| נשלח ב-9/6/2005 17:36 |
|
| |
אשריך רעב הוטקע! אשריך!
נאכאמאל אשריך רעב הוטקע! אשריך!
אשריך רעב הוטקע אז די האסט זוכה געווען בייצושטיין דעם נסיון און מאכן דעם געוואגטן באשלוס, מיר קענען זיך אלע פארשטעלן ווי ביטער שווער דאס איז געווען.
און רבותי!, צווישן אונז אפן גערעדט, מיר אלע שעלטן טאקע אויף דעם באשלוס, מיר וואלטן אלע געוואלט אז דער פורם זאל בלייבן אפן, מיר האבן אלע הנאה געהאט, און מיר האפן אפילו אז א צווייטער וועט עפענען אן ענליכס אנשטאט, אבער מיר מוזן געבן דעם פולסטן חיזוק פאר רעב הוטקע, איר קענט זיך פארשטעלן ווי שווער דאס איז געוועןפאר אים, סוף כל סוף איז זייער געשמאק אנצופירן אזא פורם, אריינלייגן בויך קרעמפן וואס מען וויסט אז אידן מכל קצבי תבל קאטשען זיך פאר געלעכטער דערפון.
דעריבער כאטשיג איך וויס אז ווען איר האט געזען דעם געזעגענונגס בריוו האט איר געמיינט אז איר שטארבט פאר צער, אבער דאך ביטע, נעמט אין אכט די שווערע באשלוס וואס רעב הוטקע האט דא געמאכט, און שרייבט אריין אייערע דברי חיזוק און געזעגענונגס דברי ברכה פארן רבין.
לאמיר אויסשרייען צוזאמען נאכאמאל:
אשריך רעב הוטקע! אשריך!
|
|
|
|
| נשלח ב-9/6/2005 18:29 |
|
| |
יישר כח יענטאאש:
דו פארפילסט דיין נאמען במילואו!!! א ריכטיגע יענטא!!!
אבער... יישר כח נאכאמאל!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-5/8/2005 08:22 |
|
| |
עס דרייט זיך א וועלט.
ווען יענטאאש האט געשריבן אט די דברי חיזוק האט ער אין וויסטן חלום נישט געקלערט אז דער פורום וועט בלייבן אפן, ווייל אפילו איך האב אויך נישט אזוי געקלערט.
למעשה איז דער פורום טאקע אפן, נאר מיט גאר אן אנדערן ציל ווי אמאל. אנשטאט נארישע שטותים רעדן מיר דא היימישע שטותים, מיר פארברענגן ב"ה אזוי איינגענעם און פיין צווישן די פיר ווענט פון אונזער קהילה נאה וחסידה. א נחת צו קוקען ווי אלע סארט אידן, פון אלע שיכטן און קרייזן, חסידים און מתנגדים צוגלייך, זיצן בינעזאם און פארברענגן מיט א פיין ווארט, א שיינע מעשה, א חסיד'ישע שמועס, א זמר'ל, א רקידה'לע, און אפילו... א טשעפע (אזוי ווי אין יעדע שוהל'כל מאכט זיך אמאל אז מען געט זיך א ציפ איינער דעם צווייטן, אבער מען מיינט עס ח"ו נישט ערנסט, און מען ווערט נאר היימישער מיט יענעם אדאנק דעם).
וואס ברענגט מיר צו שרייבן דעם בריוו?
איך ווייס נישט... עס איז איינס אזייגער פארטאגס, ליל ששי, איך זיץ דא אויף מיין רבי'שן בענקל אויבנאן, און קוק זיך ארום אויפן ליידיגן חלל הבית המדרש, אויף די רעכטע זייט הונטערן אויבן זיצט בן הרחמן פארטיפט אין זיין תיקון חצות, איך פרובירט צו טייפן שטיל כדי אים נישט צו שטערן די כוונות. יענטאאש און נישט צו פארנומען זענען שוין לאנג אהיים, זיי ברויכן דאך אויפשפארן דעם שוהל'כל מארגן פאר די חשוב'ע מתפללים.
איך כאפ א בליק צו די מזרח וואנט, איך ליין אפ די גאלדענע טעוועלעך וואס זענען אריינגענאגלט אזוי נאבעל ביי יעדן זיץ, געב א קוק, דא פלעגט זיצן דער אב הרחמן, נעבעך, ער קומט שוין לאנג נישט אין בית המדרש... דארט שטייט אויפגעשריבן שעפעלעזיסע, איין באשעפער ווייסט וואו זיין געביין איז אפירגעקומען.
