איך האב פראבירט צו טאפען אין סקווער אין ירושלים וואס זיי טראכטען צו טוהן. זיי האבען גארנישט געוואלט רעדען דערוועגען, איינער האט מיר געזאגט מיט א ווערטעל אז ווען עס שטייט קאמניץ אליינס אפען צעטעל וואלטן אפשר די קאמניצע קינדער אריין קיין סקווער אזוי וועלען זיי מוזען זיכען אן אנדערע מוסד.
איך האב געפרעגט פון עטליכע עלטערען (ראכמיסטריווקא און אירופעישע) וואס האבען קינדער אין סקווערע חדר וואס זיי טראכטן צו טוהן זיי האבען מיר געזאגט אז עס איז נישטא קיין אנדערע חדרים (וואס נעמען נישט קיין געלד) ווי צו שיקען די קינדער, און זיי טראכטען זיך נישט וויסענדיג מאכן דערפון.
איך האב א קינד דעם זמן אין ת"ת מ.ח. (בערך אזא ת"ת ווי סקווער, גראדע האב איך פראבירט אריין צושטעלען אין סקווער זיי האבען געזאגט אז זיי האבן נישט קיין פלאץ, בפרט אז איך וואוין נישט אין א"י בקביעות) איך ווייס נישט צו זיי נעמען געלד אדער נישט, איך שטעל זיך פאר אז יא, איך גלייב אז די עדה וועט קעגען זיי אויך שרייבן (לויט ווי איך האב געהערט פון עטליכע מקורות גייט זיין אין די קומענדיגע וואכען נאך צעטלעך קעגען אנדערע מוסדות), איך האף נאר אז טאמער עס גייט זיין צעטלעך זאל נישט זיין קיין הפגנות לעבען די חדרים, פשוט ווייל עס ביטול תורה פון תינוקות של בית רבן. (פאשרטייט זיך אז די מוחים וואס זענען בדרך כלל פוסטע ליידיגייער גייט דאס נישט אן און זיי האבען נאך א גוטע תירוץ אז עס איז ענדרש נישט צו לערנען אזלעכע תורה). און אגב, פאר מיין קינד קען מען נישט באקומען קיין געלד פון די מדינה ווייל איך בין נישט קיין לעגאלע בירגער און איך דארף צאלען מער שכר לימוד ווי בירגער.
איך האב געכאפט א לענגערע שמועס מיט אן עסקן פון איינע פון די עדה חרדית קרייזן, און איך האב אים געפרעגט וואס ער זאגט וועגען די צעטלעך.
ער זאגט מיר אז ער גלייבט נישט אז סקווער וועט עפעס טוהן, און ער איז אויך נישט זיכער אז סקווער נעמט טאקע געלד פון די מדינה, לויט ווי ער האט פארשטאנען וויל נישט סקווער חתמ'נן אויף'ן צעטל פון עדה חרדית, זיי האלטען אז זיי זענען נישט כפוף אינטערען עדה החרדית און קיינער קען זיי נישט איינטיילען וואס צו טוהן.
ער גלייבט אויך נישט אז סקווער וועט עפעס דערלייגען דערפון, ווייל די עולם וואס שיקט קיין סקווערע חדר זענען אדער סקווערע אדער ידידים פון סקווער אדער חוצ'לארץ'דיגע וואס זיי גייט דאס נישט אן צו מ'נעמט יא געלד אדער נישט. טאמער איינער וועט ליידען דערפון זענען די מוסדות וואס זענען אינטער די עדה חרדית, ער זאגט מיר למשל אז 'קרן הצלה' האט געמאכט א מגבית פאר אפאר וואכען צוריק אין שיכון סקווער און זיי האבען גאמכט דארט גאר א שיינע סכום (ער זאגט מיר נאמבערס וואס גלייבט זיך נישט פאר אזא קליינע שטעטל). ער האלט נישט אז סקווער וועט נישט לאזען מער מאכען מגביות פאר די עדה קרייזן, אבער ער שטעלט זיך פאר אז זייער קרייז וועט זיך פילן נישט איינגענעם צו מאכען א מגבית אין סקווער.
עס איז כדאי צוציצייכענען אז איך האב אביסל נגיעות אזוי ווי איך האב שוין אויבן דערמאנט אז איך האב א קינד אין א מוסד וואס נעמט לכאורה געלד פון די מדינה, אבער דיה לצרה בשעתה, און מ'וועט זיך שוין דעמאלטס זארגען (גראדע האב איך שוין געפרעגט א מורה הוראה צו ס'איז דא אן הלכה'דיגע שאלה וועגען שיקען אין אזעלכע מוסדות, די פסק איז געווען טריקען אז נישט).
 |
|
|