בית פורומים היימישע קרעטשמע

העתקה פון טעיפ (נישט קלאר)

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/7/2005 14:13 לינק ישיר 
העתקה פון טעיפ (נישט קלאר)

אזוי ווי די וואך איז געווען א שוואכע וואך אין די נייעס, מען האט איין טאג ארעסטירט פיר מענטשן אין היטראו עירפארט אין לאנדאן נאר זיי צו קענען באפרייען יענעם טאג. מען האט צוביסלעך ארויסגעגעבן דעם גרויסן סוד וואס יעדער איינער האט שוין לאנג געוואוסט אז די אטאקע דארט איז פארגעקומען דורך די איסלאמישע פאנאטיקער. דאהי אין אמעריקע איז אויך כמעט נישט געווען קיין נייעס, אויסער אז דער הויפט ריכטער פונעם סופרים קאורט איז צום וויפלטן מאל אריין אין שפיטאל און ארויס נאך יענעם טאג צו להכעיס פון די אלע וואס ווארטן ער זאל כאפן א פגירה. פאר א לאנגע צייט האט אויסגעזען ווי דער אלטער וויליאם רענקוויסט האט א פארמעסט מיטן פויפסט ווער עס וועט לענגער אויסציען דעם אטעם, אבער יעצט אז דער פויפסט איז שוין אויפגעגעסן פון די ווערים פארשטייט קיינער נישט אויף וועמען דער אלטער קראכער אן א רי"ש אינדערמיט ווארט נאך.
האב איך זיך דערזען מיט א הויפן איבריגע צייט אויף די האנט, ווייל אויסער מייקעל סעבעדזש איז סייווי קיינער נישט אינטערסאנט אויף די ראדיא, און אפילו מייקעל אליינס האט די וואך פארלוירן קאנטראל אויף זיך און האט ארויפגעברענגט עפעס א פראפעסאר וואס טענה'ט אז על קאידא האט שוין אונטערגעלייגט צוואנציג נוקלעארע רענצלעך אין פארשידענע שטעט אין אמעריקע מיטן פלאן אז זיי זאלן אויפגעריסן ווערן אין די זעלבע צייט, און אז פינף טויזענט שלאפעדיגע טעראריסטן דרייען זיך אין די גאסן צווישן אונז און טייל פון זיי האבן זיך גאר ארויפגעארבעט אנגענומען צו ווערן אין די עף.בי.איי. ראנקן וואו זיי כאפן אויף שפיאנאזש און געבן עס ווייטער פאר זייערע אויבערהארן אין אפגאניסטאן. און מייקעל וועלכער איז געווענליך א האלב נארמאלער מענטש האט פארלוירן דעם דעת און האט יענעם אויסגעפרעגט איבער א שעה פונקטליך זיינע מיינונגען טראצדעם וואס יענער האט נישט געקענט אנצייגן קיין איין פארלעסליכן מקור פון וואנעט ער נעמט זיינע השערות.
איך וואלט שוין אפילו מסכים געווען אויסצוהערן על פרענקין אויף די אמעריקאנע לופט סטאנציע, אבער איך האב פונקט געזען א טעקסי פארביי פארן מיט א גרויסן בילד פון אים דערויף און עס האט מיר פשוט אוועקגענומען די אפעטיט פון אים צו הערן. בכלל הייסט ער כלומר'שט א קאמידיען און לץ, אבער איך ווארט נאך יעצט צו הערן איין ווארט וואס זאל מיר צוהעלפן ארויפברענגן א שמייכל אויף מיינע פארזויערטע לעפצן, אפילו איך קיצל זיך קען איך נישט צום לאכן קומען פון זיינע אומגעלונגענע וויצלעך.
האב איך נישט געהאט קיין גרויסע ברירות נאר געגאנגען אין קרעמל אריין, דאס פלעגט מען אמאליגע צייטן אנרופן א שוהל אבער היינט הייסט דאס א קרעמל, ווייל מען פארקויפט דארט טעיפס מיט סענדוויטשעס, די טעלעפאנען צוקלינגען זיך יעדע פערדע מינוט מיט א צווייטע סארט קלינגעדיגע געזאנג, און מען טיילט דארט טעגליך צייטונגען בחנם וואס דערציילן די וועטער פון פאריאר אזא צייט.
