| נשלח ב-25/7/2005 04:22 |
|
| |
באבע מעשה'ס - סיפורי סבתה
בערך פאר 12 יאר צוריק זייט ווען איך האב נאך געזעצן אין 'ישיבה' , איז צו געקומען צו מיר א'חבר' מיינער און זאגט מיר, אזוי ווי ער האט גיערט אז איך בין א שפעצעליסט אין די 'דברים הנסתרים' האט ער פאר מיר א 'מעשה'.
דער 'אמת' איז אז איך ווייס נישט פון וואנען איז אויס גיוואקסן דער 'שמועה' אז איך בין א 'מבין' אין די 'ענינים', האבער אזוי פלעגט מען שמועסן אז איך האב א 'יד ורגל' און 'ההבנה' אין 'שדים ורוחות' 'יודע עתידות' 'מגיד נסתרות' { משנה עיתים ומחליף את הזמנים } בעקיצער א גאנצער כישוף מאכער,
איך וועל נאר א בליק טאן אף היימינצן'ס הענט וועל איך גלייך וויסן צו זאגן וואס ער טוט 'בחדרי חדרים'. און נישט גערעט הייב איך וועל נאך אויך זהען יענם'ס שריפט אדער 'כף היד' וועל איך א וודאי גלייך וויסן צו זאגן דעם ' עבר הוה און עתיד' פון יענעם.
וואס זאל איך אייך זאגן אזא אן שיקערנישט וואס איך האב נישט געוואוסט ווי אזוי צו פאטער ווערן פון דעם.
אקיצער דער ציילט מיר מיין 'חבר' אז נעכטן ביי נאכט האט ער געכאפט א שמועס מיט זיין באבע זאל זיין געזונט (זכרונה לברכה) אזוי אין מיטן רעדן האט צי עם דער ציילט א שרעקליכע דרציילונג.
איך וועל האס אייך דא אראפ שרייבן פונקט ווארט ביי ווארט ווי מיין 'חבר' האט אס מיר דערציילט.
ווען זיין באבע איז געוועזן א מיידל אין די יארן פון 'עת דודים' פלעקט זי זי מיט אירע 'חבר'טעס זאך צאמקומען צוזאמען און מאכן א "שאלת עת דודים".... הערצאך איין גוט ווי אזוי איז דאס פאר גע קומען..., אלע מיידלעך האבן גישטאנען ארום א טיש מען האט גיזאגט וואס מי האט געזאגט און דארנאך וואס מען האט גיענדיגט זאגן האט יעדע מיידל לויטן תור א וועגילייגט איר האנט אויפן טיש און געפרעקט די טיש : ווען ווער איך א 'כלה'. נישט צו גלויבן אבער אזוי האט ער מיר דערציילט, האט די טיש זאך גיטאן א הייב אין א הויך פון א 10 - 15 ס"מ.... איר קענט לאכן איך האב אויך גלאכט....און גלייך א נידער געפאלן אויב די טיש האט נישט ממשיך געווען צו טאנצן נאר גיבליבן שטיין נאך איין טאנץ האט אס גימיינט אז די מיידל וועט ווערן די יאר א 'כלה' און הויב די טיש האט אטאנץ גיטאן צוויי מאל האט אס גמיינט אז די קומענדיגע יאר וועט זי ווערן א'כלה' און אזוי ווייטער....דער נאך ווען די טיש איז גיבליבן שטיין און מען האט שוין געוואוסט נאך וויפל יאר, האט מען א נייע פראגע געפרעקט די טיש :אין וועכע חודש פון דעם יאר וועל איך ווערן א'כלה'און אזוי ווי פריערט יעדן טאנץ פון טיש האט באדייט איין חודש.....און אזוי האט כסדר יעדע מיידל שאלת חולם געמאכט די טיש. און אזוי האבן האלע געוואוסט פונקט ווען יעדע היינע ווערט א'כלה'....ביי איין מיידל האט געשען אן אומגליק און גלייך ווי אזוי זי האט געפרעקט דעם טיש נאך וויפל יאר ווער איך ה'כלה' האט די טיש גענומען טאנצן האן א אופער......
איז ממשיך די באבע און דערציילט אז טאקע פונקט ווי דער טיש האט געוויזן האט אזוי פאשירט. און די מיידל וואס ביי אהיר האט די טיש נישט אויף גיערט צו טאנצן איז גיבליבן א מיידל ביז אהיר טויט....
נו..... וואס זאגט איר ......????....
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-29/7/2005 04:44 |
|
| |
איר ווילט נאך ?
אדער אפשער איז דאס געווען איבעריג ?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-29/7/2005 06:38 |
|
| |
איך פערזענליך האב הנאה פון יעדעס ווארט דיינער - בעל מקובל הישיש ר' גמזו - איך האף אז איך רעד פאר יעדן דא.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/7/2005 08:20 |
|
| |
זיי ממשהיך גאמזהי!..
אגב, די מעשה דערציילט מען עפעס אויף א בחור פון סאטומארו פון דער אלטער היים נאך, וואס דער רבי זי"ע האט אים געגעבן א תיקון דערויף, איך ווייס נישט קיין מקור, נאר געהערט אמאל..
|
|
|
|
| נשלח ב-31/7/2005 09:49 |
|
| |
די וואך דאנערשטאג געפאלט די יארצייט פונעם ישמח משה זי"ע, איז דאך אן ענין מוצאי שבת צו דערציילן סיפורי צדיקים פונעם בעל ההילולא. וועל איך דערציילן וואס איך האב געליינט אין "עונג שבת" (קרעמער: שטעל צוזאם אן אנאליז אויף די אידישע אויסגאבעס, יישר כח למפרע).
איך האב קיין געדולד און קיין נערווען, קיין כח און קיין מח, און איך בין שוין יא עטוואס מיעדליך געווארן, וועל איך נישט מעתיק זיין די גאנצע מעשה, אבער דער שפיץ דערפון איז געווען, אז דער הייליגע ישמח משה האט געוויזן פאר זיין אייניקל (ר"מ מ'ראזוואדוב) אז די קמיעות וואס ער שרייבט האבן א חיות אין זיך!
ער האט זיי געהאלטן אין זיינע הייליגע הענט, און זיי האבן זיך געהויבן פון זיך אליין און ארויפגעגאנגען אין די לופטן!
זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל!
|
|
|
|
| נשלח ב-31/7/2005 10:02 |
|
| |
שכויעך פאר חשוב'ן מנהל פאר די סיפורי צדיקים יעצט וועט מען אויסטיין די הייסע קאווע מיט די קאפעטשינא קיינער זאל נישט כאפן עס איז דא גענוג פאר יעדן, דערנאך וועט מען ממשיך זיין מיט זינגן אליהו הנביא.
אליהו הנביא אליהו התשבי אליהו הגלעדי ...
|
|
|
|
| נשלח ב-31/7/2005 10:06 |
|
| |
איר קענט דאס גלייבן? עס איז דריי אזייגער אויפדערנאכט און דא אין קהל היימישע שטותים האלט מען נאך ביי די זמירות פון מלוה מלכה...
איז דאס נישט קיין געשמאקע קרעמל? הלואי אין "ריעל לייף"...
|
|
|
|
| נשלח ב-31/7/2005 18:39 |
|
| |
בעולם הווירטואלי קען אלעס פאסירן...
|
|
|
|
| נשלח ב-1/8/2005 11:12 |
|
| |
דאס קוקט מיר אויס ווי א סיאנס
עס איז דא א שמועס פון רמי לוי א קצין אין צה"ל פון די חסידים פון הרב פנחסי ווי ער פארציילט וועגן די סיאנסים
ועוד חזון למועד ועל איך אי"ה ברענגען אין אידיש ווי אזוי סגייט צו
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2006 08:54 |
|
| |
לכבוד די געהויבענע געלעגענהייט פונעם באזוך פון איינעם פון אונזער חשובע מיטגלידער משנים קדמוניות,
ה"ה הרב המקובל הישיש מזקני ירושלים של מעלה
רבי נחום איש גם_זו
האב איך זיך אנידערגעזעצט אויפן גרויסן ריקליינער, וואס ליגט נאך דא ירושה פון יענטאאש ווען ער פלעגט שימלען דא אין קהל'ס אפיס, און איך האב אפירגעקראצט דעם פארגעלטן פנקס הקהל, אין זיך גענומען בלעטערן אין די אלטע ארכיוון צוריק דערמאנענדיג מיט נאסטאלגיע די שיינע טעג (און נעכט) וואס מען האט פארבראכט אינאיינעם מיט כסדר'דיגע מסיבות של מצוה וסעודת מלוה דמלכה, האב איך באשלאסן ארויפצוברענגען אויפן אויבערפלאך איינע פון די מאמרים פון הרב גם_זו וואס דערנאך איז אויך דארטן פארגעקומען א גרויסע סעודת מלוה דמלכה מיט סיפורי צדיקים מיטן באטייליגונג פון די חברי הקהילה,
געווען גוטע צייטן אמאהל,
|
|
|
|
|