יא, מיין בעל הבית איז היינט געווען אין די פעדערן, קודם האב איך באקומען א פסק פון דאנעט ביז אהין פאר די אנגעפילטע דעסק וואס ווארט מיר נאך פון נעכטן, ווייל כידוע לכל האב איך נעכטן "ניעט" געארבעט...
דאן האט ער זיך צוגעזעצט צו מיין כלי הנקרא קאמפיוטער און האט פרובירט זוכען אין די ארכיוון וואס איך האב "יא" געטאן א גאנצן טאג...
זעהנדיג אז איך האב זיך געדרייט אויף גוטע פלעצער, האט ער מיר נאר געזאגט: איך וויל דאס מער נישט זעהן!
איך האב אבער נישט געענטפערט יא אדער ניין, און איך האף אז דאס נעקסטע מאל ווען ער וועט ח"ו נישט גוט פילן וועט ער אויך האבן פארגעסן פון אונזער (זיין) אפמאך...
|
|