בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

שוין ווידערמאל: יו"ט מיט'ן רב המקוואות

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/6/2004 22:31 לינק ישיר 
שוין ווידערמאל: יו"ט מיט'ן רב המקוואות
מצורף קובץ

יעצט איז מאנטרעאל אויף די רייע

ווער ס'ווייסט פרטים, זאל אונז מהנה זיין



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/6/2004 23:37 לינק ישיר 

דער מודעה איז פון חול המועד פסח תשס"ב, וואס האט מען זיך יעצט דערמאנט?

זעהט אויס אז נאכדעם ווי דער רב המקוואות האט פאראיאר אפגעדרוקט א קונטרס קעגן זלמן לייב פילאפף און קעגן די מקוה אין סאטמארע באנגעלוי קאלאני און די מקוה פרוי דארטען, איז מען יעצט מקדים רפואה למכה פאר ער בונטעוועט ווידער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/6/2004 23:47 לינק ישיר 

ער טאנצט סתם אויף די גראדע ווענט? צו ער לאזט זיך פשוט נישט פון די קאורופציע.?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/6/2004 23:59 לינק ישיר 

אויך ביים בויען דעם ק"י מקוה האט ראזענבערג געזוכט וואו ער קען מאכן א שטינק.
איך מיין טאקע די מקוה וואס חורינער האט געלאזט בויען...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/6/2004 00:03 לינק ישיר 

שלו' כבוד כל הגולשים

מתוך רתת וזיע ובמחילת כבוד תורתו הרמה פונעם רב המקוואות, וועל איך נעמן מיינע הענט און זאגן מיין מיינונג אויף דעם גרויסן רב, אין די זאך שרייב איך מתוך ידיעה וואס איך האב מיט געהאלטן א פרשה מיט א מקוה אין אוקריינע.

אמת ער איז א ריזיגע קאפ א ידען נפלא און א חריף ובקי בכל הלכות מקוואות, און ער קען זייער גוט מאכן מקוואות, ער פארשטייט זייער גוט צו דעם נושא ווייניג קענען זיך מיט איהם פארהערן, אפילו אזעלכע וואס קענען גוט הלכות מקוואות די סיבה דערפון איז אז ליידער האט ער א פראבלעם וואס הייסט דמיונות, ער קען מיינען ווען ס'איז טאג אז ס'איז נאכט און אזוי פארקערט, (דאס איז נאר א אויסשפראך), ער איז זייער שטארק מיט זיין דעה, און אויב זעהט ער אז איינער גייט נישט פונקט וויאזוי ער האט געוואלט, דעמאלט הייבט אהן די דמיון צו שפילן, ער הייבט אהן צו פארציילן מעשיות אויף אזא מקוה וואס ס'איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן, ווי אויבן דערמאנט בדידי הוה עובדא, ממילא איז נישט קיין וואונדער פארוואס די מאנטריאלער בי"ד איז ארויסגעקןמען קעגן איהם.

איי פארוואס ס'איז יעצט געשטאנען אין דער איד ווייס איך נישט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/6/2004 08:29 לינק ישיר 

איך האב א שטיק צייט צוריק עוסק געווען אין עפעס א מקוה אין מנהעטען, און איך האב געפויסט דא א מעסעדש פאר הילף וועגען די נושא, האט מיר איינער געשריבען אין תיבה אישית אז רויזנבערג האט נאך נישט געבויט קיין איין מקוה אין גאנץ ניו יארק!
יענער האט מיר געגעבען טלפון נאמבערס ווי איך קען מברר זיין די עניינים. אלע האבען מיר געענפערט יא ער האט זיך אביסעל געדרייט דא ער האט געגעבען עצות אבער ער האט עס בכלל נישט געבויט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > שוין ווידערמאל: יו"ט מיט'ן רב המקוואות
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext