| נשלח ב-25/6/2004 03:21 |
|
| |
ליובאוויטש-מבצעים: א אויפגעכאפטער געדאנק
אין דעם טאג גימ"ל תמוז האב איך זיך אזוי געטראכט, איבער דעם ליבאוויטשער רבי ז"ל, הכל מודים - טראץ אונזערע מיינונגס פארשידענהייטן אין השקפה און הלכות דיעות וכדומה - איז ער אבער געווען א מאשין, א וועלטס אנדרייער, וואס האט אויפגעטוהן גדולות ונצורות צו פארשפרייטן אידישקייט איבער'ן גאנצן כדור העולם.
עס איז דא אסאך צו רעדן איבער דעם;
הן איבער זיין פערזענליכע פשוט'ע ווירטשפאט, זיצענדיג אינגעשפארט אין זיבן-זיבענציג די לעצטע ??? יאר, נישט פארענדיג אין ערגעץ, נישט נעמן קיין וואקאציע א.ד.ג.
הן איבער וואס ער האט אויפגעטוהן - לכל הדיעות - מיט'ן פארשפרייטן אידישקייט - אפגעזען צו כ'האלט אז מ'דארף דאס טון - איבער די גאנצע וועלט.
די משולחים און ביזנעס-לייט, וועלכע פארן ארום אין פארשטיפטע שטעט און מדינות זענען זיך מחי' מיט די חב"ד'סקע שטובלעך, מקואות, כשרות א.א.וו.
אבער איך וויל זיך אפשטעלן אויף איין נקודה.
כידוע האט דער ליבאוויטשער געהאט אן אקציע וואס האט געהייסן "מבצעים". דאס הייסט (אדרבה, חבד'קער חברה אויב כ'האב א טעות פאררעכט מיר) יעדע וואך-חודש-יאר האט דער רבי ערקלערט וואס פארא מצוה מ'גייט יעצט ארבייטן און פראקלאמירן, און אין דעם האט מען איינגעשפאנט די מצוה-טאנקן, און דעם גאנצן ציבור אנשים-נשים-וטף, דאס צו פראקלאמירן, מחזק זיין, און פארשפרייטן.
דער רעיון בעצם פון נעמען איין ענין-מדה-מנהג, און ארבייטן דערויף א געוויסע תקופה-זמן איז אנגענומען געווארן אויך ביי אונזערע קרייזן.
אין די ישיבות און חדרים איז דאס אן איינגעפירטע זאך, צו מאכן א מבצע אוף "תפלה, "מדות", "ברכות", "דרך ארץ" און אזוי ווייטער.
דאס איז א קרעדיט וואס קומט לכאורה פאר'ן ליבאוויטשער.
אדרבה, וואס זאגט איר
נ.ב אויב איר ווילט פרעגן, ניין איך בין נישט קיין ליובאוויטשער, און נישט קיין וועכטעריסט.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-25/6/2004 04:11 |
|
| |
בלי ספק שחב"ד פעל גדולות ונצורות למען יהדות בכלל וחסידות בפרט, רק האמצעים שהרבי השתמש בהן להשיג זאת היו ברוח מודרני וכרחוק מזרח ממערב מן דרך הבעש"ט או האדמו"ר בעל התניא.
המבצעים שהזכרת הם דוגמא קלאסית, מבצעים בשביל מצוות ספציפיות עם פרסום אדיר ברחבי מנהטן לדוגמא, פירושו התנתקות מן דרך החסידות המסורתי, ואף שמצינו עת לעשות לד' וכו', בטוחני שלא לזה התכוונו גדולי החסידות באמרם: "יפוצו מעיינותיך חוצה".
חב"ד השתנה מן חסידות של "פעם" לחסידות של "טעם", והטעם הוא טעם מודרני אמריקאי מובהק.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2004 04:27 |
|
| |
בשרוחלב
ומי מחליט מה הוא הדרך החסידית הנכונה.?
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2004 14:51 |
|
| |
הבעל התניא בודאי יכול להחליט
וכפי שהראה האדמור מסאטמאר כי הבעל התניא בעצמו חיבר ספרו 'לא להפיצה' לכל מאן דהו. שציין לעיין היטב בהקדמת ספר התניא "..אך ביודעי ומכירי קאמינא אליהם תטוף מלתי.." (איך דאס געשריבען פון זכרון)
|
|
|
|
| נשלח ב-2/7/2004 22:02 |
|
| |
קבלתי באישי מאת ** היצחקי ***
- - - -- - - -
אזוי ווי כ'בין ניט מורשה כתיבה ביי אייך, שיק איך דאס דיר פערזענליך.
אינגערמאן, מכח די "מבצעים" האסטו כמעט מכוון געווען...
ביים ליובאוויטשער רבי'ן איז אמאל געווען אויף יחידות (ווי מ'רופט עס אן אין חב"ד) א גדול פון די פוילישע קרייזן (אין דעם מאמענט קען איך זיך ניט דערמאנען פונקט ווער), וואס האט ביים רבי'ן געפרעגט וועגן דעם.
דער רבי האט אים געשטעלט די פראגע, וויפל אידן זענען דא אין אמעריקע? אומגעפער 5 מיליון. און וויפל זיינען שומרי תומ"צ? אפשר א האלבן מיליון... "האב איך צובראכן די קאפ", האט דער רבי זיך אויסגעדריקט, ווי קען מען זיי נעענטער בריינגען. ביז איך האב זיך געכאפט, אז ס'איז א בפירושער משנה. מצוה גוררת מצוה... דאס הייסט אז אויב באיזה אופן שהוא וועט מען איינרעדן א אידן צו מקיים זיין א מצוה, וועט עס זיכער עם ברענגען צו נאך א מצוה א.א.ז.ו.
אזוי האט זיך אנגעהויבן מיט די מצוה פון תפילין און די אנדערע מבצעים. (די מבצעים האבן זיך ניט געביטן מיט די צייט, נאר זיי האבן זיך געמערט.)
צו דער וואס שרייבט וועגן דרך הבעש"ט: דעם בעש"ט'ס דרך איז דאך געווען צו בריינגען די ליכט פון אידישקייט צו אלע אידן, ספעציעל די פשוטע כידוע בדברי הימים ההם. וואס דען איז דרך הבעש"ט אויב ניט צו ברענגען אידישקייט צו אידן?! פארשטייט אז די לאגע איז גאר אן אנדערער מוזן די מיטלעך זיין פארשידענע. אדרבה, אז איינער האט אנדערע וועגן איז תבוא עליו ברכה...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-4/7/2004 22:55 |
|
| |
** המשך - נאך א תגובה פון היצחקי הנ"ל ***
----
דער גדול איז הרה"ג ר' אלי' שטרנבוך שליט"א פון אנטווערפן. די מעשה איז געווען אין יאר תשל"ז. די גאנצע אריכות איז געדרוקט אין "כפר חב"ד" נומ. 1096.
א ייש"כ אויף'ן מפרסם זיין מיינע ווערטער.
|
|
|
|
|