בית פורומים היימישע קרעטשמע

ספיידערס, קייזער, און היידפארק מסורת

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-31/7/2005 09:37 לינק ישיר 
ספיידערס, קייזער, און היידפארק מסורת

גוטע וואך. עס איז יעצט צוויי דרייסיג, אבער איך קען נאכנישט אנטשלאפן ווערן, פשוט: איך בין געשלאפן דריי גאנצע שטונדן נאכמיטאג, נאך א אכט - ניין שעה'יגע פרייטאג צונאכטס שלאף.

על כן, וועל איך דא ארויפלייגן אפאר קורצע ענינים:

1. דער מקור פון די ענין פון הרג'ענען שפינען (ספיידערס, עכבש, שממית) געפונט זיך אין ספר דרכי חיים ושלום [מנהגי הרה"ק מ'מונקאטש זי"ע] אות תתר"פ, זיי שרייבן דארט אז דער מונקאטשער רב פלעגט אליינס ארומגיין הרג'נען די ספיידערס, זעה דארט באריכות.

[יישר כח פאר א היידפארק שרייבער (הרוצה בעילום שמו?) וואס האט מיר צוגעשיקט דעם מראה מקום אין תיבה אישית].

2. זיצנדיג היינט ביי שלש סעודות מיט אפאר חברים (דייקא נישט קיין אינטערנעט באנוצער) האבן מיר זיך צושמועסט איבער די אידישע ווערטער וואס מען נוצט און נוצט אן אריינקלערן וואס דאס באדייט (ווי קרעמער האט ארויסגעברענגט אזוי נאבעל אין זיין לעצטע אנאליז: כאמערייזל פיטערייזל וכדומה).

האט זיך איינער אנגערופן: עס אויף וועסטו זיין "קייזער"...

מיר האבן זיך אלע צושמייכעלט! יא, נאך א אידישע אויסדרוק וואס ברויך א הסבר.

3. איך הער זאגען אז פון היינט און ווייטער וועט מען נישט קענען ליינען אונזער פורום אויב איר באנוצט אייך מיט דזשעי-נעט.

וויל איך אייך מעלדן אז מיר האבן זיך איינגעשריבן אין היידפארק מסורת. מיר ווארטן אויף אן ענטפער פונעם מנהל דארט. ווי נאר מיר וועלן האבן נייעס וועלן מיר אייך מעלדן בעזהשי"ת.

גוטע וואך
הוטקע



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/7/2005 16:16 לינק ישיר 

וואס מיינט פון 'היינט' און ווייטער?
ס'איז 'היינט' איך האב jnet און איך שרייב דא..

תמיד ה''נפחא'' מציל בשעות הקשות



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/7/2005 17:39 לינק ישיר 

http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1491968

עיין שם. איך טראכט גארנישט (אקעי: כמעט גארנישט) אויס פון זיך אליין.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/7/2005 17:45 לינק ישיר 

ס'איז א שאד צו פארלאזן הייד פארק פאר מסורת, זיי האבן פונקט היינט געמאכט אזא שיינע הערליכע אויגן פארכאפענדע דעזיין, איך מיט מיין ווייב און אלע קינדער קענען זיך נישט גענוג אנזעטיגען פון די הערליכע נייע אויסלייג דא. דארטן אין מסורת איז אלע אלט און נעבעכדיג.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/7/2005 17:55 לינק ישיר 

גלייב מיר אז איך גלייך זייער די נייע קאלירן און אויסלייג.

אבער אויב מיר וועלן פארלירן אפילו נאר איין ליינער צוליב דעם טויש פון דזשעי נעט. לוינט זיך אריבערצוגיין אויך צו מסורת.

אפשר נישט?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-31/7/2005 18:02 לינק ישיר 

איך מיין מען זאל אנרופען JNET מיט קאסטומער קאמפלעינס.

ווער האט זייער נומבער?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/7/2005 18:21 לינק ישיר 


ממה נפשך פארוואס דארפסטו אנרופן?

האסטו יא JNET ביסטו דאך למעשה דא.
האסטו נישט JNET וואס גייט דיך עס אן??

אתמהה??


זייער נאמבער איז5638 866 866
די 24 האור נאמבער איז 6007 857 866

איך מיין מען זאל זיי טאקע רופן..





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/7/2005 18:37 לינק ישיר 


נפחא'לע שרייבט:
וואס מיינט פון 'היינט' און ווייטער?
ס'איז 'היינט' איך האב jnet און איך שרייב דא.. ע"כ

מכאן ואילך נופח משלי:
אפשר טאקע היינט וועט עס נאך דארכגיין,
אבער 'ווייטער' מער נישט.
אזוי האב איך עפעס פארשטאנען פון א אנדער פורום.






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/8/2005 02:44 לינק ישיר 


קען איינער אדער צוויי זיין אזוי גוט אוון ארויפלייגן דעם לינק פון דעם פארום צו היידפארק מסורת?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/8/2005 05:46 לינק ישיר 

חוץ א מייסע

ווער סך באנוצט ביי די ירושלמים



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-1/8/2005 06:45 לינק ישיר 

דא איז די לינק פון אונזער פורום ביי מסורת

http://masoret.hevre.co.il/hydepark/forum.asp?forum_id=11045



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-1/8/2005 06:46 לינק ישיר 

בן הרחמן און בן זהב, ענק הייסן "בן" נאך די זעלבע זיידע?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/8/2005 05:22 לינק ישיר 

די געשמאקער, קודם כל בין איך גארנישט קיין נפחא'לע, נאר א נפחא.

והשנית, ס'איז 'ווייטער', און איך שרייב נאך אלס נישט מיט מסורת,(איך ניץ מסורת, נאר צי קוקען די בילדער.
וכאן המקום לעורר, אז ווען מ'לייגט ארויף די בילדער אן מצורף קובץ קען איך עס נישט זען אפי' דורך מסורת.)

תמיד ה''נפחא'' מציל בשעות הקשות



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/8/2005 13:18 לינק ישיר 



מיסטער נפחא,

דעם מצורף קובץ געשעפט, דאס לכוארה לייגט ארויף הייד פארק זעלבסט,

איז אלזא ווען און וויאזוי לייגן זיי דאס ארויף? און ווען נישט?





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > ספיידערס, קייזער, און היידפארק מסורת
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext