| נשלח ב-12/8/2005 04:37 |
|
| |
קאווע מיט ציקער
פון היינט מאל אן גיי איך בל"נ טרינקען יעדע קאווע מיט 6\7 ציקערלעך, איר ווייסט אזוי ווי די אלטע אידען קומען אריין אין בעס מעדרעש מיט א אנגעפילטע הענט מיט ציקערלעך און באהאלטען עס אין טאש, אזוי פלאן איך אי"ה בל"נ ובלי שבועה צו טוהן,
וואס איז געשעהן אויף איינמאהל פלוצלינג האסט צוטוהן מיט די צוקער, ניין ניין בארואיגט זיך אייך, איך האב נאר נעכטן געזעהן א אינטערעסאנטע זאך אזוי נאכקוקענדיג אין א ספר (איך לערן אויך אמאל אמאל א אידיש ווארט) די ספר הייסט ויען אברהם אויף שו"ע א ספר פון איבער 100 יאהר צוריק דער מחבר רבי אברהם פלאגי ז"ל איז א זוהן פון רבי חיים פלאגי' ז"ל,
קוקענדיג אזוי אין די מפתח (אגב אין די ספרדישע ספרים פלעגט מען פון די ערשטע און מערסטע מאכן מפתחות ענינים נאך יארן צוריק) אינמיטן זוכען שיינט מיר עפעס ארויס א ווארט 'קאָפי' פארשטייט זיך אז ווען מען זעהט דאס ווארט קאפי אין א אלטע ספר ווער איך נייגעריג וואס שטייט שוין דא וועגן קאָפי, קוק איך וואסערע ענין פון קאָפי רעדט ער דארט שטייט דארט אין מפתח בקיצור צו מען דארף חושש זיין צו טרינקען קאפי אהנע ציקער, ווער איך שוין מער נייגעריג מיש איך אויף אינעם ספר זעה איך דארט אגאנצע שמועס פון זאכען וואס מענטשען האלטן זיך צוליב מורא צו רעדן פון זאכן וואס דערמאנען פונעם שטארבן, און איינער פון די זאכן זאגט ער דארט אז אסאך מענטשען זענען שטארק מקפיד אויב מען טרינקט קאווע אהן ציקער, זעהט אויס אז אמאל האט עס דערמאנט פון שטארבן וויאזוי ווייס איך נישט אפשר ווייל מען האט זיך דערמאנט אז עס וועט זיין ביטער אויף יענער וועלט אדער אפשר ביי אן אבל פלעגט מען געבן קאווע אהן ציקער, ער פירט למעשה אויס דארטן אז מען דארף נישט חושש זיין די אלע זאכן, אגב שרייבט ער דארטן אז דאס וואס מענטשען האבן מורא צו עולה זיין ביי די פרשת התוכחה האט נישט קיין שום פשט און פירוש ווייל די תורה איז דאך די סם חיים,
אלענפאלס איז מיר עס געווען זייער אינטערסאנט האב איך עס געוואלט מיטטיילן פארן חשובען ציבור אז דער עולם זאל פארשטיין פארוואס די אלטע אידן נעמען אזויפיהל ציקער זעהט אויס אז זיי ווילן פרובירן צו פארגעסן פון דעם לעצטן טאג, און ווער עס וועט זיך איהם פארגליסטן אביסל ציקער וועט ער האבן א גוטען תירוץ
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/8/2005 17:48 |
|
| |
נעכטן נאכט - ליל ששי - האב איך געהאט אפגעשריבן א גאנצע לאנגע תגובה, אפשר צען פאראגראפן. אבער מיין קאמפיוטער האט כדרכו זיך פארלאשן און איינגעשלונגען מיט איר אלע ווערטער.
על כן וועל איך אין גאר קורצע ווערטער איבערשרייבן דאס וואס איך געדענק...
1. איך קען דעם עלטערן איד פון וועם דו רעדסט - בן הרחמן - ער נעמט א האלב גלעזל אנגעפולט מיט קאצקע ציקער, גארנישט קיין וויץ ליידער.
