| נשלח ב-3/8/2005 19:39 |
|
| |
אידישע אויסדרוקן
אז איך בין שוין יא דאהי, לאמיר אויסנוצן די טייערע צייט מיט עפעס זאכליך.
עס איז דא א טעמע וואס איך האב שוין לאנג געוואלט באארבעטן, און דאס איז: אידישע אויסדרוקן!
איך רעד נישט דא פון: "האק נישט קיין טשייניק" "א יאר מיט א מיטוואך" וכדומה. דאס לאז איך פאר מר. קרעמער און אנדערע מברר צו זיין.
איך וועל מסביר זיין פון וואס איך רעד יא:
מענטשן האבן א נאטור אז ווען מען הערט אן אומגליק ל"ע, אדער ווען מען גייט צו א לוי', מנחם אבל זיין ל"ע, אלעמאל ווען אזא סארט טעמע קומט ארויף אין א שמועס, ענדיגט מען אפ דעם שמועס מיט די פיר ווערטער: "וואס קען מען טאן"?
אז איר וועט עפענען א גמרא מסכת בבא קמא (דף ל"ח ע"א) וועט איר זעהן אזא מעשה:
די גמרא דערציילט: רב שמואל בר יהודה איז אים ליידער אוועקגעגאנגען א טאכטער פון דער וועלט ל"ע, האבן די רבנן געזאגט פאר עולא: "לאמיר גיין מנחם אבל זיין דעם רב שמואל'ן". האט עולא געזאגט: "וואס האב איך צו זוכן ביי א ניחום אבלים פון די בבלי'שע (עולא איז געווען אן ארץ ישראל'דיגער, ער האט נאר גענידערט קיין בבל צו לערנען דארטן תורה), זיי שעלטן דאך ח"ו"!
וואס הייסט?
"זיי זאגען דארטן: וואס קען מען טאן? איז דאך משמע פון דעם אז ווען דו וואלסט עפעס געקענט טאן, וואלסטו דאס געטאן, און די צרה וואלט נישט פאסירט, דאס איז רעכט חירוף וגידוף. ווייל אז די צרה איז געווען אפגעשריבן פון אויבן, קענסטו גארנישט אויפטאן, אפילו דו וועסט טאן און טאן"!
עד כאן די מעשה; פון דא און ווייטער דער וואונדער: פארוואס נאך אכצן הונדערט יאר פון ווען די גמרא איז געשריבן געווארן פירן מיר זיך נאך אלץ צו זאגען: "וואס קען מען טאן"?
++
עס איז דא אן אויסדרוק ביי מענטשן (דערווייל האב איך עס נאכנישט געהערט ביי אידן ב"ה) ווען מען פרעגט זיי: וויאזוי זענט איר? ענטפערן זיי: בעסער ווי עס קומט זיך מיר! אין ענגליש: BETTER THEN I DESERVE
לכאורה איז דאס נישט קיין אויסגעהאלטענער ענטפער!
די גמרא זאגט אין מסכת ברכות (י"ט ע"א) ווען א מענטש איז מצדיק עליו את הדין (ער זאגט די ברכה פון דיין האמת) זאל ער אויך זאגען דעם נוסח: רבונו של עולם, איך האב אסאך געזינדיגט פאר דיר, און דו האסט מיר נישט באצאלט דערויף אפילו איינס פון טויזענט קעגן מיינע זינד וכו'.
זאגט אבער די גמרא גלייך נאכדעם: ניין! א מענטש זאל נישט אזוי רעדן! ווייל "לעולם אל יפתח אדם פיו לשטן", דאס מיינט: א מענטש טאר נישט ארויסרעדן א ווארט פון זיין מויל וואס דער שטן זאל זיך קענען ארויפכאפן דערויף און זאגען "קוק, דער מענטש אליין זאגט אז מען ברויך אים נאך שטראפן"!
די זעלבע סארט שמועס געפונען מיר אויף מערערע פלעצער אין חז"ל, אז מענטשן האבן זיך ארויסגעכאפט ווערטער פון זייער מויל, און זיי האבן נישט גוט אפגעשניטען דערויף, ווי עס שטייט: ברית כרותה לשפתים! א בונד איז געשניטן געווארן אויף די לעפצן פון א מענטש, אז וואס ער רעדט ארויס אויף זיך, סיי גוטס און סיי שלעכטס, קען מקוים ווערן.
