| נשלח ב-21/7/2005 06:07 |
|
| |
עצה פאר היידפארק באנוצער
ווען עס איז דא א פורום וואס ענטהאלט שוין מער ווי איין בלעטל, און איר ווילט ליינען נאר די לעצטע תגובות און נישט ברויכן איבערמישן דאס גאנצע פון אנהייב. איז דא א פשוט'ע עצה. גייט ארויף אויפן גרינעם לעמפל וואס בלינקט ווען עס איז דא א פרישע נייעס, דרוקט אראפ אויפן לעמפל אליין, דאן וועט זיך דאס עפענען צום לעצטן בלעטל פונעם אשכול.
עס זענען דא נאך אסאך אסאך טריקס און עצות אין היידפארק, ווער עס קען זאל ארויסהעלפן דעם חשוב'ן עולם דערמיט.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/7/2005 18:35 |
|
| |
תוקן על ידי - upstate - 25/07/2005 18:36:44
|
|
|
|
| נשלח ב-26/7/2005 00:10 |
|
| |
לעצטענס בלינקט נישט די לעמפעל איז דאס נאר ביי מיר?
|
|
|
|
| נשלח ב-26/7/2005 06:54 |
|
| |
עס בלינקט נאר ווען עס איז דא פרישע ווארע, אפשר איז לעצטנס שטיל דא אין קרעמל און דערפאר בלינקט עס נישט. איך קען אייך גאראנטירן אז די קומענדיגע פאר טעג וועט דא זיין גרויס עקשען. על כל פנים איך פון מיין זייט וועל זיך צושטעלן הונדערט פראצענט.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/7/2005 16:38 |
|
| |
אויך ווען עס איז דא פרישע ווארע (איך נישט וואס עס מיינט מסתם אזוי ווי תגובה) בלינקט עס נישט
איך האב פארגעסן צו שרייבן אז ווען איך לייג מיין מייזל אויפן גרינע (טשערי) לייט שרייבט זיך אויף "נושא חדש" אדער "נושא ישן"
|
|
|
|
| נשלח ב-26/7/2005 17:04 |
|
| |
גוט מארגן אלע;
"פרישע ווארע" איז די אידישע ווארט פאר "פרישע סחורה".
ביי מיר בליטשקעט יא די גרינע לעמפל ווען עס איז דא פרישע נייעס. איך ווייס נישט וואס עס קען זיין דער פראבלעם ביי דיר, "נישט צו פארנומען".
**
היינט - דינסטאג - האב איך אויפגעגעבן אלע זייטיגע ארבעט, און איך וועל בלי נדר זיצן דא אויפן פורום... TO MAKE UP פאר דעם וואס איך האב אייך איבערגעלאזט פאריגע וואך כצאן בלי רועה, ווי א דארף אן א הונט...
ווער עס האט עפעס צו פרעגן, זאגען, קאמענטירן, קריטיקירן, שאלות, תשובות, הדרכות, עצות, און וואס נישט, איז העפליך געלאדענט צו שרייבן.
איך ווארט צו הערן פון אייך
ידידכם
הוטקע
|
|
|
|
| נשלח ב-26/7/2005 21:37 |
|
| |
איך ווייס פארוואס די גרינע לעמפל בלינקט נישט ביי דיר, אבער נושא חדש מיינט אז עס איז דא א נייע תגובה ביי דעם אשכול און נושא ישן מיינט אז עס איז נישט דא קיין נייע תגובה, אבער סיי ווי אזוי אויב דו וועסט דרוקן אויף דעם גרינעם לעמפל וועט דיך עס פירן צום לעצטן בלעטל פון דעם אשכול (אויב עס איז דא עטליכע בלעטער) אפילו אויב עס שטייט נושא ישן, נאר אויב דו זעסט נושא ישן האסט עס שוין מסתמא געליינט
|
|
|
|
| נשלח ב-26/7/2005 21:41 |
|
| |
שלום עליכם בן הרחמן
ראטעווע די מצב... איך זיץ שוין דא פיר שעה און קיינער מאכט זיך נישט וואוסענדיג פון מיר...
איך הייב שוין אן צו טראכטן אויב איך זאל אוועקפארן אויף נאך א לענגערע וואקאציע...
הוטקע
|
|
|
|
| נשלח ב-26/7/2005 21:46 |
|
| |
hutkh די עצה וואס איך האב פריער געגעבן פאר קרעמער קענסטו אויך נוצן
|
|
|
|
|
| נשלח ב-16/9/2005 19:23 |
|
| |
איינער ווייסט וויאזוי מ'קען טוישן די פעסווארד אין הייד-פארק מסורת?
איך בין אביסל ניי דא אויף הייד-פארק, כ'מיין אלץ שרייבער, כ'האב פראבירט צו גיין צו "שינוי פרטים" אבער ס'גייט נישט. ס'קומט ארויף עפעס א מעסעדזש אויף איווריט וואס איך פארשטיי נישט:
התגלתה תקלה.
המידע שהוביל לתקלה נשמר וצוות התמיכה של האתר קיבל על כך הודעה.
אנו מצטערים על אי הנוחות.
מספר התקלה הנוכחית הוא 123456789-43210
(כ'האב געטוישט די נאמבער אין די מעסעדזש, ווייל אפשר האט עס מיין פרייוועט אינפארמעשן. ווער ווייסט?)
|
|
|
|
| נשלח ב-16/9/2005 20:49 |
|
| |
ביי מיר ארבעט עס אויך נישט יעצט. קען זיין אז עס איז נאר א צייטווייליגער פראבלעם מיט הנהלת היידפארק מסורת. געב עס א טאג צוויי און פרוביר נאכאמאל.
אויב עס וועט נאך אלץ נישט גיין, בעט פון איינעם וואס האט צוטריט צו רעגולער היידפארק אז ער זאל דיר דאס ערלעדיגן (איך וואלונטיר דיר ארויסצוהעלפן...).
|
|
|
|
| נשלח ב-21/9/2005 16:27 |
|
| |
ווען מען איז מתקן א תגובה און נאכדעם וויל מען עס נאכאמאל מתקן זיין קען מען אויסמעקן די ערשטע "תוקן על ידי .........." אזוי אז זאל נישט שטיין צוויי אדער דריי מאל תוקן על ידי ..........
|
|
|
|
| נשלח ב-27/9/2005 23:56 |
|
| |
מ'קען אטעטשן א פייל אויף "הייד-פארק"? למשל EXCEL אדער WORD?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/9/2005 15:52 |
|
| |
ניין.
נאר JPG אדער GIF
|
|
|
|
| נשלח ב-28/9/2005 17:51 |
|
| |
נאר דעם ערשטן מאל וואס מ'עפנט אויף הייד פארק בלינקט די גרינע לעמפל נעבן אלע אשכולות וואס האט באקומען נייע תגובות נאכ'ן עס פארמאכן דעם ערשטן מאל, דערנאך אז מ'גייט אריין אין סיי וואספארא אשכול און מ'גייט צוריק צום פארום נישט דורך דרוקן דעם BACK קנעפל, אדער אז משרייבט צו א תגובה, יעמאלט בלינקען שוין נישט די גרינע לעמפלעך, חוץ נעבן אן אשכול וואס מ'האט צוגעשריבן אין די פאר מינוט וואס מ'האט פארוויילט אינעם אשכול, ממילא איז גוט צו האלטן חשבון אויך די צייט וואס איז צוגעצייכנט נעבן יעדן אשכול ווען די לעצטע תגובה איז געשריבן געווארן, ממילא קען מען אלעמאל דרוקן דעם גרינעם אויסגעלאשענעם לעמפל, אזוי ווי אויבן דערמאנט דורך דעם אלטן מנהל הרב קרעמער
|
|
|
|
|