| נשלח ב-22/7/2005 05:10 |
|
| |
הוטקע ווי לאזטו אונז אויפן וואסער????
שוין לאנג וואס איר האט מיר נישט געזען פארברענגען מיט אייך דא ביים קרעטשמע. איך ווייס נישט וויפיל האבן זיך געבענקט נאך מיר. אביסל האב איך דאס געקענט זען ווען קיינער האט זיך נישט צוטאן געמאכט ווען מען האט מיר ארונטערגעריקט פונעם אויבן אן, און געגעבן א שליידער אראפ מיט אזא קראפט אז דער זעץ שפירט זיך מיר גוט אזש זינט דאן האב איך זיך נישט דערוואגט אהערצוקומען...
אבער נישט דאס בין איך אויסן דא, און דאס איז כלל נישט דער עסק וואס איך וויל אייך מיטטיילן דא היינט נאכט.
שווער צו טרעפן די פאסיגע דיבורים און אראפגעבן אן דעם וואס די עמאציאנאלע כוחות זאלן נישט וועלן טאן דאס זייניגע.
אט לאמיר אנהייבן, און איר וועט משלים זיין...
איך דריי זיך אזוי ארום אין געווענליכן מקום ווי עס איז באשטימט אריינצוגיין צו הוד ק*-מיר-אן (כ"ק מרן בלע"ז...) וועלנדיג פרובן מיין שלימ-מזל אויב וועט מיר געלונגען היינט צו געבן א בליק צום שיינענדן געזיכט פונעם פירער פון די פאראייניגטע אידישע לצים דא אויף היידפארק, אבער ווי שאקירט בין איך געווארן הערנדיג א הויכן קלארן ניין! היינט איז דאס נישט מעגליך, בשום אופן נישט! עס קען גאר נישט קומען אין באטראכט, דער קאמיקער-הדור איז נישטא! פארשוואונדען ווי אין וואסער אריין. משה זוך מיר.. הכלל איך האב נישט געהאלטן דערביי, איך בין קוים מיטן לעבן אנגעקומען עד הלום, זאל איך מיין גאנצע השתדלות אנווערן? עס קען אזא זאך ניטאמאל קומעןן אין באטראכט. ווי קען דאס געמאלט זיין? האב איך זיך אריינגעלאזט בעובי הקורה און אנגעקלאפט אין אלע אפענע טירן און טויערן אבער דער בחור איז נישטא.. קיינער ווייסט נישט ווי זיין געביין איז אפירגעקומען.. אבער אט האב איך זיך באגעגנט אין א שוידערליכע אנדעקונג... אזש די בלוט פון מיינע פינגער זענען מיר פארגליווערט געווארן.. אז איך קען גאר נישט טראכטן פון שרייבן...
דעריבער גוטע פריינט געב איך אייך די ארבעט און זאל אייער פאנטאסטישע פאנטאזישע מוח אביסעלע אריין אין קראפט און מעגליך אז איינער פון אייך וועט צוטרעפן וואס מיט דעם פירער פון די געשמאקע אידן ביי דעם היימישן עולם איז געווארן...
אין אמת'ן האב איך יא געשריבן דעם גאנצן סיפור והשתלשלות הדברים, אבער די אנטיסעמיטישע היידפארק אנפירער האבן מיר דאס נישט ארויסגעלאזט, נאר א שטיק, אבער ווען עס פעלט דער שולחן עורך איז דער מרור גארנישט ווערד..
אבער אין ווירקליכן זין איז דער באנדיט נישט צום געפונען און וועט אין די גאר-נאנטע צייט נישט זיין דא, דעריבער לאמיר זיך נעמען צו דער ארבעט מיט א פעסקייט ווי קיינמאל פריער...
תוקן על ידי - לאוולי - 22/07/2005 5:30:24
תוקן על ידי - בןהרחמן - 22/07/2005 8:16:38
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/7/2005 08:21 |
|
| |
לאוולי שלום עליכם לאנג טיים נאו סי,
ווער נישט אזוי היסטעריש רעב הוטקע איז מסתמא געגאנגען אין פארק זיך אפרוען אויפן באנק, אדער גאר האט ער זיך גוט אנגעיאפעצט אזש אז די רעבעצין האט איהם נישט ארויסגעלאזט פון דערהיים אפילו צו מנחה מעריב, אבער איך קען אייך גאראנטירן וואס מ'האט אונז היינט איבערגעגעבן אין קהל'ס אפיס אז אזוי ווי דער רבי וועט זיך אויסניכטערן און אויסרוען וועט ער צוריק קומען צו אונזערע שטותים על מי מנוחות.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-24/7/2005 06:29 |
|
| |
איך האב מורא אז לאוולי איז גערעכט עס איז שוין צוויי מעת לעת און מען זעהט נישט קיין שפור פון רעב הוטקע, איך גיי יעצט אריבער אין קהל'ס אפיס און איך וועל אראנזשירן צוזאמען מיט יענטאאש א סוירטש ענד רעסקיו טיעם, איך האף אז מען וועט נאך טרעפן רעב הוטקע געזונט און פריש, פאר אינפארמאציע רופט דעם האטליין 1800-שטותים-1
|
|
|
|
| נשלח ב-24/7/2005 18:41 |
|
| |
קלאפ!... קלאפ!... קלאפ!.... ששששששששששששש........
רבותי!, בשם די ראשי הקהילה, וויל איך איבערגעבן אפאר געציילטע ווערטער, .....ששששששש........, מיר ווילן בעטן אלע חשובע מעמבערס פון אונזער הייליגע קהילה, ווי אויך אלע אנהענגער פון מורינו רבינו איש האשכולות רעב הוטקע שליט"א, מען זאל אויפהערן מיט די זיכענישן תיכף ומיד!!, דער רעבע געפונט זיך ב"ה אין גוטע הענט, און ער וועט אי"ה זיין צוריק ביז עטליכע טעג, דער רעבע האט שוין נישט געקענט אויסהאלטן די שווערע משא וועלכע ווערט אלס שווערער און שווערער אויף זיין ליידיגן קליין קעפל אויף וועלכן ער טראגט דעם ברייטן קאלירפולן קאפל און דערויף די ברוינע קוטשמע, דעריבער איז דער רעבע אוועקגעפארן אויף אן עמוירדזשענסי וואקעישאן אויף אפאר טאג.
בעפאר דער רעבע איז אוועקגעפארן האט ער געהייסן איבערגעבען דברי ברכה והדרכה, אבער כדי שלא יאמרו היינו הך יענטאאש היינו הך הוטקע האב איך מיך צוריקגעהאלטן פון איבערגעבן די טייערע ווערטער, אבער וויבאלד עס האט אויסגעבראכן אזא שטורעם וועל איך יעצט איבערגעבן די דברים היוצאים מלב הוטקע, דער רעבע האט אנגעהויבן מיט עטליכע דברי תורה וועלכע איך וועל נישט נאכזאגן צוליב וואס אויב איך וועל יא זאגן דברי תורה האט שוין דער רעבע צוגעזאגט אז ער וועט געבן קידוש און איך וויל נישט מען זאל זיך דערמאנען יעצט אום שבעה עשר בתמוז אינמיטן תענית פון די פיינע מאכלים אזויווי די רינעדיגע קאקאש קעיק און הייסער טשאלענט פון וואס די פארע גייט נאך און א געשמאקן אווערנייט קיגל און אייער קיכל מיט זאלציגע הערינג, דעריבער וועל איך נישט איבערזאגן די דברי תורה, די אנדערע זאכן וואס דער רעבע האט געזאגט איז נישט אינטערעסאנט.
עכ"פ כ'וועל מסיים זיין מעין הפתיחה, די זוכעניש זאל זיך אויפהערן, דער רעבע וועט ביז א קורצע צייט זיין אי"ה צוריק און בעטער דען עווער........
 |
|
|
|
|
|