האב איך דארט אין קרעמל געזען א שאכטל טעיפס בחינם, און ווי די וועלט זאגט אויב עס איז אומזינסט פַּאק מיר איין צוויי, האב איך א כאפ געטאן א טעיפ נישט קוקענדיג וואס עס שטייט אויפן לעיבל, ווייל געווענליך קען מען אפילו נישט גלייבן דעם צעטל, אסאך מאל איז דאס אזוי גרייזיג אז מען ניטאמאל אויסליינען וואס דארט שטייט, און אויב עס מאכט זיך שוין יא אמאל אז מען האט געהעריג אויסגעליינט די לעיבל פונעם טעיפ, ווערט מען געוואויר נאכן אויסהערן דעם גאנצן טעיפ אז די טעיפ קאמפאני האט ארויפגעקאפיעט דערויף גאר א צווייטע דרשה און זיי האבן פשוט פארגעסן צו טוישן דעם לעיבל.
אהיימקומענדיג עפן איך אויף דעם גרויסן סטיריא טעיפריקארדער און איך גליטש אריין דעם קאסעטע, איך נעם ארויס די גרויסע העדפאונס און גרייט זיך צו הערן דעם טעיפ בנשימה אחת, איך האב דאך נישט עפעס בעסער וואס צו טאן. איך האב זיך געראכטן אויף נאך א דרשה קעגן די ווערימדיגע וואסער אדער די עבודה זרה שייטלען, איך האב געמיינט אז איך וועל אנטשלאפן ווערן נאך פאר דער רעדנער וועט ענדיגן זאגען דעם פסוק אויף וואס ער שטעלט זיך. אבער ווי אויפגעלייגט בין איך געווארן ווען איך האב אנגעהויבן איינזעהן אז נישט מער און נישט ווייניגער, דאס איז א יקר המציאות'דיגער טעיפ וואס מען האט בשתיקה אפגעכאפט אן קיין רשות פון די גבאים, בשעת די פארברענג וואס איז פארגעקומען אין קהל שערי קנייטש הוטקע פארגאנגענעם זונטאג ביי די יארצייט פון כ"ק אדמו"ר מלך המשיח שליט"א מ'ליובאוויטש.
איך בין געווארן אזוי אויפגעוואכט ווי נאכן טרינקן א קאפאטשינא מיט אן איבערפלוס פון קעפיען, איך האב זיך געראכטן אז איך וועל שוין האבן פראבלעמען איינצושלאפן ביינאכט נאכן הערן אזא געשמאקע טעיפ, אבער ווי אנטוישט בין איך געווארן ווען נאך א וויילע האט דער טעיפ אנגעהויבן קראצן, און האט זיך פארהאנקערט פונקט אינמיטן די דרשה פון כ"ק אדמו"ר מ'הוטקע שליט"א, וואס זייענדיג כטוב לב המלך ביין שרף האט ער גערעדט זאכען וואס מען הערט נישט געווענליך פון אים א גאנץ יאהר, איך האב זיך שוין געהאט אויסגעשארפט די ציין און אנגעשפיצט די אויער אויפצוכאפן יעדע אות וואס וועט ארויסגיין מפה קדשו, זייענדיג פון די געטרייע חסידים וועלכע לעכצן צו הערן יעדע הגה פי וואס דער רבי זאל לעבן לאזט ארויס פון זיין מויל. אבער ליידער האב איך נישט געקענט אויפכאפן געהעריג די תוכן פון די גאנצע דרשה, אויסער אפאר קורצע זאצן דא און דארט, און איך וועל מקיים זיין דעם אל תמנע טוב מבעליו, און דא מעתיק זיין די פאר אויסצוגן וואס איך האב יא זוכה געווען צו פארשטיין פון די מאמר פונעם רבי'ן.
