זאת חקת התורה: (יט-ב) לפי שהשטן ואומות העולם מונין את ישראל לומר מה המצוה הזאת ומה טעם יש בה, לפיכך כתב בה חוקה גזרה היא מלפני אין לך רשות להרהר אחריה (רש"י)
דער גאנצער ציהל פון דער שטן און די גוים, איז צוריק אויפוועקען חלילה א קטרוג אויף די אידן וועגן דעם חטא העגל, און מיט דעם ברענגן אויף זיי דעם מידת הדין. דערפאר טשעפן זיי די אידן און פרעגן: "וואס איז די מצוה און דער טעם דערפון? דאס קומט דאך מכפר זיין אויף דער חטא העגל"! ענטפערט מען זיי: "גזירה היא מלפני", עס איז א גזירה פון דעם אייבערשטען, "אין לך רשות להרהר אחריה", און מיר האבן נישט קיין רעכט אריין צו טראכטן אויף וואס דאס קומט מכפר זיין.
(אורח לחיים - זלאטשוב)
זאת חקת התורה: (יט-ב) לפי שהשטן ואומות העולם מונין את ישראל לומר מה המצוה הזאת ומה טעם יש בה, לפיכך כתב בה חוקה גזרה היא מלפני אין לך רשות להרהר אחריה (רש"י)
אזוי איז דער וועג פון דעם יצר הרע ווען ער קומט איבער רעדען א איד צו זינדיגען, צום ערשט ווען דער איד וויל טוהן א מצוה, רעדט ער איהם אפ נישט צו טוהן ווייל ער איז אזוי שטארק דערווייטערט פון דעם אייבערשטען צוליב זיינע עבירות, און די מצוה איז אזא הייליגע זאך, אז דער אייבערשטער וועט דאס נישט אננעמען. "מה המצוה הזאת"? אבער ווען דער איד שטארקט זיך איבער זיין יצר הרע און ער טוהט יא די מצוה, דאן קומט ווידער אהן דער יצר הרע און שיקט אריין אין זיין הארץ א געפיהל פון גאוה און צופרידענקייט: "קוק נאר און זעה וואס פאר א גרויסע און חשוב'ע זאך דו האסט געטוהן, וואס פאר א גוטען טעם דיין מצוה האט, "ומה טעם יש בה"!! דערפאר זאגט די תורה: "גזרה היא מלפני", איידער דו טוסט די מצוה זאלסטו טראכטן אז עס איז א גזירה אהן קיין טעם, אפילו דו ביסט נישט ראוי דערצו. און דערנאך "אין לך רשות להרהר אחריה" האסטו נישט קיין רשות אריין צו טראכטן נאכדעם אז דו האסט יא געטוהן די מצוה.
(רבי ר' מאיר פרעמישלאנער זי"ע,)
זאת חקת התורה אשר צוה ה' לאמר וגו', אשר אין בה מום אשר לא עלה עלי' עֹל. (יט-ב)
זאגט אויף דעם דער הייליגער רבי פון לובלין זי"ע: "אשר אין בה מום", א מענטש וואס מיינט אז ער האט נישט קיין שום פעלער, איז א סימן אז: "לא עלה עליה עֹל", ער האט נאך נישט אנגענומען אויף זיך דער "עול מלכות שמים" ווי עס דארף צו זיין. ווייל אויב יא, וואלט ער נאר איינגעזעהן זיינע פעלערס.
זאת חקת התורה: לפי שהשטן ואומות העולם מונין את ישראל לומר מה המצוה הזאת ומה טעם יש בה, לפיכך כתב בה חוקה גזרה היא מלפני אין לך רשות להרהר אחריה (שם)
לכאורה איז שווער, פארוואס פינקט דער מצוה טשעפענען זיי כלל ישראל, עס זענען דאך דא אסאך חוקי התורה, נאך איז שווער, פארוואס זאגט רש"י אז עס איז נישט דא קיין טעם, רש"י ברענגט דאך ווייטער פון מדרש אז דאס איז געקומען מכפר צו זיין אויף די מעשה העגל. זאגט דער הייליגער כתב סופר אז מען קען דאס פארענטפערען מיט א רמב"ן וואס ער פרעגט, פארוואס דארפען כלל ישראל האבען א כפרה אויף די מעשה העגל, די אלע וואס האבען געדינט די עגל זענען דאך שוין דעמאלס געשטארבען? נאר ענטפערט דער רמב"ן אז נאר די וואס האבען בפועל געדינט עבודה זרה זענען געשטארבען, אבער די וואס האבען געהאט "הרהורי עבודה זרה" זיי האבען נאך געדארפט האבען א כפרה. דאס איז פשט אין רש"י, די גוים טשענען און זיי זאגען "מה המצוה הזאת ומה טעם יש בה", פארוואס קומט עפעס אז מען זאל מעניש זיין כלל ישראל אויף "הרהורי עבירה"? ענפערט מען זיי: "לפיכך כתב בה חוקה" דאס איז א געזעץ פון די תורה אז, "אין לך רשות להרהר אחריה" ביי עבודה זרה איז אסור אפילו הרהורים.
נשלח ב-20/6/2004 06:43
זאת חקת התורה ויקחו אליך פרה, מה ענין תורה אצל פרה אלא מה פרה מטמאה ומטהרת כך התורה, וחז"ל אמרו (ידים ג,ה,) כל כתבי הקדש מטמאין את הידים כי מי שלומד ומחזיק עצמו חכם ולמדן וע"י זה מתגאה אזי התורה מטמאת אותו אבל אם האדם אינו מחשיב את עצמו כלל נמשלה לו התורה למים ויזכה למה שנאמר וזרקתי עליכם מים טהורים ויטהר מכל הטומאות כמאמרם ז"ל מה מים מכסים ערותו של ים אף דברי תורה מכסין ערותן של ישראל.
(הרה"ק ר' דוד מטאלנא זי"ע)
נשלח ב-20/6/2004 06:43
ויקחו אליך לעולם תהא נקראת על שמך פרה שעשה משה במדבר כי השטן ואומות העולם רוצים לקטרג על ישראל ומזכירין טעם שיש בה במצות פרה אדומה שבא עבור החטא הגדול כפירושו של ר' משה הדרשן ז"ל, אבל טעם זה ניחא על כל ישראל שלכולם היה קצת חלק בחטא זולת משה רבינו ע"ה שלא היה שם כלל, אבל לגבי משה אי אפשר לומר הטעם הנ"ל ועכ"ח חקת התורה הוא ואין לידע טעמה וזה שאמר לעולם תהא נקראת על שמך פרה שעשה משה במדבר ולא יהיה נזכר טעמה של פרה והיינו כפרת חטא העגל אלא פרה שעשה משה במדבר כפי המצוה שנצטוה במצות פרה שלא היה לו טעם אלא חוק.
(הרה"ק מוהר"י מבעלזא זי"ע)
נשלח ב-20/6/2004 06:44
פרה אדמה תמימה רש"י אומר שתהא תמימה באדמימות, שאם היו שתי שערות שחורות אבל בתמימות הנפש של תמים תהיה ה' אלקיך אף כחוט השערה אחד פוסל.
(חידושי הרי"ם)
אשר אין בה מום אשר לא עלה עליה על, אם נמצא אדם מישראל הסובר שאין בו מום שהוא כליל השלימות משמע שלא עלה עליו עול מלכות שמים ולכן אינו יודע מה רבים מומיו.
(החוזה מלובלין זי"ע)
ושחט אותה לפניו האור זרוע מקשה איך מאמינים לשוחט הרי בהמה בחייה בחזקת איסור עומדת ובמקום שהוחזק איסורא אין עד אחד נאמן? ותירץ הפני יהושע שאחרי השחיטה איתרע חזקת איסור של אבר מן החי אם כן ניחא בכל השחיטות שאיתרע החזקה אבל בפרה שיש גם חזקת טומאה של האדם שמזים עליו הדרא קושיא לדוכתא איך נאמין לשוחט כנגד החזקה שהוא מוחזק לטמא לכן יש צורך שתהיה לפניו לפני אלעזר שיהיו שני עדים.