2. איך טרונק שוין יארן קאווע אן ציקער, און איך פלאניר נישט צו טוישן מיין געוואוינהייט צוליב דעם וואס בן הרחמן האט זיך פארקוקט אין א מפתח פון אן אלטן ספרד'ישן ספר.
3. איינמאל א וואך טרונק איך קאווע מיט ציקער, מוצאי שבת (צוליב די מעשה הידוע, איך האב נישט קיין געדולד איבערצושרייבן, איך האף איר ווייסט אליין וועלכע מעשה איך מיין).
4. אגב, א סגולה קעגן עצבות. ומחב"ש לעצבותם איז די ראשי תיבות פון: ח'מין ב'מוצאי ש'בת מ'לוגמא, אז מען טרונקט ווארעמס מוצאי שבת, איז דאס א סגולה קעגן אנגעזעצקייט.
די מוצאי שבת וועט מען נישט קענען טרינקען קיין ווארעמס... איך שפיר שוין דעם אנזעץ פון די גאנצע וואך דערנאך.
גוט שבת
|
|
|
|
|
| נשלח ב-12/8/2005 20:38 |
|
| |
אקעי, לאמיך קודם טיף אריינאטעמען....... ההההההה.... אקעי, הערט אייך איין, איך בין נישט קיין אפיקורס ח"ו, אבער כ'האב ליב ווען מענטשן קומען אן און זאגן 'כהאב געזען אין אן אלט ספר פון א ספרד'ישער מקובל פון אטנארגאנינא וועלכער האט דאס געשריבן פאר הונדערט פופציג יאר צוריק שרייבט ער דארט...', איך ווייס נישט ווער דער מקובל איז, קען זיין אז ער איז געווען א מלאך אלקים, אבער היינט קומען אויך מענטשן ארויס מיט ספרים טעגליך, און אין הונדערט יאר ארום וועט זיך איינער אנרוקן 'כ'האב געזען אין א ספר פון הונדערט יאר צוריק עפעס א רב אין וויליאמסבורג', רב? אין קאפ אריין, ער איז געגאנגען מיט שווארצע זאקן, ער האט נישט געארבייט, און ער האט אפשר געהאט א קעלער ביי זיך אין בעסמענט און ער איז געשטאנען אינדערויסן יעדן שבת צופרי זוכן מנין צוזאגנדיג א טשולענט קידוש.....
|
|
|
|
| נשלח ב-12/8/2005 21:05 |
|
| |
אנטשולדיגט אנטשולדיגט...
רבי אברהם פלאגי (א זון פונעם וועלטס באוואוסטן גדול וקדוש רבי חיים פאלאגי) איז נישט געווען סתם עפעס א ספרדיש'ער גדול אין בונעס איירעס, ווי ווייסעך ווער עפעס א גדול פון א ווילימסבורגער קעלער, ער איז געווען דער גדול הדור אין טערקיי בימיו, ער איז געווען רב אין די באקאנטע גרויסע שטאט איזמיר.
נו, און אז דו האסט נישט געהערט פון אים איז וואס?
כ'פארשטיי ס'עפעס נישט היימיש, ער הייסט עפעס נישט ווייס, שווארץ, אדער זיין נאמען ענדיגט זיך נישט ...וויטש ...מאן אדער ...שטיין .