דער אנהייב איז נאך געווען גאנץ קלאר, דער רבי האט אנגעהויבן מיטן ערשטן פסוק פון די וואכעדיגע סדרה, וירא בלק בן צפור. און מיטן באקאנטן תנועה מיט וואס ער זאגט געווענליך די מאמרים, האט ער געזאגט אזוי, וירא בלק בן צפור, בלק בן צפור האט געזען, וואס האט ער געזען, וואו האט ער געזען, ווען האט ער געזען, נאך איז שווער, האט דען נאר בלק געזען, ווער עס האט געהאט אויגן אין קאפ האט געקענט זעהן, אויב אזוי וואס איז די גרויסע רבותא אז בלק בן צפור האט געזען. דא איז דער רבי אריין אין אן עקסטאז און האט אויסגעשריגן, אפילו איך זעה, און איך זעה מער ווי סתם אבי געזען, איך זעה יעדע זאך וואס איר טוהט, סיי דא אין בית המדרש און סיי אינדערהיים, אפילו בחדרי חדרים ווייס איך וואס איר טוט, און נישט נאר איך זעה סתם, נאר איך זעה אפילו דאפעלט, די חסידים האבן דא אויסגעפלאצט אין א הילכיגן געוויין, זיי האבן אודאי געמיינט אז דער רבי רעדט עפעס העכערע זאכען, אבער די מבינים האבן געוואוסט אז דער רבי זעהט דאפעלט פשוט ווייל ער האלט נאך צוויי פלעשלעך זעקס און ניינציגער, און טאקע דערפאר דאכט זיך אים אויך אז ער קען אריינקוקען בחדרי חדרים פון יעדן איינעם און זען וואס עס טוט זיך דארט אפ.
דאן איז דער רבי אריינגעפארן אין א העכערע קבלה שמועס וואס איך האב ליידער נישט זוכה געווען צו פארשטיין צופיל דערפון, וויפיל איך האב יא פארשטאנען איז געווען אז די חסד פאלט אריין צו די קליפות און דאן איז עק וועלט, יונגעלייט שיקן די ווייבער אין די קאנטרי און זיי מיינען אז דער באשעפער פארט אויך אויף וואקאציע ח"ו און די שטאט בלייבט אויף הפקר מען קען טאן וואס מען וויל, זיך דרייען וואו מען וויל, היסתר איש במסתרים ואני לא אראנו נאום ה', זאכען וואס מען שטייט ווייט דערפון א גאנץ יאר איז מען זיך מקיל אין אט די ניין וואכען, וואספארא הפקר וועלט איז דאס, ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלט מען גוזר געווען אז משפחות טארן זיך נישט שיידן במשך דעם גאנצן זוממער, אדער זענען ביידע אין די בערג אדער זענען ביידע אין שטאט, אזוי האט דער רבי פארפירט און איינגעריסן און בשעת מעשה אריינגעגאלפט א כוסה נאך א כוסה, די גבאים האבן געציטערט פארן רבי'ן'ס לעבן וויסענדיג אז זיין שוואכע כאראקטער קען נישט פארנעמען צופיל פונעם ביטערן טראפן. אבער נאך מער האבן זיי געציטערט אז דער רבי וועט זיך נעמען אויסזאגען סודות פון חדר, האבן זיי מרמז געווען פאר די חסידים אז מען זאל אנהייבן זינגען א ניגון, דאן האט מען טאקע געזינגען די ניו דזשערסי כלאפצי ניגון וואס איינער פון די אנוועזענדע האט שוין דא ארויסגעברענגט אויפן פארום און מען ברויך עס נישט איבער'חזר'ן.
ביפ ביפ ביפ הערט זיך אויפן טעיפ, טייערע אידן ובשכבך ובקומך טעיפ קאמפאני וויל אייך דערמאנען אז דאס איז נאר א מילתא דבדיחותא פארן לערנען, איר ברויכט נאך עפענען היינט א אידיש ספר און זיך זעצן לערנען מיט א פרישקייט אדאנק די ווערטלעך פון דעם טעיפ, ביפ ביפ ביפ, אנטשולדיגט פארן אויפוועקן.