(גלילי זהב)
וכל אשר יגע על פני השדה בחלל חרב או במת יטמא שבעת ימים, החמירה התורה בטומאת אדם יותר מכל טומאות אחרות לעשותו אבי אבות הטומאה ולעניין עוד חומרות כדי שלא יהיו בני אדם מצויים אצל מתיהם מתוך חיבה ויצטערו יותר מדי.
(חזקוני)
נשלח ב-20/6/2004 06:45
ונתן עליו מים חיים אל כלי, ישראל נמשלו למים מטבעם של מים שיכולים להתפשט ולשטוף שטחים עצומים להפרות מדבריות להסיע הרים ליישר הדורים ולהבקיע דרך אע"פ שיש מפריעים ומעצורים גדולים במה דברים אמורים כשהם במצב של נזילה אולם כשהם קפואים אין להם כל כח אף ישראל כך בהתלהבות אפשר להשיג הכל אבל במצב של קיפאון וקור שום דבר לא ישיגו.
(הרה"ק ר' מאיר שפירא מלובלין זי"ע)
נשלח ב-20/6/2004 06:45
ולקח אזוב וטבל במים, ולקח אזוב הנגינה היא קדמא ואזלא רמז לדברי חז"ל ישפיל עצמו כאזוב ואזוב הוא הנמוך בעשבים והדרך הנכונה להגיע למידת הענוה היא דע מאין באת בתחילה זה קדמא, ולאן אתה הולך זה אזלא למקום עפר רמה ותולעה.
(בארת המים)
נשלח ב-20/6/2004 06:46
וירם משה את ידו ויך את הסלע פעמיים, לכאורה מה ההדגשה פה פעמיים מאי נפקא מיניה כמה פעמים הכה בסלע, מובא בילקוט על יען לא האמנתם בי נאמר וכי אהרן מה חטא מכאן שהנטפל לעוברי עבירה כעושי עבירה, ואפ"ל שאהרן היה צריך למחות בידי משה שלא להכות את הסלע אם כן בהכאה ראשונה אפשר לומר שלא ידע שרוצה להכות אבל מאחר שהכה פעמיים ולא מיחה נראה כמסכים לו ונענשו שניהם.
(חרש אבן)
נשלח ב-20/6/2004 06:46
בתפילת גשם מזכירין על הסלע הך ויצאו מים לכאורה הרי רוצים כאן להזכיר זכותים של משה רבינו ולא ח"ו להוסיף קטרוגים והלא זה היה חטא מי מריבה, רק נראה דהכוונה שהגם שהוא עשה זאת נגד הציווי של ודברתם אל הסלע וממילא לא היה צריך בכלל להוציא מים בכל זאת הקב"ה עושה רצון יראיו והוסכם על ידו לתת מים גם באופן כזה וזה היה בבחינת צדיק גוזר והקב"ה מקיים וזה שאנו מתפללים שבזכות משה רבינו שהיה לו הכח לגזור והקב"ה מקיים נזכה גם אנו למים.
(הרה"ק ר' ברוך מקאמארנא זי"ע)
נשלח ב-20/6/2004 06:47
מילה בסלע שתוקי בתרין, כלומר מילי בסלע אם היה משה מדבר אל הסלע הרי היה מכניס את ישראל לארצם וממילא היה שתוקי בתרין היו השנים אלדד ומידד שותקין במה שאמרו משה מת יהושע מכניס.
(הרה"ק ר' ישראל דובער מסטעפין זי"ע)
נשלח ב-20/6/2004 06:47
לא תעבור בי, בכל הפרשה פנה אדום לישראל בלשון יחיד כי הסכנה מאחדת את ישראל ומזה היה אדום חושש.
(הרה"ק ר' שלמה מקארלין זי"ע)
פן בחרב אצא לקראתך, הרי בא לאיים למה דיבר בלשון ספק היה לו לומר כי בחרב אצא לקראתך בלשון וודאי אלא כך אמר מלך אדום כעת אין לי שום נזק ממכם אבל אם אתן לכם לעבור דרך ארצי ואם יהיה במשך הזמן מלחמה אתכם תדעו כבר כל דרכי ומסילותי ומבצרי לכן מן הראוי שלא תעברו בכלל דרך ארצי.
