בית פורומים היימישע קרעטשמע

'דע יענטאאש פייל'

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/8/2005 00:31 לינק ישיר 
'דע יענטאאש פייל'

אויף דאבעליו סי. בי.עס עיט עידי בערך צוועלעוו נאך די טאפ אוו די אוער גראד פאר די ספארטס ניוס און גראד נאך ווען מען ענדיגט די לאקאלע שטותיות, איך ווייס נישט פונקטליך אין וועלכע שעות אבער איך מיין מער צופרי איז דא 'די אזגוט פייל', עמיצער א מענטש מיטן נאמען 'טשארלס אזגוט' זאגט אפ פאר בערך א מינוט קאמענטארן אויף געוויסע נייעסן וועלכע זענען אויף די אגענדע, ער מאכט נישט קיין לאנגע שהיות, ער זאגט נישט וואס די נייעס איז געווען, ער רעפערירט נאר צו די נייעס און זאגט זיינע קאמענטארן.

אקעי.... נו...... איך האב אים שוין אפילו אויסגעהערט...........וואס ווילסטו יעצט.....................???.......

האלט א רגע....... הער..., איך האב דעסיידעט ארויסצוקומען פון מיין 'ווארלד ניוס סטרייק', שוין א שטיק צייט וואס 'דע קרעמער ניוס נעטווארק' שפייט דא נייעס טעגליך אן וואס איך זאל אים איבערהאקן, פארוואס? איך ווייס אליין נישט, איך האב עפעס באשלאסן איבערצולאזן די וועלטס דאגות פאר אים, אבער יעצט האב איך מיך געמאכט א פשרה, די נייעס וועל איך אים טאקע ווייטער אים לאזן גרעבצן, אבער איך קען דאך נישט בלייבן שטיל, וועל איך אויך אנהייבן אזא 'דע יענטאאש פייל', איך וועל מיך אפזאגן מיינע קאמענטארן וואס שטעקן מיר אין בויך און לאזן נישט די אנדערע בויך קרעמפן במנוחה, און איך וועל זיי דא אויספראקן אויף קרעמערס סטאנציע, בקיצור וואס רעד איך אזויפיל, לעטס מעיק איט שארט: 'דע יענטאאש פייל' אן דע 'קרעמער ניוס נעטווארק'.

הער ווי גאו.

*********

פרעזידענט בוש האט היינט גערעדט מיט די אסטראנאנטן וועלכע דרייען זיך אויף די לבנה און קוקן ווארשיינליך אויס ווי א יונגערמאן וואס פליט אין די לבנה אריין גראד נאך די חתונה, איך האף נאר אז דער הויכגעשעצטער פרעזידענט מיט זיין שמאלן צעקנייטשטן פיסקל האט נישט געקעקעצט ווען ער האט גערעדט צו זיי אזויווי ער היקצעט ווען ער רעדט צו די רעפארטערס ביי די פרעסע קאנפערענצן ווייל אויב יא האבן זיי נישט פארשטאנען וואס ער רעדט און זיי וועלן נאך 'מיינען' אז קארל ראוו האט יא געטון עפעס א פארברעכן און אז בוש האט יא 'געמיינט' צו זאגן אז ער וועט נעמען שטרענגע עקשאן קעגן דעם שולדיגן.

אז מען רעדט שוין פון יא פארשטיין נישט פארשטיין וואס מען רעדט, זיך איך איינער וואס קען מיר איבערזאגן וואס קאפי אנאן און די אנדערע אראבישע 'וועלט אפהיטער' האבן געזאגט ביי די אסיפה פאר די איראקער מלחמה. און אז מען רעדט שוין פון אראבער דאכט זיך אז איך האב געליינט אז דער ארבישער פייגער וואס האט נעכטן פיינעלי איבערגעלאזט די וועלט און וועמען מען שמייסט יעצט אויבן פארוואס ער האט נישט מיטגענומען קיינעם פון זיינע גרויליגע ברידער האט מען באגראבן אין א באהאלטן פלאץ, פון וועם באהאלט ער זיך פון מייקעל דזשעקסאן? א טויטן לויפט ער אויך נאך??...

און יא, דער יענקי בראדקעסטאר וואס איך מיין אז ער איז אויך אויף סטערוידס עטליעסט אזוי קוקט עס אויס ווען ער קאלט א האום-ראן, ער מעג שוין אויך איבערגעבן דעם מיקראפאון פאר א צווייטן, אבער נישט פאר די נקיבה דארט אין די זייט, און אז מען רעדט שוין פון פרויען, ווער האט היינט גערעדט פון 'דזשאן וועין'? געדענקט איר? ער האט אויך אייביג געוואוסט לעבן וועם זיך צו דרייען הא???....

אן אגוסט טו, טו טאוזענט ענד פייו, דיס איז דע יענטאאש פייל, אן דע קרעמער ניוס נעטווארק.









דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/8/2005 00:52 לינק ישיר 

יענטטאש,װאס איז נײעס?

In my always to be humble opinion, Charles Osgood is a freaking leftist (red diaper doper baby) lunatic. On Bloomberg radio they have similar commentaries given by none other then by our Mayor for life Ed Koch. He makes sense as long as he's reading from a paper and can actually say a few words without saying ah, eh, ehm, ah a hundred and one times. Does anyone remember his radio show? It was hilarious, when he let the caller speak for two seconds and then he would say in the most obnoxious tones, STOP! STAAAP I SAID!1

Speaking of stopping, I'll stop right here.1



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/8/2005 00:58 לינק ישיר 

יענטאאש צווי זאכן
1) קודם א קאמפלימענט איך גלייך זייער די איידיע פון די יענטאאש פייל

2) וואס איז היינט געשעען אז די און קרעמער האבן זיך דערמאנט פון די יענקיס?



תוקן על ידי - not2bz - 03/08/2005 0:59:59



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/8/2005 03:11 לינק ישיר 

אקעי, קודם שלום עליכם יונגאטש.

איך 'בין נישט' טשארלס אזגוט, איך מאך נאר נאך די איידיע פון זיין פייל.

פארוואס איך פארענטפער זיך אזוי איז פשוט ווייל זיין קול האב איך נישט ליב, סא וויל איך נישט זיין קאמפעירט צו אים.

נאט-טו-ביזי:

ווילאנג זיי האבן געזויגן האבן מיר נישט געוואלט זיי גיין אויף די הינער אויגן, ווען איך זאג 'זיי' מיין איך צו זאגן די אזוי אויך צוקאטשעלטע יענקי פענס וואס ווילן נאר פארגעסן פון דעם טרי געים ליעד אויף די רעד סאקס ווער רעדט נאך פון דעם פאר געים לוזינג סטריקט נאכדעם, איצט אז זיי שפילן שוין בעסער האבן מיר געטראפן א שאנס צו אנהייבן רעדן פון זיי.

איך רעד נאר צו די פענס נישט צו די פלעיערס ווייל די פלעיערס ליינען נישט אונזערע סחורה דא זיי זענען ביזי מיט אנדערע זאכן, נישט לאנג צוריק איז געווען באריכטעט אז פיטשער 'קארלוס זומבראנא' פון די 'שיקאגא קאבס' טייפט אויפן קאמפיוטער אכט שעה א טאג!!!......, ער זאגט אז ער שרייבט זיך מיט זיין ברידער פון ווענזועלע........ איך זאג ס'קען זיין אבער נאר אויב זיין ברידער איז א שיקסע....

תוקן על ידי - יענטאאש - 03/08/2005 3:12:31



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/8/2005 03:57 לינק ישיר 

יענטאשש יפה דיברת, א שיינעם דאנק
keep it up



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/8/2005 05:35 לינק ישיר 

יונגאטש;

איך בין גענוג אלט צו געדענקן עד קאטש (וועלכער - אגב - ווי עלטער ער ווערט אלס מער קאנסערוואטיוו ווערט ער... ביז אפאר יאר וועט ער אויסקוקען ווי בילי גרעהעם) אויף די ראדיא. עס איז געווען גאנץ געשמאק מיטצוהאלטן.

רודי דזשוליאני פלעגט זיין מעכטיג יעדן פרייטאג אויף "די טראדיציע גייט אן" מיט דזשאן געמבלינג. פראבלעמען פלעגן ערלעדיגט ווערן נאך פאר דער רופער פלעגט אראפלייגן דעם טרייבל. אנדערש ווי מיכאל בלומבערג וועלכער פרובירט מסביר זיין דעם רופער אז ער איז גערעכט. און פארוואס דען נישט? דער וואס האט די מאה (ביליאן) דער האט די דעה (באלאן).



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-3/8/2005 20:07 לינק ישיר 

יענטאאש
כמעט א יעדע פופצן מינוט קום איך אהער קוקן אויב די האסט שוין געלייגט נאך א "דע יענטאאש פייל" SO פליז לאז אינז וויסן נאך יעדע "דע יענטאאש פייל" ווען אדער ארום ווען עס גייט קומען נאך א "דע יענטאאש פייל"



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/8/2005 21:24 לינק ישיר 

not2bz

as if charles osgood is telling you beforehand when he is coming on again...0



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/8/2005 22:24 לינק ישיר 

Oh i hate this stupid ashgood, he says nothing just stupid things and every sentance an advertisment

somtimes he has someone instead Ddave Rross he is good, sometimes during the day he is again, dont remember when

תוקן על ידי - BeChusid - 03/08/2005 22:25:54



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/8/2005 22:30 לינק ישיר 

do you like paul harvey's now page two?0



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/8/2005 22:34 לינק ישיר 

YES he is very good!, did you ever get to hear the young Paul, when he imitates him, a young guty make his tones, and breaks

I once heard when they honored Paul for something, he started his speach he said, the gave me very little time to say my words, and they say pauls break is longer then that



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/8/2005 22:47 לינק ישיר 

yes, the junior is probably his son

hello americans... he is so cute, we will sure miss him.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/8/2005 00:28 לינק ישיר 

היי עוורי וואן דיס איז יענטאאש ספיקינג, לאמיר געבן א קוק וואס עס טוט זיך נייעס אויף די גרויסע וועלט,

רעדנדיג פון נייעס האב איך היינט געהערט אז די נייעס סטאנציע טעלמי וועלכע איז אזוי שיין בארימט געווארן אויף די קרעמער ניוס נעטווארק איז היינט ווי געשטארבן און מען קען נישט באקומען דארט קיין טאפ סטאריס, ס'איז דא עטליכע הסברים טייל זאגן אז נאך די קרעמער אדווערטייזמענט האט טעלמי געקראכט נישט קענענדיג אויסהאלטן דעם אנלייגעניש פון אזויפיל מענטשן וועלכע זענען געלאפן זיי אויסהערן, טייל זאגן אבער אז זינט עס איז דא די יענטאאש פייל ברויך שוין קיינער נישט צוקומען צו די נארישע טעלמי ווי ווען איר זאגט העטעך פארשטייט עס פעטעך און די אוטאמאטישע שטימע פרובירט זיך נאך פארענטפערן פאר אייך.



אן ווענסדעי, אגוסטט טרי דיס איז דע יענטאאש פייל אן דע קרעמער ניוס נעטווארק.



תוקן על ידי - kraitchmer - 22/11/2005 19:02:23



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/8/2005 00:33 לינק ישיר 

דאס אמעריקאנער פאלק ווערט זייער באזארגט איבער די טעגליכע קרבנות, עס נעמט נישט קיין עק.
בוש איז געפארען קיין טעקסעס אויף א חודש אפרוה און דאס מיליטער איז מאראליש צובראכען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/8/2005 00:35 לינק ישיר 

יענטאאש איז אוער עדיטער, איי עם קאסמא קרעמער.

איך גלייך צו טראכטן אז טעלמי האט געקראכט אדאנק דעם וואס דער עולם האט זיי אויפגעהערט צו הערן, ווייל זיי באקומען די פרישסטע און בא'טעמ'סטע נייעס פון אונזער נייע אגענטור, וואס פון היינט און ווייטער וועט דאס גערופן ווערן אין קורצן: ק. נ. א. [קרעמער נייעס אגענטור].

קנא קנאתי...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-11/1/2006 21:18 לינק ישיר 

געווענליך הער איך נישט דאבעליו. סי. בי. עס. ביים דרייון, אבער היינט איז געווען איינס פון די טעג וואס איך האב יא געהערט,

אזוי הערענדיג הער איך אויך געהערט די 'די אזגוט פייל' (אזויווי איינער גייט אריין אין גראסרי און פרעגט ווי עס ליגט די 'די צייטונג') האב איך מיר דערמאנט פון די 'דע יענטאאש פייל'




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > 'דע יענטאאש פייל'
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext