען זיי געווען ALL OVER, היינט איז עס ליידער געווארען א זעלטענע ערשיינונג.