אבער אמאל קען זיין אז אפי' אזא איינער מיט עפעס א פאני נאמען ווי פאלאגי איז אויך אנגענומען ביי די וויטש'ס אדער שטיין'ס.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/8/2005 21:21 |
|
| |
איז ער געגאנען שיפע טאשען? יא אדער ניין
|
|
|
|
| נשלח ב-12/8/2005 21:46 |
|
| |
אקעי גענוג מיט די ליצנות אויף פריעריגע גדולים, און איך האב נישט געמיינט צו זאגן אז קיינער טאר מער נישט טרינקען קיין קאווע אן ציקער פארקערט איך האב גלייך געשריבן אז ער אליין שרייבט אז מען ברויך נישט מקפיד זיין דערויף, און יענטאאש אויב דו ווילסט קענסטו ווייטער אנהאלטן דיין חזקה צו טרינקען נאר גאר שווארצע קאווע (ס'זאל זיין מער קאווע ווי וואסער) מיט א גוטן אפעטיט און וועסט עס אפילו מעגן טרינקען אין קהל'ס אפיס, עס איז מיר נאר געווען אינטערעסאנט די ענין וואס איך האב דארט געזעהן, ממילא האב איך געוואלט מודיע זיין פארן עולם מ'זאל דן זיין לכף זכות די אלטע אידן פון בעס מעדרעש, און אויך בין איך געווען נייגעריג צו איינער האט שוין אמאהל געהערט דערפון אז קאווע אהן ציקער זאל זיין עפעס א סימן אבילות, איך האב געטראכט אפשר וועט קרעמער עפעס אפירקראצן, אבער איך האב קיינעם נישט געמיינט צו אפענדען
|
|
|
|
| נשלח ב-13/8/2005 00:52 |
|
| |
אה דאונט ווארי בן הרחמן איך בין נישט געווען אפענדעט ח"ו, ס'איז פשוט א זאך וואס איך האב שוין פון לאנג געטראכט און יעצט איז עס געווען א דבר בעתו, און איך רעד אפילו נישט דוקא פון דעם וויאזוי הייסט ער?... כ'מיין 'פלאגי' וואטעווער, איך רעד בכלליות.
און יא, אין קהל'ס אפיס איז נישט קיין פראבלעם, ס'איז דא פאר יעדן צוגעשטעלט אלערליי צוקער, ספלענדא, קאצקאץ, אפילו פרישע קיפעלעך און וואס נישט. (נאר פאר די ראשי הקהלה פארשטייט זיך, כ'מוז דאך נישט אריינלאזן יעדן 'געשמאקער' זויפעצן קאווע און עסן קיכעלעך אויף אונזער חשבון).
|
|
|
|
| נשלח ב-15/8/2005 21:02 |
|
| |
אז אין קהל'ס אפיס איז דא ציגעשטעלט כעלערליי צוקער פאר די קאווע, ספלענדא, קאצקאץ וכו', דארף מען דאך וויסן די הלכות שתיית הקאווע עם הצוקער איז עס געשמאקער אז מ'טרינקט דעם ביטערן קאווע מיט א קאצקע אין מויל אדער אפשר איז עס בעסער ווען מ'לייגט אריין די צוקער אויסגעמישט מיט די קאווע?
דער משנה ברורה ברענגט להלכה אין הל' תפילה, אז פארן דאווענען מעג מען נאר טרונקען קאווע מיט קאצקע צוקער, ד.ה. אריין נעמען דעם קאצקע אין מויל און אזוי טרינקען די קאווע, אבער אריינלייגן די צוקער 'אין' די קאווע איז אסור פארן דאווענען.
בדרך אגב, האב איך געקלערט משלב צו זיי די נושאים פון דעם אשכול שתיית הקאווע מיט שיינע אידן וועלכע טראגן שיפע טאשן. איך האב אמאל געהערט אין א ביהמד"ר מוצאי תענית שובבי"ם, ווי איינער זאגט אויף עפעס א געוויסן אזוי גערופענעם שיינעם יוד, אז ער קען נישט אויספאסטן מיט א קאווע ווייל ער איז פליישיג...
|
|
|
|
| נשלח ב-15/8/2005 21:09 |
|
| |
צוביסלעך דערזעהן מיר זיך דא מיט א "דיין" צו דער האנט!
אדער גאר א רעדנער, א מפלפל.
זרח'ל (אנטשולדיגט: רבי זרח) גרייט אייך צו עפעס א רעדע לכבוד חמשה עשר באב.
קרעמער
בשם הגבאים
|
|
|
|
|