אזוי באטראכט איך אלע טעוועלעך און איך קלער צו מיר אליין: זאג דו מיר, האט זיך נישט געלוינט צו משנה זיין דעם פורום? האט זיך דען נישט אויסגעצאלט די שווערע ארבעט פון אויסמעקן אלע אלטע אשכולות און אנהייבן פון פריש, ווי א ניי געבוירן קינד?
עס שטעכט מיר ביים הארצן... איך בין שוין נישט קיין יונגערמאן. בן הרחמן וויל שוין רופן די "הצלה" אבער איך זאג אים: מאכט נישט... העכסטענס וועל איך אויסגיין אין א מקום קדוש... ליל ששי נאך חצות... אינמיטן א ווארימע רעדע צו מיינע חשוב'ע מתפללים...
...
א שפריץ וואסער וואס דער ערל האט מיר באגאסן אויפן באפעל פון בן הרחמן האט מיר אויפגעוועקט פון חלשות... וואו בין איך... אה, איך שטיי נעבן דעם בענקל פון אונזערע חשוב'ע געוועזענע מנהלי משנה, איך קלער צו זיך: האבן מיר די אלטע זכרונות אזוי אפגעשוואכט אזש איך בין טאקע צוזאמגעפאלן דא אונמאכט???
בן הרחמן רופט אריין 'געשמאקער' און צוזאמען פירן זיי מיר ארויס, לייגן מיר אראפ אין דעם צוזאמלייג בעטל וואס בן הרחמן האט אנגעגרייט אין קהל'ס אפיס על כל צרה שלא תבא. איך האב קיין ברירה. מוז פארמאכן דעם אשכול. א גוטע נאכט. אויף ווידערזעהן.
אבער וויסן זאלט איר אז דער ליל ששי וועט געדענקט ווערן אין מיין טאגבוך... איר קענט זיי נישט זעהן, אבער זיי רינען אראפ ווי שנירלעך פון מיינע אויגן... איך קען נישט מסביר זיין פארוואס... און איר וועט סייווי נישט פארשטיין...
א גוטע נאכט, אויף ווידערזעהן.
הוטקע
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-5/8/2005 08:54 |
|
| |
אוי רעב הוטקע!
יא יא ! ווער עס איז נישט געווען אין שול אין דעם שרעקעדיגן מאמענט וועט עס קיינמאל נישט פארשטיין,!! ניין קיינמאל !
א שוידער איז מיר דורך אין די ביינער ווען כ'אב געהערט בן הרחמן'ס הייזעריגע שטימע שרייען שטיל, כדי נישט אויפציוועקן רעב הוטקע... "גישמאקער ! גישמאקער! קום שנעל! , פאר שרעק האט זיך די הייסע קאווע אויסגעגאסן אויף מיין העמד און הויזן וואס כ'אב מיר יעצט אנגעטון נאר אויף א ביסל, כדי צו קענען אנטון אין די ניין טעג, שוין זאל זיין א כפרה עסאיז נאך דא מארגן א גאנצן טאג וועט מען עס נאכאמאל אויסוואשן, אבער וואס איז שוין געשען?! באשעפער אין הימל?! ניין כ'אב נישט גוואלט טראכטן, כ'אב געוואוסט אז רעב הוטקע איז נאך אין שול, ווייל אב הרחמן איז דאך שוין לאנג נישטא מער, כ'אב נאר געהאפט אז ס'אל נישט זיין דעס וואס איך טראכט.
אזוי לויפנדיג האב איך מיט א האלבע אויג באמערקט ווי נפחא קומט אריין און לויפט גלייך אריין אין בית כסא, וואס עפעס אזוי שפעט האב איך געטראכט?..
מיט שרעק בין איך געלאפן ברענגען א גלעזל וואסער מיט לימונע אויסצוקוועטשן אויף ר' הוטקע, כ'אב מיך געפרייט ווען כ'אב געזען אז דער ערל שפריצט שוין וואסער אזוי דארף איך עס נישט טון, אפשר שפריצט ער נאך יעצט זיכער איז די גאנצע שול אנגעשפריצט, דער גוי'שער קאפ מען דארף שוין זוכן עפעס א נארמאלערן ערל. ער האט שנעל גענומען די לימונע פון מיר און אריינגעקוועטשט אין ר' הוטקעס מויל, מיט שרעק זענען מיר געשטאנען דארטן ווארטן אויף א ענדערונג. הערנדיג א גערויש דריי איך מיך אויס און איך זעה ווי בן הרחמן האט שוין אריינגעברענגט דעם צאמלייג בעטל פון קהלס אפיס, שנעל האבן מיר אים ארויסגעפירט איך האב אליין נישט געוואוסט וואו אים צופירן אבער קודם ארויס פון ביהמ"ד נישט צו מבלבל זיין די איבריגע אנוועזנדע.
בן הרחמן איז שנעל צוריק געלאפן ענדיגן זיין תיקון חצות. דערנאך זענען מיר ווידדער ארויס אויף די פרישע לופט מיט ר' הוטקע ער זאל זיך דערמונטערן געהעריג. יעצט זיצן מיר אלע אין דעם הויף פון שול. איי איי ר' הוטקעס אויגן זענען פארגלייזט , וואנדערן ערגעץ ארום אין די הויכע הימלן, יא ער זעהט זאכן וואס אונז זעהן נישט, בן הרחמן איז זייער ערנסט ער נעמט נישט אראפ קיין אויג נישט פון ר' הוטקע. איך האב יא שנעל ארויסגענומען מיין סעלפון און אנגערופן יענטאאש ער זאל שנעל אריבער קומען צו פליען, אה די היי ביעמס שיינען מיר שוין אין פנים ווינאר איך לייג אראפ דעם טעלעפאן, שוין יענטאאש איז שוין דא , מיר אלע שפירן זיך אסך רואיגער מיט אים, איך נוץ אויס די געלעגנהייט און לויף צוריק אריין צו רעב הוטקע'ס קיבארד, אייך איבערצוגעבן די נייעס, און יעצט בין איך טאקע דא.
און פארוואס שרייב איך יעצט דע תגובה, איך ווייס אליין נישט עפעס א אינערליכע געפיהל זאגט מיר, שרייב שרייב!!
תוקן על ידי - gishmoker - 05/08/2005 9:43:16
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-7/8/2005 09:11 |
|
| |
אזוי ווי לעצטענס איז אויסגעקומען זייער אסאך זיך צו באנוצען מיט מיין צוזאם לייג בעטל וואס איך האב דא אין קהל'ס, האב איך באשלאסען אז עס איז שוין צייט צו פארשאפען עפעס א געהעריגע בעט נישט סתם א בעטל נאר אזאנס וואס ווען לייגט זיך אריין דערין זאל מען אזוי פיין פארזינקען ווערן אזש עס זאל זיך נישט גלוסטן ארויסצוקומען, אויך א גוטע פעדערנע דאכענע די געשמאקע עטס ווייסטס שוין וואס איך מיין, כדי אז רעב הוטקע זאל זיך אויך קענען פון צייט צו צייט צווישען איין קוויטל און די אנדערע אביסל אפרוהען פון די עבודת הקודש, די צוזאם לייג בעטל וועל איך אויך לאזן ליגן אין די זייט אויב עס וועט נאכאמאהל אויספעלן אריינצוטראגען אין שוהל אויב עס וועט זיך פאר איינעם צושפילן די זכרונות אדער די נערווען,
און צוליב די אלע געברויכן וועט טאקע אין די קומענדיגע טעג פארקומען אן אסיפה פון די ראשי וטובי הקהילה מטכס עצה צו זיין ארויסצובויען אביסל קהל'ס אפיס, מען וועט אי"ה איינמעלדן פארן אויף א ספעציעלן בולעטין ביים סינק מיט די פארשריט פון ארבעט,
פאלגט נאך ווייטערע מודעות
|
|
|
|
| נשלח ב-7/8/2005 16:12 |
|
| |
האלאו בן הרחמן,
קענסט נעמען דעם אלטן צאמלייג בעט און טראגן פאר הוטקען אין די כאטקע וואס מיר האבן אים געבויעט ביים עק שטאט......
אונז העמיר שוין דא קויפן א גוטן בעטל....
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2006 20:43 |
|
| |
ליינענדיג די ארכיוו פן די אלט באזעסענע תושבים פון דעם שוהל-קרעטשמע, איז מיין אטעם פארקערצערט געווארן, מיינע אויגן נאס און פייכט, כעל מוזן דאס ארויפברענגן אויבן אהן, זאלן אונזער קינדער וויסען וואס דא האט זיך געטוהן.
|
|
|
|
|