| נשלח ב-17/7/2005 21:36 |
|
| |
מיין דרשה
היות איך וועל זיך נישט קענען פערזענליך באטייליגן ביי די אסיפת התעוררות היינט נאכט אום צען אזייגער. האב איך אראפגעכאפט מיין דרשה אויף א ווידיא און אריינגעשיקט צו די מערכת. מען וועט עס אויפשפילען "לייוו". דא האט איר א "דרעפט" דערפון (דאס זענען די צעטלעך וואס איך שרייב זיך פאר איידער א דרשה, און געווענליך זאג איך אלעס, אויסער וואס עס שטייט געשריבן אויפן פאפיר...).
ברשות הגבאים, וכל הקהל הקודש. מורי ורבותי!
יעדער איינער האט געהערט דאס וואס מיר זענען ביטער געשטראפט געווארן דעם פארגאנגענעם פרייטאג ערב שבת קודש פרשת בלק. יעדער איז באטראפן געווארן דערפון. [הגם איינער מער און איינער ווייניגער, ווענדט זיך לויט ווי נאנט מען איז באקאנט מיט די באטראפענע און זייערע משפחות. אבער אפילו די וואס האבן קיין שייכות נישט מיט די נפטרים ע"ה אדער זייערע פאמיליעס, זענען אויך אויפגעשוידערט געווארן הערנדיג דעם ביטערן אומגליק, אדער זעענדיג די טראגישע בילדער וואס זענען געווען דא אויף היידפארק (חדשות אנ"ש בארה"ב ובעולם, ועוד)].
מיר הייבן לגמרי נישט אן צו באגרייפן "פארוואס" דאס האט פאסירט, "וואס" מען וויל מיר זאלן יעצט פאררעכטן. און בכלל; ווער זענען "מיר" דן צו זיין דערויף, מיר לאזן דאס איבער פאר די וואס פארמאגן – אדער עס דאכט זיך זיי אז זיי פארמאגן – גרעסערע קעפ און ברייטערע פלייצעס פון אונז. [זייט טאקע געראכטן אז בקרוב וועלן ארויסקומען די גרויסע פלאקאטן מיט קידוש החמה אותיות וואס וועלן פרובירן אנצייגן מיטן פינגער אויף וואס דער שטראף איז געקומען (הגם מען האט אוועקגעריסן מסלתה ומשמנה פון צווישן אונז, פון די חשוב'סטע משפחות, וועלכע פלעגן טראגן די פרומסטע לבושים, און האבן פארמאגט די ריינסטע השקפות)].
מיר ווייסן אזויפיל, אז דאס איז גארנישט געווען קיין "עקסידענט" וויאזוי מען רופט דאס, עס איז נישטא קיין שום "מקרה" אויף דער וועלט, אלעס פאסירט מיט א חשבון, עס איז שוין געווען אפגעשריבן פון פארגאנגענעם ראש השנה פונקטליך "וואו", "ווען", און "וויאזוי" דאס זאל פאסירן.
מיר קענען זיך דאס איבערצייגן פון די מאדנע וועג וויאזוי דער עקסידענט איז צוגעגאנגען, מען קען זעהן עין בעין אז דאס איז צוגעפירט געווארן מיט א "העכערע האנט", און דער מענטש האט נישט געהאט קיין גרויסער אויסוואל, ווי די גמרא זאגט: "די פיס פונעם מענטש פירן אים צו דעם פלאץ וואו עס איז באשערט אז ער זאל אומקומען רח"ל" (רגלוהי דבר איניש אינון ערבין ביה, לאתר דמתבעי תמן מובילין יתיה, סוכה נ"ג ע"א).
די סדר הדברים וויאזוי דאס האט פאסירט טוישט זיך פון מינוט צו מינוט, די פאליציי האט איין ווערסיע און יעדער צייטונג שרייבער האט זיך זיין אייגענע ווערסיע, איך גלייב אז מען וועט קיינמאל נישט וויסן דעם אמת לאמיתו. וואס אין אמת'ן אריין, איז דאס נישט קיין גרויסע נפקא מינה פאר אונז אידעלעך צו וויסן פונקטליך "וויאזוי" דאס האט פאסירט, גארנישט וועט נישט צוריקברענגן די דריי איידעלע נפשות ע"ה, אפילו מען זאל אויפווייזן אז דער דרייווער פונעם טרעילער איז געווען דער שולד (וואס ביזדערווייל הייסט דאס אז דער נפטר ר' אברהם ע"ה האט גאר פארלוירן קאנטראל אויף זיין מיניווען און איז אריבערגעפארן אויף די גרינע גראז ביז צו די אנדערע זייט, און דארט אריינגעקלאפט אינעם טרעילער. וואס דאס לייגט זיך מיר שווער אויפן שכל).
