ווען איך בין נישט דא
גוט מארגן.
איך מיין עס וואלט געווען אינטערסאנט צו עפענען א אשכול וואו יעדער קען אריינשרייבן וואס ער טוט ווען ער איז נישט אין קהל היימישע שטותים:
צום ביישפיל:
איך בין אייביג דא!
ווען נישט; בין איך אדער אין בית המדרש לערנענדיג א בלאט גמרא אדער צוויי.
אדער אין שוהל צו שחרית מנחה מעריב.
אדער אין בעט (אבער דאן טראכט איך אויך: "וואס קען מען ארויפלייגן אויפן פורום אז דער עולם זאל הנאה האבן"... ווען מיינט איר איז מיר בייגעפאלן צו עפענען אט דעם אשכול? יא, פיר אזייגער פארטאגס מוצאי שבת, זיך וואלגערענדיג צווישן דעם ליילעך און דעם קאלדרע.. נישט קענענדיג אנטשלאפן ווערן נאך אזא פיינע קאפאטשינא וואס בן הרחמן האט אהערגעשטעלט לכבוד מלוה מלכה...).
===
איך האב פארשידענע השערות אויף אייך אלע וואו איר געפונט זיך ווען איר זענט אפוועזענד פונעם פורום... איך וועל נאר אויסרעכענען עטליכע:
יענטאאש: שרייבט א דיקע פארזעצונג ביכל וואס וועט זיך פארקויפן אין די געשעפטן (פארשטייט זיך אליין אז האלב פון די פארדינסטן וועלן גיין פאר בדק הבית פון אונזער האלב איינגעפאלענע שוהל'כל).
בן הרחמן: ווענדט זיך; בייטאג ארבעט ער, און ביינאכט פראוועט ער תיקון חצות טאקע דא אין בית המדרש הגדול.
קרעמער: הערט אויס די נייעס און טראכט דאס איבער אין זיין מח, ווען עס פאלט אים ביי א גוטס, צולאכט ער זיך הויך אויפן קול, דאן שרייבט ער עס אראפ פאר אונז אלע זיך צו פאסמאקעווען דערמיט.
דטרבקי: מאכט געלט דורך האנדלען מיט פעני סטאקס. אדער שרייבט ער זיך בריוולעך מיט די העכסטע מיניסטארן, ממש ווי רש"י הקדוש זאגט ביי בלעם, אז ער איז געווען כשולחני הזה שהכל מריצין לו אגרותיהן.
גם זו: מאכט בילדער פון ירושלים של מעלה טאנצנדיג הקפות דערביי.
נאט טו ביזי: איז ווייזט אויס יא פארנומען ווען ער איז נישטא.
נפחא: וויל איך נישט וויסן וואס ער טוט...
דאס זענען מיינע השערות, מעלדט מיר אויב איך בין נישט גערעכט... אויך אויב איך האב איינעם אויסגעלאזט זאל ער זיך מעלדן...
שנשמע ונתבשר בשורות טובות ישועות ונחמות!
אגב: איינער האט מיר געפרעגט די וואך ביי ראש חודש בענטשן (ווען איך האב אים געזאגט אז איך בין נייגעריג ווער עס האט מחבר געווען די הערליכע נוסח פון "יחדשהו" [די ערשטע יהי רצון שטאמט פון רב, ברכות ט"ז ע"ב] וואס איז כולל אין זיך אלע זאכען וואס א מענטש קען זיך נאר וואונטשן. אדרבה, העלפט מיר ארויס, איך האב קיין אנונג ווער דער מחבר פון די הייליגע ווארימע תפילה איז) וואס איז די אונטערשיד פון "שמועות טובות" און "בשורות טובות"?
איך ווייס נישט. העלפט מיר ארויס.
 |
|
|