ווען דער רבי האט זיך אויפגעכאפט פון זיין טיפע חלשות איז ער געווען נאס ווי שמחת תורה נאך די הקפות, ער האט געשוויצט און זיין פנים איז געווען פארפלאמט, וואס צוזאמען מיט זיין רויטע בארד האט דאס אויסגעזען כצאת השמש בגבורתו, א העלישע פלאם, מען האט נישט געקענט קוקען אויף אים נאר מיט זון גלעזער. דער רבי האט אוועקגעשטופט אלע גבאים און האט זיך גענומען רעדן הדרכה פאר אינגעלייט וואס דא האט זיך די טעיפ גענומען קראצן און איך האב נאר געקענט אויפכאפן מאדנע ווערטער, איך וועל שרייבן לויט וואס איך האב געהערט, אפשר וועט איינער קענען צוזאמשטעלן די חלקים וואס פעלן.
בתוך הדברים האט דער רבי ארויסגעברענגט אז די אזויגערופענע טשעטרומס אויף וואס טייל זענען געוואוינט צו שטופן די צייט, זענען געמאכט נאר פאר פארלוירענע עלעמענטן, מענטשן וואס האבן זיך שוין מייאש געווען פון זייער לעבן, ווער עס גייט אריין אין אזא סארט שמועס צימער איז ווי גלייך ער גייט אויף זעלבסטמארד ח"ו, אויסער וואס דאס איז די גרעסטע און ערגסטע צייט פארברענגעריי, איז דאך דאס פארבינדן מיט די דריי הארבסטע עבירות. מען קען דארט אנטרעפן די ערגסטע סארט עלעמענטן, זיך אנזען און אנפלוישן מיט די ערגסטע שמוץ, וואס ביי א ניכטערן מענטש אין די לונג איז ביי א טשעטער אויפן צינג, ווען מען ענדיגט שמועסן א שעה אדער מער כאפט מען זיך הערשט ביים קאפ וויי געוואלד וואס האב איך דא געטאן, איך האב דאך פארברענגט די צייט מיט גארנישט, און נאך פיהל ערגער ווי גארנישט, וואלט איך געליגן אין בעט און זיך אויסגערוהט אין די צייט וואלט איך גאר געהאט א מצוה, ווייל איך האב דא צוזאמגעשמועסט שטותים והבלים, און הלואי וואלט דאס געבליבן נאר ביי דעם, דא האט די טעיפ אביסל געקראצט, אבער איך האב זיך נאכגעפרעגט ביי די וואס האבן געהאט די זכיה צו זיין אנוועזענד האבן זיי מיר איבערגעגעבן א סוד אין אויער אז דער רבי האט זיך ברבים מודה ומתודה געווען אז ער אליין איז שוין כמה פעמים נכשל געווארן און אפגעזיצן לענגערע תקופות, טעג און נעכט, אויף די סארט צימערן, און אנדערש ווי אלע אנדערע רבי'ס שעמט ער זיך נישט און קען זאגען מבשרי אחזה, איך האב אליין געזען דעם פראבלעם מיט מיינע אייגענע אויגן און איך בין א געליטענער דערפון ואין חכם כבעל הנסיון, ווי דער מאמר העולם לויטעט, בין דער דאן דעט.
דערהערנדיג די ווערטער ווי זיי גייען ארויס מפורש יוצא מפי רבינו שליט"א האבן די חסידים זיך מחזק געווען אז זיי זענען נישט אליין, דער רבי פארלאזט זיי נישט און גייט מיט מיט זיי אפילו אויף די נידריגסטע פלעצער און מצבים, זיי האבן זוכה געווען צו א רבי וואס לאזט זיך אראפ פון זיינע הויכע מדרגות אבי אויפצוהייבן זיינע חסידים פון די שמוץ פון דער ערד, און מען האט זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע טאנץ אויף די ווערטער אשרינו מה טוב חלקינו, אשרינו שיש לנו רבי כזה, ה הו הוט הוטק הוטקע.
פאר מער אינפארמאציע, ווי אויך ווער עס וויל פארשאפן א טעיפ פון די דרשה זאל זיך מעלדן צו מיר אין תיבה אישית, א דאנק.



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-15/7/2005 17:27 לינק ישיר 

מר. קרעמער

דו לייגסט אזוי גוט אראפ דעם מצב, בעסער ווי איינער וואס איז טאקע דארט געווען...

וואס מיינט קראכער אן א רי"ש? אפשר האסטו געוואלט שרייבן קנאקער אן א נו"ן...

בנוגע די טשערומ'ס... איך געדענק בכלל נישט אז איך זאל האבן גערעדט דערפון... אבער עס קען זיין אז נכנס יין יצא סוד... ווייל דאס איז א זאך וואס באדערט מיר געפערליך.

בהשגחה פרטית האב איך נעכטן באמערקט אז די באקאנטע צימער איז עפעס אפגעשפארט געווארן (איינער ווייסט מער פרטים???).

אגב, וואס איז טאקע די מעשה מיט די אלע פורומים וואס פרובירן אונז נאכצוטאן, זיי עפענען זיך אויף, און ביז א וואך איז נישט דא קיין זכר פון זיי... (היימישע שטותים החדש, היימישע סחורה, און די ליסטע וועט אודאי וואקסן), איז דאס אונזער הקפדה??? ווער ווייסט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/7/2005 17:52 לינק ישיר 

העי קרעמיש קעיק,

פון מיין דרשה האסטו נישט קיין טעיפ?, געווענליך נעם איך קעיר דערפון, 'בןגאלד' געט מיר די טעיפ'ס גלייך נאך די מסיבה און איך טו דאס שוין צענזירירן אויב עס פעלט זיך אויס, אבער דאס מאל בין איך געווען אזוי אנגע'יאפעצט אז איך האב אינגאנצן פארגעסן דערפון און דא איז מיר 'בןגאלד' פארשווינדן געווארן ווי די ערד וואלט אים איינגעשלינגען און איך קען אים נישט טרעפן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/7/2005 18:06 לינק ישיר 

אז מ'רעדט שוין, וואו זענען פארשוואונדען געווארן אסאך פון אונזערע חשוב'ע שרייבער???

זענען זיי אויך אין די קאנטרי?

אנגעזעצט אין שטאט?

דרייען זיי זיך ח"ו אויף אומגעוואונטשענע ערטער?

אדער האבן זיי גאר תשובה געטאן "אלל-די-וועי" און זיך אפגעלאזט פונעם טריפה'נעם אינטערנעט?

ווער עס האט א ידיעה איבער די חשוב'ע שרייבער וואס זענען ל"ע נעדר געווארן, זאל אונז ביטע מעלדן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/7/2005 18:12 לינק ישיר 

איך בין געהעריג דא,
אבער איך האב לעצטנס א ווארי (זארג), איך וויל וויסן אויב אין די צאל ווערטער וואס א מענטש פארמאגט אין לעבן איז אויך אינקלאדעט שרייבן נאכדערצו אזויווי איך וואס איך שרייב רעדעוודיג, איך שריי איך ברום איך רעד סאליד ווייסט וואס איך מיין....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/7/2005 18:20 לינק ישיר 

עס וועט בקרוב פארקומען א זיצונג פון התאחדות המנהלים אויף היידפארק, און מען וועט דן זיין אויב שרייבן הייסט רעדן לגבי לאנג לעבן.

כה לחי!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/7/2005 18:26 לינק ישיר 

Exactly, yentach friend...that's why I'm having a hard time visualizing you being irritated by women who talk too much at work, remember? Is there anyone out there who can beat you? 0



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/7/2005 18:45 לינק ישיר 

העי נעימלעסס!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

ביזט צוריק??!!!!!!!!, יוי האב איך געווארט אויף דיר! דו ווייסט ווי אנגעזעצט דא איז געווען?!!!, עני וועי וועגן די פלאפלעריי, ס'איז דא א גרויסע חילוק פון זיי און מיר, איך ווייס נישט וויאזוי די קוקסט מיך אן אין דיין פאנטאזיע, קען זיין אז די עמעדזשענסט עפעס א קליינער פעטער מענטש מיט א אראנדזשע בארד און 'קנאבל פיאות' ביי די צוויי זייטן העכערן אויער, א קוויטשעדעגע הייזעריגעע שטימע וועלכע מען הערטט רעדן און פלאפעצן אין שול און אין מקוה, אבער דער אמת איז אז איך בין שלאנק און....... איך וויל נישט זאגן אלע אינפארמאציע ווייל מען וועט געוואויר ווערן ווער איך בין...... עני וועי אבער איך רעד בכלל נישט ווי די 'תשעה קבינ'טעס' און אפילו אויב יא רעד איך נישט אזוינע הילכיגע שטותים (איך רעד נאר היימישע שטותים...) די נקיבות די זענען דאך טעריבעל מיט זייער גערעדעכץ 'יו נאו האו דעי טאק' איך דארף דיך נישט עקספלעינען...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/7/2005 19:10 לינק ישיר 

Nah yenta…we know youre cool…although that deion is kinda, basically, really, more ''EXACTLY'' like how I pictured you. I didn't think the payis was crumbled up at your ears though…I just though of normal looking roite gekrazelte geherig by de zeiten. Anyway, I did noticed this place was taking a really long nap lately…lets hope that its only a durechgang. Or in the worse case, bring on your chusivah yentashte, whom we hear so much about, let her mix it up a bit

Mr. Kramer, I enjoy reading your political input, although I don't always agree with you. I find that any talk show host only gets as good as the news is. For example, if there's anything hot in the Michael Jackson case, every programs rocks…or the Scott Petterson case…or any topic with atleast a bit of intensity, humor or suspense in it…otherwise its all as boring as Newt Gingrich on Sean Hannity. All aside, I don't see why you go so crazy for Sabbage. I used to listen to the man at one point, but I quit. Granted he's smart, but he's also hateful, and disrespectful…he would dump you and me on a ship today and set us sailing in the pacific for eternity…he hates anyone who isn't born American, or speaks a different language. He hates all poor pple, all pple in minority groups or anyone who dares to challenge him. Its all about him…his country, his government, his tax dollars…his, his…you would have to be four generation strictly American to qualify on his list. Why in the world do you like the guy so much anyway? 0



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/7/2005 19:47 לינק ישיר 

נעימלעסס:
דיין שרייבן וועט זיכער העלפן אז דער דורכגאנג זאל אדורכגיין.

און וועגן סעביטש ביזטו כשר גערעכט, דער מענטש שעלט א גאנצן טאג, דאס איז חוץ וואס ער איז ממש פרעזידענט אין עולם הפאנטאזיע, איך האלט נישט פון אים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/7/2005 20:33 לינק ישיר 

קרעמער: איך פערזענליך האב אויך נישט קיין געדולד צו מייקל סעבעטש'ס שעלטעריי, אבער דו דארפסט דיך נישט צוריק האלטן פון מיטטיילן דיינע אנאליזירונגען וואס מיר האבן אלע זייער הנאה געהאט, קיפ אָפ די גוד ווארק,



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-15/7/2005 21:13 לינק ישיר 

יישר כח פאר די דברי חיזוק און פאר די קריטיק, די ביידע זאכען זענען וואס עס מאכט מיר אנגיין ווייטער מיט מיין עבודה, וואס איז גארנישט קיין גרינגע, גרונטליך צו אנאליזירן אלעס וואס קומט נאר פאר אויפן פאליטישן ארענע דא ביי אונז אין אמעריטשקע און אין דער גאנצער וועלט, און פון די אנדערע זייט קען איך נישט אראפנעמען קיין אויג פון די לאקאלע מאפע, שטעלט אייך פאר אז איך וועל נישט באשרייבן די לאקאלע ראדיא סטאנציעס, ווער וועט אייך אנצייגן וועמען אויסצוהערן און וועמען נישט פרובירן אנצודרייען דעם דייל פונעם נייעס באריכטער.
אויך פלאן איך בקרוב אנצוהייבן געבן מואווי ריוויוס, פארשטייט זיך אויב דער רבי וועט מסכים זיין, איך זוך זיך נישט איינצורייסן מיט קיינעם, אויב דער עולם איז אינטערסירט אין דעם, זאל מען מיר צושיקן א מואווי, איך וועל עס איבערזעהן און איבערקייען פאר אייך מיט מיינע קאמענטארן. איך וועל נישט טשארדזשען גארנישט דערפאר, אויסער שיפינג און הענדלינג.
בנוגע מייקעל סעבעדזש, איך וואלט זיך אויך נישט משדך געווען מיט אים, און איך האלט נישט אז ער איז מי יודע ווער, איך וואלט זיך אפילו געעקעלט צו שטיין מיט אים אין ווארט, בפרט נאכן זעהן א בילד פון אים אויף זיין וועבסייט, מיט זיינע קעצי הערנער און אויסגעפליקטע בארד.
אבער אזויפיל קען איך אייך זאגען, אלס איינער וואס די פינגער זענען אים שוין אפגעריבן פון אזויפיל דרייען דעם דייעל אויפן ראדיא, איך קען נישט צוהערן קיינעם פון די רעדנער מער ווי איין סעגמענט, און דאן ווייס איך שוין פונקטליך וואס יענער גייט צוזאמ'דבר'ן א גאנצן טאג, אבער מייקעל סעבעדזש איז אנדערש. ער קען פון איין מינוט אויפן צווייטן געבן א דריי אוועק דעם שמועס מיט א געשמאק, למשל ער קען האלטן אינמיטן רעדן פון די איסלאמאפאשיסן, און די אנדערע מינוט וועט ער אראפלייגן ווי געשמאק זיין סאלאמי סענדוויטש איז געווען אז אפילו זיין הינטל האט אים געבעטן א שטיקל. בכלל איז ער צו גוט מיט זיין הונטל, איך ציטער פאר זיין שלום בית, אויב ער איז בכלל חתונה געהאט. קינדער ווייס איך אז ער האט, אבער עס איז מיר אינטערסאנט געווען צו ליינען היינט אז ער איז גאר א איד.
מאנכע האבן מיר שוין לאנג געזאגט אז ער שמעקט ווי א איד, אבער איך האב געקלערט אז דאס איז ווייל ער איז אויפגעוואקסן אין די בראנקס, און דערפאר קען ער אביסל אידיש אזוי ווי פייוול קליין, אנטשולדיגט, קאלין פאועל, דער געוועזענער גענעראל און אויסערן מיניסטער, וועלכער איז געווען א שבת גוי אין די בראנקס און דערפאר האט ער גוט געקענט אידיש, עס איז אים צוניצגעקומען ביים רעדן צו אריאל שרון וועלכער קען אויך אידיש נאך פון חדר.
גראדע איז קורטיס סליווא א פאלנער איטאליענער גוי און ווארפט אויך אריין אסאך אידישע ווערטער, ממילא האב איך געקענט קלערן אז מיכאל סעבעדזש איז אויך א גוי, אבער איך האב געליינט ערגעץ היינט אז ער איז גאר א פארבלאנדזשעטע נשמה. גוט שבת.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-18/7/2005 04:44 לינק ישיר 

I was surprised to hear that sabbage is a yid. No, make that ''shocked''. I would never even dream about it. I don't listen to him very often, but in all the times that I did, I never heard him refer to anything even remotely jewish. Even Mark Levine, who usually hates to talk about shtism makes it pretty clear that he's jewish. I'm thinking he must be like Ron Cuby whom curtis likes to refer to as a ''self hating jew'', which is in fact very apparent, even Cuby himself doesn't deny it. But youre right Kramer, sabbage does pack in about a million and one subject matters in one paragraph, and he also often loses his breath as a result. So I do have to give him credit for keeping it unpredictable, but I would have to be in a particularly violent mood to even want to tune him in



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/7/2005 05:37 לינק ישיר 

ר' נעימלעס, איך בין פונקט אזוי געשאקט געווען ווי אייך ווען איך האב באמערקט דעם ארטיקל אז מיכאל סעבעדזש איז א אידיש קינד, איך האב עס געזען אויף חדשות אנ"ש, און אויך אויף די אידישע וועלט פורום אין אקטועלע וחדשות, אויב איר ווילט קען איך אייך דאס לינקן, גראדע מיין איך אז איך האב דאס שוין געלינקט ביי די אשכול וואס נעמט צוזאם אלע פלעצער וואו דער עולם פארברענגט דא אויפן אינטערנעט.
איך בין אבער פונקט אזוי שאקד געווען פון דעם וואס איר שרייבט אז מארק לעווין האט געווענליך נישט ליב צו רעדן שטותים, במחילת כבודכם, איך האס מארק לעווין טאקע דערפאר ווייל איך האלט אז ער רעדט שטותים, נישט ווייל איך האב פיינט שטותים, ווען איך וואלט פיינט געהאט שטותים וואלט איך געשריבן אויף א אנדערע וועבזייטל נישט אויף די הויפטקווארטיר פון היימישע שטותים, אבער איך קען נישט דולדן ווען א מענטש רעדט שטותים בפני קהל ועדה, ווען ער ווייסט אז מיליאנען מענטשן הערן אים אויס, און ער שטייט און שרייט און האקט אראפ טעלעפאנען אויף מענטשן וואס געפעלן אים נישט, און ווען ער פארלירט דאס געדולד, אדער דעם אטעם, נעמט ער זיך אויפשפילן די נאציאנאלע הימנע פון אמעריקע, און די פאטריאטישע לידער פון די ארמי, די נעיווי, די עיר פארס, די נעשאנעל גארד, די קאוסט גארדס, און וואס נישט, אבי די צייט זאל אדורכפארן.
איך קען אויך נישט דערליידן ווי ער חנפ'ט אריין די נשים וואס רופן אריין צו זיין שאו, ער מאכט זיך בא'טעמ'ט מיט יעדן איינעם, לעקער וואס ער איז, ערגער ווי שאן הענעטי וועלכער מאכט זיך אויך קינדיש, הגם צופיל קינדיש קען ער זיך נישט מאכן, ווייל ער איז באמת קינדיש, אבער מייקעל סעבעדזש וועט געבן פונקט אזויפיל אטענשטשען פאר א מענערישער רופער ווי א פרוי, אזוי מיין איך יעצט, געב מיר א וואך צוויי און איך וועל איבערהערן אויב איך בין גערעכט, אבער קודם ברויך איך גיין קויפן אויער שטאפער'ס, ווייל אז נישט וועט מיר מארק לעווין אויסלעכערן די אויערן.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-19/7/2005 00:55 לינק ישיר 

Hey everybody,

It's good to see you all again.

I just took a short vacation (too short) and hope to spend some more time here hereafter.

About Michael Savage, I used to listen to him as well but now I can't stand the guy. Over the years I've listened to many talk show hosts. From Jay Diamond to Andrew Wilkow and all those in-between. I've also read anything I can get my hands on about talk radio and about these larger then life figures that dominate the AM radio dial. Being the talk radio aficionado that I am, I'll give you my summation of Michael Savage.

He's a drunk manic depressive lunatic.

Of course when his foul mouth is directed at my enemies (like bearded men in dirty night shirts or red diaper doper babies) I do enjoy his rants but in a split second he can turn on his listeners and give them the greatest let down since the sinking of the titanic. He'll start an angry tirade against his fellow conservatives and rip into his listeners without warning and then wonder why his competitors beat him at the ratings.

That's Auwel! (I love when he says that)

Anyway, I got to go now. Mark Levin is coming on.

See ya,

Hubba hubba, dooba dooba





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/7/2005 16:59 לינק ישיר 

Yingatch, so you were up and running way back in the day when jay diamond was on abc at ten too, huh. (is he still in the business today?) I used to listen to him as well, but not for a minute because I enjoyed any of it, only because back then I had my headphones glued very securely into my ears (How pathetic!). I like the way you talk about sabbage (cabbage). But the man still got an audience, so evidently he's got to have something going that keeps his pple tuned in

I don't think mark Levine's show is the greatest ever, Kramer. I think he's smart, funny, and a very angry nut case. He cracks me up with his sharp, and sometimes not so politically correct humor. I never noticed him act corny towards women though; I'll make a note to watch for it next time I listen to him. But what I do like very much about him is his strong stand on national security the way I like it. He's ultra conservative in that area, actually he's the most conservative a person could get in every angle, but with national security, and international policy issues I stand with him in on one page, and I like his none apologetic, kiss my jewish as* attitude on that matter. The military music usually makes me nervous as well, only because he plays it way too long, if he could only come up with a way of playing each branch for about a second it would be really cool. But I still have to say that talk shows in general, to me, only gets as good as the news is…there are days when even my favorite shows suck so bad, that I have to switch the dial to FM, r''l



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > העתקה פון טעיפ (נישט קלאר)
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext