| נשלח ב-13/7/2004 17:46 |
|
| |
עס איז ביטער. די אהרונים ווערן ערנסט...
נישטא אפילו ווער עס זאל לאכן (עס איז נעבעך א ביטערע געלעכטער).
די אהרונים האלטן אין איין מסר'ן אידן וואס גייען נישט אין זייער שפאן, און זיי ווערן ווילד ווען מען ווייזט זיי וואס זיי אליינס טוען אלץ אפ!!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-13/7/2004 18:29 |
|
| |
ווען האבן די ארונים גע'מסר'ט?
|
|
|
|
| נשלח ב-14/7/2004 01:14 |
|
| |
די אהרונים האבן גע'מסר'ט ביי מאנראו טאון אז די ישיבה שערי תורה ויראה ויואל משה ד'סאטמאר לערנט אינעם נייעם בנין הת"ת אויף לארקין כאטש עס איז געגעבן געווארן א פערמיט פאר א טרעיד סקול!
די אהרונים האבן גע'מסר'ט די נייע מצה בעקעריי וואס איז אויפגעשטעלט געווארן אינעם נייעם בנין הת"ת אויף לארקין, און די פאליציי איז אנגעקומען אינמיטן מצב באקן ערב פסח און בלויז נאך העפטיגע שתדלנות ביי זיי האבן זיי ערלויבט ממשיך צו זיין! (עס האט דערמאנט ווי אין די נאצי יארן ווען מען האט געמוזט באקן אונטערערדיש אז די נאציס זאלן נישט כאפן וואס מען טוט].
די אהרונים האבן גע'מסר'ט יחידים [און געסטראשעט צו מסר'ן] וועלכע גייען נישט אין זייער שפאן!!!
די אהרונים האבן גע'מסר'ט די סאטמארער מוסדות אין וומס"ב אוי, פארשידענע געביטן.
די אהרונים האבן אונטערגערייצט די גוי'אישע שכנים ארום דעם נייעם בנין הישיבה גדולה ד'סאטמאר ווא ס'ווערט איצט געבויעט אין גלענדעיל ניו יארק, אז זיי זאלן באקעמפן דאס בוי פון די ישיבה. ס'האט זיך ב"ה זיי נישט איינגעגעבן, אבער עס האט אוועקגענומען צייט און געלט.
אזוי איז דא נאך א סאך צו שרייבן.
|
|
|
|
| נשלח ב-14/7/2004 03:10 |
|
| |
הוילע בילבולים..
|
|
|
|
| נשלח ב-14/7/2004 05:15 |
|
| |
דעמאגאגיע און אילוזשענס
|
|
|
|
| נשלח ב-14/7/2004 05:37 |
|
| |
עס האלט שוין א סאך ווייטער פון בלויז די סארט ענינים.
סעגעדין וקאמפאני גראבן אונטער דעם וואוילזיין פון פריוואטע אידן, צוליב עגואיסטישע סיבות.
מער פרטים וועלן נאכפאלגן.
|
|
|
|
| נשלח ב-14/7/2004 06:22 |
|
| |
ווער ווייסט נישט אז סעגעדיגן האט ארויסגעגעבן רעקארדס פון:
15 בחורים, אז זיי זענען אונטער אכטצן יאר.
8 מיידלעך, אז זיי נאך נישט קיין 18 יאר לויט זייער גוי'ישן בוירט דעיט.
אויסערדעם האבן זיי גע'מסרט מענטשן מיט סעקשאן 8 און מענטשן וואס זענען נאר זומער איינוואוינער...
עס איז געווען דעמאלטס, ווען סעגעדין האט געארבעט פאר מענדל שווימער אין פאר UTA אין וויליאמסבורג...
ווייל די רעקארדס זענען געקומען פון די ישיבה!
וואויל פאר דיר יושנה!
האסט הערליכע פראדוקטן ארויסגעגעבן!
קענסט טאקע מאכן קאפ וויי, אבער ב"ה געווינען נישט!
|
|
|
|
| נשלח ב-14/7/2004 19:25 |
|
| |
ליבער קאנדהאר
ווען די וואלסט געקענט אפילו אביסל לערנען, וואסלטו אפשר געוויסט וואס מען מעג יא, און וואס מען טאר נישט.
איינער ברעכט איין ביי דיר אין שטוב מעגסטו רופען פאליציי גלייך לכתחילה, איינער וויל דיר צוגאנבענען וואלען און דורכדעם מיליאנען דאלער'ס אין דירות, איז נישט קיין שום שאלה אז מען מעג איהם אפשטעלן, ספעציעל ווען מעו האט געווארנט פאראויס.
ווידער מסר'ן די אלע זאכען וואס אויסגערעכט דורך געזעגענען, איז נישט דא קיין שום היתר.
|
|
|
|
| נשלח ב-14/7/2004 19:54 |
|
| |
געזעגנען האט דאך גארנישט געזאגט קאנקריט, נאר חלומות מיט ספעקיולעישנס..
פון די אנדערע זייט האבן די זאלונים א לאנגע היסטאריע פון באגיין מסירה לכל הדעות בשאט נפש, און ווען איך זאג מסירה מיין איך אז די ראשי ופני הזלונים וואס האבן ספעציפיש פארלאנגט פון די פאליציי אדער א דשאדש אז מ'זאל ארעסטירן יחידים פארן פארלעצן געזעצן.
ביי די קרוין פרשה האבן די זאלי באדי גארדס וואס זיצן אין פאליש אין ראדני (למען התקנה וועל איך נישט פורש שמו זיין) פארלאנגט פון די פאליציי אז מ'זאל ארעסטירן ספעציפישע יחידים פארן גנבענען די קרוין, און ליידער עלתה בידם.
זיי האבן שריפטליך פארלאנגט פונעם דשאדש אז מ'זאל ארעסטירן יוסי בראך פארן אריינקומען און ראדני, ב"ה לא עלתה בידם!!
אין קרית יואל האבן די זאלי/אלייענס פירערס שריפטליך אנגעקלאגט געוויסע בחורים און מיידלעך פארן וואוטן אנדער-עידש, וואס עס וואלט זיי אפגעווארט שווערע טורמע, ב"ה לא עלתה בידם!!
אויב דאס מיינט נישט מסירה וואס מיינט יא ???
תוקן על ידי - מקוה_איד - 14/07/2004 19:58:16
|
|
|
|
| נשלח ב-14/7/2004 20:00 |
|
| |
מקוה איד
האסט אמאל געלערנט הלכות מסירה?
וואס הייסט יא מסירה אין וואס מען מעג נישט?
פון דיין תגובה איז קלאר אז די ביסט איבערהויפט נישט באקאנט אין די הלכות, און בסך הכל נעמט זיך דיינע סטעטמענט'ס פון דער בלאט וואס פיטער'ן די 'יעלעך כדי די קליינע קינדערלעך זאלען נישט איינשלאפען.
נעם ארויס א שלחן ערוך, אדער פרעג א דיין, {נישט קיין יורה דעה מורה הוראה} און הער אויף צו רעדן נארישקייטן אין עמהארצות.
|
|
|
|
| נשלח ב-14/7/2004 20:09 |
|
| |
מעג מען מסר'ן בחורים און מיידלעך אויב מ'זעט זיי שטימען, שוין נאך די וואלן (?)
איז דא פאר דעם א היתר פון עני רב בעולם.
אויב זאגסטו יא,
1) מעג יעדער מענטשן מסר'ן זיין שכן וואס נעמט "סעקשאן 8" אומלעגאל, ווייל ער בא'גנב'ט מיין "טעקס"...
2) מעג יעדער איד מסר'ן אביגדור יאקאבאוויטש לכתחילה. ווייל ער האט בא'גנב'ט מיינע "סטאקס" און מיינע אינוועסטמענט.
3) קענסטו רואיג דזשוינען די רעפארמער. די תורה הקדושה האט זיך געטוישט... און מ'מעג אלעס טאן... ווייל יענער האט געשטימט אומלעגאל!
איך האב הנאה פון דיר, ווייל דו זאגסט קלאר ארויס וואס דו האלסט - יפה דברת. און יעצט זאלסטו דיך נישט וואונדערן אז קרית יואל'ער איינוואוינער וועלן נישט ערלויבן אז מענדעלע שווימער אדער אנדערע פון זיינע מוסרים זאלן אמאל קענען געווינען אין קרית יואל!
איך דארף דיר געבן א קוש אין פיסקעלע.
הודו לה' כי טוב!
|
|
|
|
| נשלח ב-14/7/2004 20:24 |
|
| |
כאב טאקע יעצט נאכגעקוקט און שו"ע הלכות מסירה, ווי דער מחבר שרייבט טאקע די געפערליכע הארבקייט פון מסירה, נאכדעם שטייט אבער אזוי:
הגה, וכל חומר מסירה הוא דוקא לסתם אנשים אבל אם הוא זאלי או נאז קוועטשער, אין בזה שום איסור ואדרבה למצוה גדולה יחשב וכל המרבה הרי זה משובח ושכרו הרבה מאוד, וכן נוהגין במקומינו
|
|
|
|
| נשלח ב-14/7/2004 23:27 |
|
| |
קאנדהאר
מאך נישט קיין פשעטלעך.
עס איז דא א רב וואס איז מתיר, ער האט נאר איין פראבלעם אז ער איז נישט געקומען צו די אהרן טייטלבוים אסיפה אין הויז סטרייט וועגען דעם גיורת.
ער הייסט קארו אין ער האט געשריבען א ספר הלכה וואס איז מקובל אין כלל ישראל, לערן דורך סימן שפ"ח מיט די נושאי כלים, וועסטו פארשטיין דעם חילוק פון אייזעצען די בחורים וואס גנבענבען פון א ציבור, און מען האט זיי פאראויס געווארנט, צו מסר'ן יחידים וואס האט נישט קיין היתר.
חברה אז מען לערנט נישט קען מען נישט.
|
|
|
|
|