סענסוס ביורא
היות איך בין היינט ווייניג געשלאפן, ווי איר קענט זיך איבערצייגן פון די אלע תגובות דא אויפן פורום, האב איך באשלאסן אז - אויב עס רעגנט שוין, זאל שוין גיסען...
וועל איך דא מאכן א אשכול דירעקט מיט די כוונה צו זעהן בערך וויפיל מענטשן באזוכען דא איטליכן טאג.
איך וויל בעטן צוויי בקשות:
1. פרובירט נישט צו טאן א טובה פאר מיר דורך קליקן הונדערט און איין מאל אויף דעם אשכול.
2. שרייבט נישט צו קיין תגובות דא (איז דאס אפשר אן אוממעגליכע זאך צו בעטן פון ענק? יענטאאש... האלט זיך איין! ביטע, אך הפעם, נאר דאס איינע מאל טוה מיר צוליב... אויב ווילסטו דוקא ענטפערן, עפן א נייעם אשכול...)
יישר כח, אויף ווידערזעהן! גוט נאכט\גוט מארגן...
ידידכם הוטקע (וועלכער וועט לכאורה היינט האבן א מיעדן טאג... אבער וואס טוט מען נישט פאר "היימישע שטותים"??)
|
|