יעצט ווען א מענטש זאגט אז עס גייט אים "צו" גוט, און עס איז אים "בעסער ווי עס קומט זיך אים", מיינט דאך דאס אין אנדערע ווערטער אז ער איז צופרידן מיט ווייניגער פון וואס ער האט. דארף מען דאך מורא האבן אז מען וועט אים פון הימל טאקע צונעמען דאס וואס ער האט יא!
אין קורצן: א מענטש ברויך זייער אכטונג געבן אויף די ווערטער וואס גייען ארויס פון זיין מויל! די וועלט זאגט: די גרעסטע שונא פונעם מענטש קען אמאל זיין זיין אייגענע צינג!
++
נאך איין קלייניגקייט (וואס עס קען זיין אז מיט דעם בין איך נישט גערעכט).
ביי לויות רח"ל הערט מען אסאך מאל ווי די מספידים ענדיגן מיט דעם:
זאל שוין דאס זיין דער לעצטער קרבן, עליה השלם כל הקרבנות כולם.
ווען איך הער די ווערטער (און איך הער עס אפילו פון די גרעסטע רבנים און תלמידי חכמים) לויפט מיר אדורך א סקרוך אין די ביינער!
וואס איז די אפטייטש פון עליה השלם כל הקרבנות כולם? דאס מיינט דאך אז אויף דעם זאל מען "אנהייבן" מקריב זיין אלע קרבנות, אפשר נישט?
דער פסוק "והקטיר עליה חלבי השלמים" שטייט דאך ביי די קרבן תמיד וואס מען איז מקריב אינדערפרי, און די גמרא דרש'נט פון דעם ווארט "עליה" אז אויף דעם תמיד פון צופרי (דאס הייסט: און נישט פארדעם) זאל מען מקריב זיין אלע קרבנות פונעם טאג!
איך וויל אפילו נישט מסביר זיין וואס די אפטייטש פון זייערע אומשולדיגע ווערטער קענען באדייטן - רחמנא ליצלן!
אבער - אזוי ווי איך האב מקדים געווען - עס קען זיין אז איך בין נישט גערעכט מיט דעם, קען זיין אז די רבנים און תלמידי חכמים ווייסן יא וואס זיי טוען און זאגען, אבער איך מוטשע זיך שוין מיט דעם א לענגערע צייט.
לאמיר הערן וואס איר האט צוצוגעבן אדער אראפצונעמען.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/8/2005 20:02 |
|
| |
אגוטן ר' הוטקע:
עס קוקט טאקע אויס, ווי דיין בעל הבית איז נישט דא היינט.
איך האב נאר געוואלט מעיר זיין, אויף די קשיא פון עליה השלם וכו',לויט וויאזוי איך פארשטיי,[איך האב עס שוין לאנג נישט געזאגט סא קען זיין איך בין נישט גערעכט] זאגט מען דארט פארדעם, ובזיכין קודמין לתמיד של "בין הערבים" שנאמר וכו' עליה השלם כל הקרבנות כולם, לויט דעם גייט עס ארויף אויף די תמיד של בין הערבים, אז "נאך דעם" טאר מען שוין גארנישט מקריב זיין,אין דעס וואס די ברענגסט אראפ די גמ', אז עליה מיינט מען די תמיד של שחר,די האסט נישט געזאגט, ווי די גמ' זאגט עס, במילא ווייס איך נישט וואס דיר צי ענטפערן,
|
|
|
|
| נשלח ב-3/8/2005 20:03 |
|
| |
אל כבוד ר הוטקע;
קודם כל מיין איך, אז דא אין אונזער קהילה, איז דאס איז עפעס א סתירה: 'אויסניצן די טייערע צייט מיט עפעס זאכליך'. ביסט אפשר נאכגעלאפן דעם "סקרין" די גאנצע דריי בלאקס אים צו בארואיגן... ביז דו ביסט אנגעקומען צום פארום פון 'היימישע נייעס און שמיעסן', און נאכדעם ווען דו האסט אים ב"ה צוריק געברענגט האסטו פארגעסן דארט צו לאזן דיינע זאכליכע הערות.
נאכדעם, בנוגע .BETTER THEN I DESERVE אויב לייגט מען צו דאס ווארט 'ב"ה' פאלט אוועק דיין פראבלעם, ווייל דעמאלט איז דאס נישט א סטעיטמענט וואס קומט ארויס פונעם מענטש'נס מויל, וואס ער זאל דארפן חושש זיין דיין חשש, עס איז א 'שבח' פונעם מענטשעלע צו דעם גרויסן באשעפער על כל הטוב וואס ער שטעלט אים צי.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/8/2005 20:14 |
|
| |
ווער עס האט שוין געלענרט מסכת יומא (אזוי ווי איך) איז נישט שווער די קשיא פון עליה השלם ווייל איז די גמרא מסביר די גאנצע אביי הוה מסדר מיט די לימודים איך געדענק נישט יעצט פונקטליך וועלכע דף איך וועל שפעטער נאכקוקן און לאזן וויסן פארן עולם בל"נ
|
|
|
|
| נשלח ב-3/8/2005 20:42 |
|
| |
מ'דארף נישט האבן געלערנט צו דעם מסכת יומא (למשל אזוי ווי איך), מ'קען גיין יעצט, דאס ערשטע מאל נאך אזויפיל יארן דאס (נישט) זאגן יעדן צופרי, נאכקוקן דעם מקור אין די פי' הדברים.
די גמרא איז אין יומא ל"ג ע"א, אין די גמרא טייטשט דעם עליה השלם אזוי: "עליה" = אויף איר (אויפן תמיד ש"ש) "השלם" = האט מען משלים געווען (ציגעענדיגט) די אנדערע קרבנות. במילא הדרא קושי' לדוכתי', ולית נגר ובר נגר דנפרקוני'.
ופטור בלא כלום א"א. מ'קען אפשר מיישב זיין בדוחק, ווייל פשטות, ווי נפחא (האט גענאפכעט) און אזוי זענען זיך אויך טועה סתם עמך אידן, קוקט עפעס אויס ווי עליה השלם טייטשט "עליה" = מיט איר (ד.מ. מיטן תמיד), השלם = האט מען געענדיגט כל הקרבנות, במילא בדרך מליצה קען מען עס ניצן אויף אזעלכע אומגליקס פעלער ל"ע.
אבער דאס איז נאר בדוחק, איך ווארט אויף עפעס בעסערס
|
|
|
|
| נשלח ב-3/8/2005 21:17 |
|
| |
כשאני לעצמי וואלט איך געזאגט פשט. די גמרא זאגט אז זיי האבען געזאגט בלשון שאלה וואס קען מען טון? דאס טאר מען נישט זאגען. מען דארף זאגען בלשון שאלת איש אל רעהו און א תירוץ תומ"י
וואס קען מען טאר עס זאל מער נישט פאסירען?! לאמיר זעהן עפעס צו טוען, לאמיר עפעס מתקן זיין.
נישט אזוי?
|
|
|
|
| נשלח ב-3/8/2005 21:43 |
|
| |
שכוח פאר אייך אלע פארן זיך אנרופן.
אבער קיין איין תירוץ האט מיר נישט צופרידנגעשטעלט ביזדערווייל.
זרחפעפער; ברוך השם מאכט נישט קיין אינטערשיד, עס איז נישט קיין גוטע אויסדרוק און שוין!
און - זרח פעפער - איך כאפ נישט די דזשאוק פון "היימישע נייעס און שמועסן".
בן הרחמן; איך האב דיר כאטש צוריקגעזעצט צו די גמרא אויף א טאג? עפעס אויפגעטאן!...
|
|
|
|
| נשלח ב-3/8/2005 22:09 |
|
| |
אוי אנשטשולדיגט, כ'אב נישט געוואוסט אז כ'וועל דארפן מסביר זיין דעם דזשאוק, אי"י ע"ם סאר"י.
כ'על פרובירן צו זיין א רבי פארן רבי'ן.
אונזער חשובער קרעמער (אוי כ'אב מעך טועה געווען - הוטקע מיט קרעמער - ס'איז צוויי אנדערע מענטשן, סאר"י עגעי"ן) האט לעצטענס שטארק פארגעווארפן די גולשים פון דעם חשובן פארעם "היימישע נייעס אין שמועסן" הלמאי ס'שלאפט,
וזל"ק שם:
עס איז ממש נישט יושר אז אזא שיינע פורום זאל גיין שלאפן. דא פלעגן מיר דאך כסדר זעהן אלע אינטערסאנטע זאכן מיט א תורה'דיגן פערספעקטיוו. באטראכטן אלע נייעס מיט אן אנדערן שפאקטיוו. אזוי שיין פארברענגט און הנאה געהאט.
אלזא, חברים וידידים, גוטס אריין א נחמה'לע אין א אידישע נשמה, גוטס אריין א חיות אין א פורום וואס קען נוצען א "באאסט".
מיט אכט און שעצונג,
קרעמער
דעריבער, האב איך פארשטאנען אז דיינע "תורה'דיגע שאלות" פאסטן זיך גיכער אריין אין יענעם פארעם, וואו קרעמער שרייבט: "דא פלעגן מיר דאך כסדר זעהן אלע אינטערסאנטע זאכן מיט א תורה'דיגן פערספעקטיוו".
אפשר בין איך נישט גערעכט? איך ווייס נישט, אדרבה ילמדנו רבינו.
וועגן 'ברוך השם' וועל איך שפעטער ענטפערן, ווייל מיין באס האט זיך מיר שוין באוואוזן דא אונטער די נאז און און...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/8/2005 22:14 |
|
| |
קודם כל פריי איך זיך צו הערן אז דיין באסס איז אנגעקומען, אזוי ווייס איך אז דו ארבעטס נישט אין מיין אפיס... ווייל מיין באסס האט פריער אריינגערופן אז ער קומט שוין פאר זיכער נישט אריין היינט...
אבער די מעשה איז אזוי: איך האב געמיינט דו מיינסט די אנדערע מעשה פון היימישע נייעס און שמועסן.
די מעשה גייט אזוי: איך האב אמאל אריינגעשריבן דארט א תגובה, און א טאג דערויף איז דארט געשטאנען א נייע תקנה: "מען וועט נישט ערלויבן צו שרייבן אזעלכע ניקס וואס שרייבן בלא בלא בלא וכו' וכו' וכו'" GO CHECK IT OUT
|
|
|
|
| נשלח ב-3/8/2005 22:19 |
|
| |
א יאר מיט א מיטוואך
נותנים לבתולה י"ב חודש
בתולה נושאות ביום הרבעי
|
|
|
|
| נשלח ב-3/8/2005 22:31 |
|
| |
...ער איז ארויס טרונקען א קאווע נישט אין וויליאמסבורג כאפ איך אריין צו פרעגן
פארשטייסט שוין מיינע אומשילדיגע ווערטער? בין איך גערעכט?
אקעי באלד ווייטער
|
|
|
|
| נשלח ב-3/8/2005 22:41 |
|
| |
לאמיר דיר מגלה דעת זיין...
היימישע שטותים איז "מיין" פורום, מיט "מיין" מיין איך נישט צו זאגען אז קיינער קען נישט דא שרייבן... נע, פונקט פארקערט, יעדער איז וועלקאם און יעדער זאל שרייבן!
נאר וואס דען? איך מיין צו זאגען, אז וואס עס ליגט מיר אויפן הארץ און אין קאפ פראק איך דא אויס, זאל דאס זיין תורה אדער עבודה אדער להבדיל היימישע שטותים, פארשטאנען?
פארוואס פאשן אין פרעמדע פעלדער ווען די אייגענע גראז איז אסאך בא'טעמ'טער?
|
|
|
|
| נשלח ב-3/8/2005 22:55 |
|
| |
אוי אוי נישט אזוי שארף
כ'אב כאסוועשאלעם נישט געמיינט פוגע צו זיין בכבודו פונעם מייסד ונשיא הפורעם, כ'אב נאר געפרעגט כתלמיד הדן בפני
ביטע פארגעב מיר
|
|
|
|
| נשלח ב-3/8/2005 22:58 |
|
| |
ויאמר הוטקע סלחתי כדבריך
|
|
|
|
| נשלח ב-4/8/2005 01:13 |
|
| |
א"כ ר הוטקע
שוין ס'שוין נאך פינעווע, אווע"ר טיי"ם האלט איך נישט ביים ארבעטן, קוים וואס ער באצאלט דאס ס'קומטצעך מיר...
קודם שערקויעך פארן מוחל זיין.
נאכדעם, לאמער אריינגיין אין אונזער בעסמעדרעש און דיר מסביר זיין מיין 'ברוך השם', יא איינמינוט, לאמעך קודם נעמען נאך א קאווע ס'דאך אומזינסט.
שוין, איז אזוי, לאמער אנהייבן פונעם מקור:
די גמרא פון לעולם אל יפתח אדם פה לשטן געפונען מיר אין ש"ס עטליכע מאל, ביי די אלע פעלער וואו די גמרא ברענגט עס אראפ, רעדט מען אלס אז דער מענטש זאגט - אין א זמן ווען ס'איז דא א התגברות הדין - אזעלכע זאכן וואס זענען מעורר דעם מדת הדין, אדער אז ער זאגט ארויס 'קלאר מיטן מויל' אזעלכע סארט דיבורים וואס זענען מעורר דעם דין (ווי למשל ער דערמאנט זיינע חטאים און באלד דערויף זאגט ער יה"ר תהא מתתי כפרתי), אבער סתם ווען איינער פרעגט וואס מאכט איר, נישט אין א שעת הדין, און מ'ענטפערט ב"ה בעסער ווי ס'קומט זיך מיר, האט מען מיט דעם גארנישט מעורר געווען דעם מדת הדין, נאר אדרבה ער דאנקט ג-ט אז ער האט אים גיגעבן מער ווי גערישט.
בדרך אגב, עס איז לעצטענס ארויסגעקומען א ספר מיט'ן נאמען "לברכה ולא לקללה", איך מיין אז עס איז געשטעלט ספעציעל אויף די ענינים, כ'אב עס נאכנישט באטראכט נאר געזען אין געשעפט.
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-4/8/2005 03:21 |
|
| |
זרח'ל דו געבסט נישט אויף... ביסטו אין ריעל לייף אויך א נאקשען?
הער אויס. איך האב היינט בהשגחה פרטיות באקומען א טעלעפאנישן רוף פון מיין "ספרים שאנק", א ידיד וועמען איך פרעג געווענליך אן אלע מיינע זאכען. און דאס איז וואס ער האט מיר צוגעצייכנט:
יורה דעה סי' שע"ו טורי זהב סק"א
דער רמ"א ברענגט דארט אראפ דאס ענין פון מאי אפשר למיעבד, אז מען טאר דאס נישט זאגען, אבער דער מהרש"ל ברענגט אז מען מעג יא, אבער דער טורי זהב פרעגט אים אפ, עיין שם.
ער האט מיר אויך געזאגט אז דאס וואס מען זאגט אז פרויען זאלן נישט טרינקן הבדלה וויין, שטייט אין של"ה הקדוש (אבער דאס אז עס קען וואקסן א בארד איז א שטות והבל).
מיר האבן ארומגערעדט באריכות וועגן פרויען וואס פאסטן נישט אום תשעה באב (עוברות אדער מיניקות) וואס מען זאל טאן, ווייל הבדלה מוז מען מאכן, אבער אויף וויין טאר מען נישט, צוליב דעם וואס מען טאר אום תשעה באב ח"ו נישט טרינקן קיין וויין (אפילו די ניין טעג טאר מען נישט), אבער די דיינים זאגען אז מען זאל מאכן הבדלה אויף קאווע.
בנוגע די ענין פון "עליה השלם" האט ער זיך גע'טענה'ט מיט מיר, אבער צום סוף האט ער מודה געווען אז עס איז אן עם הארצות, און מען ברויך נזהר זיין נישט צו זאגען אזוי.
איבער די ענין פון אל תפתח שה לפטן (אזוי רופט ער עס אן, כדאי שלא לפתוח פה לשטן) האבן מיר נישט גערעדט ביי דעם יעצטיגן געשפרעך, אבער אויף דעם האב איך אליין א גאנצע שמועס, ועוד חזון למועד (נאכדעם וואס איך וועל פארטיגן אלע אנדערע "עוד חזון למועד" זאכען וואס איך בין נאך שולדיג).
הוטקע
 |
|
|
|
|
|