(שפת אמת)
נשלח ב-20/6/2004 07:11
תלמיד חכם צריך שיהיה בו שמינית שבשמינית, גאוה (סוטה ה') יש תלמידי חכמים שאינם בקיאים כל כך בחשבון ואינם יודעים לכוין בדיוק שמינית שבשמינית.
(הרה"ק מקאצק זי"ע)
יאסף אהרן אל עמיו מידותיו וסגולותיו של אהרן יתכנסו ויכנסו לתוך העם שלא תאבד קדושתו מזרע ישראל.
(בוצינא דנהורא)
עשה לך שרף, עשה אותיות שעה די צייט זאל דיר ברענען און נישט אנברענגען די צייט וזאת ישים אל לבו תמיד כי אין אבידה כאבידת הזמן.
(ישועת משה)
נשלח ב-20/6/2004 07:11
זאת התורה אדם כי ימות באהל, די גמרא אין ברכות זאגט אין דברי תורה מתקיימין אלא במי שממית עצמו עליה אז די תורה האלט זיך נאר ביי אזא איינעם וואס ער פלאגט זיך און געבט זיך אוועק זיין גאנץ לעבן פאר תורה, ר' חיים וואלאזשינער'ס ברודער ר' זלמן אעז אמאהל אינמיטן ווינטער געפארן מיט אזא וועגעלע וואס פארט אויף די שניי און ס'איז געווען געפערלעך קאלט האט ער זיך איינגעוויקלט אין זיין מאנטל און ער האט אנגעהויבן צו לערנען בעל פה וואס ער געדענקט, אינמיטן פארן זעהט דער וואס פירט ר' זלמן אז ר' זלמן איז נישט אין די וועגעלע האט ער אפגעהאלטן די פערד און ער איז אים געגאנגען זוכן און נאך א שטיק וועג וואס ער איז אפגעגאנגען זעהט ער ווי ר' זלמן ליגט אין א גרוב וואס איז געווארן פון די שניי און זיינע ליפן שאקלען זיך אזוי פארטיפט איז ר' זלמן געווען אין לערנען אז ער האט אפילו נישט געפילט אז ער איז ארויס געפאלן און אין די גרוב האט ער ווייטער געלערנט.
נשלח ב-20/6/2004 07:12
ספר מלחמות ה' את והב בסופה, די גמרא אין קידושין ל' ע"ב זאגט אז אז א טאטע מיט א קינד וואס זענען באשעפטיגט אין תורה און וועגן דעם קריגן זיי זיך גייען זיי נישט אוועק פון דארט ביז זיי ווערן גוטע פריינט ווייל ס'שטייט את והב בסופה, דער היליגער צאנז'ער רב האט געוואוינט ווייט פון זיין זוהן דער שינאווער רב און זיי פלעגן זיך שרייבן בריוון מערסטן'ס אין ענייני הלכה אין איינע פון די בריוון איז געווארן חילוקי דעות ד.מ. זיי האבן זיך ארום געקריגט ווי אזוי די הלכה איז און דער שינאווער רב האט זיך אויפגעהויבן און געפארן קיין צאנז צו זיין טאטן כדי אדורך צו טוהן דעם ענין מיט זיין טאטן ווען ער איז אנגעקומען קיין צאנז האט ער זיך נישט געיאגט צו זיין טאטן'ס הויז נאר ער איז געגאנגען אין בית המדרש און ער האט געעפנט א שלחן ערוך און ער האט געלערנט אין יורה דעה הלכות כבוד אב ואם כדי צו וויסן ווי אזוי צו רעדן מיט זיין טאטן און ווי אזוי מען מעג זיך דינגען מיט א טאטן אין לערנען, דערנאך האט ער געזאגט אפאהר קאפיטלעך תהילים און ער האט זיך געבעטן ביים היליגן באשעפער אז ער זאל נישט נכשל ווערן חס ושלום און עובר זיין אויף כבוד אב ווען ער וועט זיך דינגען אין לערנען,
מ'דערציילט אז ווען דער שינאווער רב האט נאך געוואוינט ביי זיין טאטן האבן זיי זיך אמאהל זייער שטארק געדונגען אין לערנען און דער צאנזער רב האט גוזר געווען אויף זיין זוהן אז ער זאל מער נישט איבער טרעטן די שוועל פון זיין שטוב און ווען דער שינאווער רב האט דאס דערהערט האט ער גלייך געוואלט פארלאזן די הויז אבער ער האט געהאט א פראבלעם אז ווען ער וועט ארויס גיין וועט ער עובר זיין אויף כבוד אב ווייל זיין טאטע האט געזאגט אז ער זאל נישט איבער טרעטן די שוועל און ביים ארויס גיין וועט ער דאך מוזן יא איבער טרעטן די שוועל, האט ער געטראפן א עצה ער האט געעפנט דעם פענסטער און ער האט ארויס געשפרונגען.