וואס מיר קליינע קעפ קענען אבער זען דערפון איז אזוי: קיינער איז קיינמאל נישט פארזיכערט! מען קען זיין אין די בעסטע גיסטע, אלעס גייט גוט ב"ה, מען האט א פיינע שטוב, לעכטיגע זיסע קינדערלעך בליעה"ר, מען פארט ארויס צו די משפחה אין קאנטרי אויף שבת קודש, מען טוט נאך א גמילת חסד אויך, מען געט א היטש פאר א יונגע קאפעל ארויס צו זייערע עלטערן (און א באזוך אין תפיסה מקיים צו זיין כיבוד אב). און פלוצלינג... טררררך! א טרעילער קומט אנטקעגן... און ביז פינעף שעה דערנאך איז מען איבערגעדעקט מיט א הויפן זאמד ביז תחיית המתים!
אין אזא פאל קענען מיר זעהן באשיינפערליך די וויכטיגקייט פון "שוב יום אחד לפני מיתתך", וואס דאס מיינט אז מען ברויך כסדר זיין אין א מצב פון תשובה, ווייל מען ווייסט דאך נישט ווען "יענער" מינוט וועט אנקומען.
איז אזוי: באמת פעלט נישט אויס קיין גרויס התעוררות, ווייל דער עולם איז סייווי אויפגעשוידערט עד דכדוכו של נפש. עס איז נאר אין פלאץ מעורר צו זיין אויף אפאר נקודות וואס ברויכן א תיקון, און האפענטליך וועט דער עולם ארויסגיין פון דא מיט א קבלה טובה, וואס זאל טאקע זיין לעילוי נשמת הנעדרים ר' אברהם ע"ה ב"ר אשר זעליג שליט"א, ר' זאב ברוך ע"ה ב"ר שמואל שליט"א, וזוגתו פיגא ע"ה בת ר' אהרן ישעי' שליט"א.
איך וועל עס מאכן גאר קורץ, כדי צו געבן א געלעגנהייט פאר די אנדערע רעדנער ארויסצוברענגן זייערע געפילן:
1) דער ענין פון "קאנטרי", וואס משפחות זענען צושיידט במשך די וואך, ברויך א גרויס תיקון. און ווילאנג מען וועט דאס נישט אדרעסירן ווי געהעריג וועט דאס נישט נשתנה ווערן לטובה, רבנים זאלן זיך נישט שעמען מוחה צו זיין דערויף, עס איז א פירצה!
2) דער ענין פון "טשעטרומס" איז א מגיפה וואס איז רבים חללים הפילה, טייערע אינגעלייט זענען פארווארפן געווארן פון ביידע וועלטן א דאנק אן אומשולדיגן שמועס דארט.
3) צולעצט, דער ענין פון "עף.עם."! איך ווייס פאר א פאקט אז דער היימישער עולם איז זייער נישט נזהר אין דעם, מען ווערט נכשל טאג טעגליך מיט דעם הארבן איסור פון "קול באשה". אין דעם איז אויך אריינגערעכנט אלע סארט "מואוויס", און אויך דער "אינטערנעט" [אויב מען נוצט עס אויס נישט ריכטיג].
עס איז דא א געוואלד צו רעדן אויף יעדע איינע פון די דריי פונקטן, אויף יעדע איינע פון זיי קען מען זיך אפשטעלן און עס ברייט מסביר זיין, אבער דאס איז נישט דער ציהל אויפן יעצטיגן מאמענט. הן ווייל די צייט ערלויבט דאס נישט, און הן ווייל איך האלט אייך פאר חכמים וועמען עס איז גענוג מסביר צו זיין א זאך ברמז בעלמא, די לחכימא ברמיזא!
איך האב דא נאר בארירט די גאר וויכטיגסטע נקודות, און אויך נאר אויפן שפיץ גאפל, ווייל אויב איך וועל אריינגיין דערין וועט נישט טויגן, סיי משום הרחק מן הכיעור, און סיי ווייל מיר וועלן פארקריכן פונעם פליכט וואס ליגט יעצט אויף אונז, און דאס איז: זיך פארצונעמען א קבלה טובה!
זאל דער אייבערשטער העלפן, מיר זאלן שוין אפגעהיטן ווערן פון אלעם בייזן, מיר זאלן פון היינט אן זוכה זיין צו הערן נאר בשורות טובות! אמן
תוקן על ידי - hutkh - 26/07/2005 7:54:30
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/7/2005 20:07 |
|
| |
hutkh באמת א פיינע דרשה
ווי זענען די איבריגע דרשות ?
וועט זיין צו באקומען טעיפס ?
איך האב געפרעגט דעם מקוה איד צו ער גייט האבן די טעיפס האט ער געזאגט אז ער ווייסט נישט
|
|
|
|
| נשלח ב-21/7/2005 00:59 |
|
| |
Thank you hutkh, for your words of wisdom. I would like to add a note on this whole ''country'' issue that you brought up, if I may
Years ago it used to be the most beautiful thing a family could have done…but today everybody says it's all about the husband sending off his wife with the kids so he could do whatever the hell he wishes. (Maybe its been the same from in the beginning…I don't know, my parents didn't let me in on adult secrets back then…so I stand to be corrected.) But I cant help but wonder, How stupid does a wife have to be not to notice that her husband is only trying to get rid of her? Obviously there is a communication gap in the relationship that needs to be fixed here
But lets say the wife does know that her husband is up to no good and refuses to leave him by himself…clearly that wont do her much good. He'll manage to find another day or time to take care of business
Or there is the wife who gave up. She knows, she sees, and she's helpless
On the other hand there are plenty of families who divide all through the summer and everybody behaves just fine
So where do you draw line? How do you address this problem? By the time you start smelling trouble in a yingerman's behavior while his family is away for the summer, you most likely caught up late in the game. I think that this issue is more complicated and deeper penetrated than just what you see from the outside. Of course this whole country disaster has to be addressed, but I also think that our heimishe oilem desperately needs more upgraded ''shulem bayis'' coverage. Be it drushes, sfurim, solicited mailing, (its not like they save those for a rainy day anyway) weekly/monthly paper articles…whatever works
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-21/7/2005 06:20 |
|
| |
לאמיר אייך זאגען וויאזוי איך קוק אן די גאנצע קאנטרי זאך פון מיין שטאנדפונקט, און עס קען זיין אז איך רעד פון קנאה ווייל מיין גורל איז געווען צו פארבלייבן אין שטאט טראץ די גרויסע היצן.
די פרויען נודזשען צו גיין אין קאנטרי, ווייל זיי דארפן זיך אויסרוהן, איך ווייס נישט פון וואס, אבער אויסרוען איז די קאוד ווארט וואס מאכט אז די בערזל זאל ליידיג ווערן און די באקסעס זאלן אנגעפילט ווערן און די אונטערוועש זאלן פארשוויצט ווערן און אזוי ווייטער.
דאס אז די מענער נעמען עדווענטעדזש דערויף און טוען זאכען וואס זיי וואלטן קיינמאל נישט געטאן, איז נישט קיין הכרח, איך האלט נישט אז עס אזוי, איך מיין אז רוב מענער זענען ארנטליך און נארמאל, און די קליינע פראצענט וואס פרובירט צו מאכן א לעבן אין די זומער, די פרובירן אין די ווינטער אויך, און עס געלונגט זיי פונקט אזוי נישט אין די זומער ווי אין די ווינטער, און איך רעד נישט פון עקספיריענס נאר פון שכל, איך האף אז עס איז אזוי, און אויב האלט איר אנדערש ווי מיר, אדרבה, מיינע אויערן זענען ברייט אפן, איך האב זיי יעצט צוברייטערט מיט די הענטלעך פון די נייע ברילן, און איך בין גרייט צו הערן וואס איר האט צו זאגען דערויף.
אגב, איך זוך א פיין שטיל און רואיג פלאץ וואו איך זאל זיך קענען ארויסציען מיט מיין פאמיליע אויף איין וואך, לכתחילה וויל איך נישט גיין אין קיין קאנטרי, ווייל איך האב פיינט די בלאטע אויף דער ערד דארט, און די בלאטע וואס ווערט איבערגעקייט ביי די פרויען רינגלעך אונטער די ביימער יעדן טאג, הגם זיי רעדן נישט קיין לשון הרע חס ושלום, עה, נאר דריי מאל א זומער, צופרי, ביינאכט, און ווען אימער.
אויב איינער האט א גוטע פארשלאגע פאר מיר וואו צו גיין אויף אפרוה, אויף בערך איין וואך, אויך נישט יעצט, נאר ווען דער עולם קומט צוריק פון די בערג, וואס דאן ווער איך געווענליך ווידער דעפרעסט, זייענדיג שוין צוגעוואוינט צו די ליידיגקייט און בא'טעמ'טקייט פון די שטאט, און דא ריקען זיך מיר אן די מענטשן און נעמען אוועק די פרישע לופט, זאל מען מיר מעלדן, אדער דא אויפן פורום אדער פריוואט. יישר כח.
 |
|
|
|
|
|