נשלח ב-20/6/2004 07:12
ויבכו את אהרן כל בית ישראל, הכתוב בא ללמדנו שכל אותם ארבעים שנה לא היה רוצח נפש בשגגה שהיה גולה למחנה לויה ונפרד מביתו וממשפחתו שאם היו גולים כאלה הרי היו חוזרים לביתם במיתת אהרן והיה מות הכהן גדול שמחה להם.
(משך חכמה)
נשלח ב-20/6/2004 07:13
על כן יאמר בספר מלחמות ה', אומות העולם מנצחים בנשק טוב ובכלי זיין משוכלל ועל חרבך תהיה זוהי הברכה שניתנה לעשיו אבל ישראל מנצחים באופן אחר נשקם היא הספר ספר מלחמות ה' בכח הספר הוא המנצח במלחמות לא בחיל ולא בכח כי אם ברוחי אמר ה'.
(הרה"ק ר' מאיר שפירא מלובלין זי"ע)
נשלח ב-20/6/2004 07:13
אז ישיר ישראל, דער צדיק ר' ישראל דער מודזשיץ'ער רבי פלעגט זינגען ביים טיש וואס ער האט געפירט זייער שיינע ניגונים אזוי ווי ס'איז באקאנט נאך ביז היינטיג'ן טאג אויף די וועלט די שיינע מודזשיץ'ער ניגונים, און ער פלעגט צו זאגן כסדר אז נגינה איז זייער גרויס און ס'דערנענטערט די אידישע הערצער צו זייער טאטן אין הימל, האט מען אים געפרעגט ווי אזוי קען זיין אז ניגונים ברענגט צו נענטער צו תשובה מער ווי מוסר ספרים, האט ער זיי געגעבן צו פארשטיין מיט א משל א דארפסמאן וואס האט געהאט א מיל איז געקומען אין שטאט אריין און ער איז אריבער געגאנגען א געשעפט און ער האט געזעהן ביים פענסטער א וועקער זייגער איז ער אריין אין געשעפט דאס צו קויפן פרעגט אים דער געשעפט'ס מאן ווער ביסטו זאגט ער אים איך בין דער וואס האט די מיל פרעגט ער אים ווייטער צו וואס דארפסטו דעם וועקער זייגער ביי דיר ביי די מיל איז דא געפערליכע קולות פון די רעדער וואס דרייען זיך און אויב די קולות וועקן דיר נישט אויף מיינסטו אז דער קליינער זייגער וועט דיר אויפוועקן, האט אים דער דארפסמאן גענטפערט דער טבע איז אז צו א קול וואס מ'איז צו געוואוינט דערוועקט מען זיך נישט אויף וועגן דעם וועקן מיר נישט אויף די קולות פון די רעדער אבער דער זייגער וויבאלד איך בין נישט צו געוואוינט צו אים וועט ער מיר דערוועקן, דער נמשל פארשטייט זיך פון זיך אליין אז צו ספרי מוסר איז מען שוין צוגעוואוינט זייער אסאך צייט פרובירט מען צו דערוועקן צו תשובה מיט זאכן וואס מ'איז נישט צוגעוואוינט.