| נשלח ב-18/8/2005 23:49 |
|
| |
משה יודל לעבאוויטש
רבותי טוט'ס תשובה. זאגט'ס תהלים
תוקן על ידי - נאטורליך - 18/08/2005 23:59:08
|
|
|
|
| נשלח ב-19/8/2005 03:44 |
|
| |
רבותי, נאכע'ן פארענדיגען שרייבען אפאר שורה'לעך היינט. קומט די ביטערע בשורה איבער די פטירה פון מיין חבר מנעורי ר' משה יודל לעבאוויטש ע"ה
דער מוח קען זיך שווער קאנצעטרירען אפשרייבען אביסעלע דברי הערכה אויף אזא באליבטער אינגערמאן. דער וואנד איז נאך ניטאמאל אפען, ער איז נאך מוטל לפנינו.
אסאך טינט וועלען נאך פארגאסען ווערען אים צו באשרייבען, אסאך טרערען וועלען פארגאסען ווערען אים צו באוויינען, אומצאליגע גיטע פריינד זענען באטראפען מיט זיין פריע פטירה ווי א אייגענער משפחה מיטגליד, אסאך אסאך אידישע קינדער וועלען לאנגע יארען ליגען פאר די אויגען זיין שמייכעל, זיין העפלעכקייט, זיין וועלען מאכען יעדען שפירען גיט און באקוועם, זיין ווייעך הארץ, זיין גיטע נשמה, זיין פרייליך שטראלעדיג פנים. אפילו ער איז אפאר יאר עלטער פון מיר, אפילו ער איז געווען מער טאלאנטפולער פון מיר, אפילו ער איז געווען מער סוקסעספול פינאנציאל פון מיר. האט ער שטענדיג זיך אפגעשטעלט מיט מיר צו פארברענגען ווי כאילו מיר זיצען נאך יעצט אין ישיבה אין בורשטין פרעגענדיג, פאראינטערסירענדיג איבער מיין וואולזיין, איבער מיין פרנסה.
זייענדיג א מארטגעדזש ברויקער, האב איך אים נישט לאנג צוריק געפרעגט וויפיל עס דארף קאסטען א מארטגעדש. ער האט געוויסט אז איך גיי נישט קויפען א הויז נישט היינט און נישט מארגען און אפילו נישט קומענדיגע יאר. ער האט מיר גענטפערט מיט די גרעסטע מאס געלאסענקייט און געדילד מיט ליבלעכקייט צום שטוינען. ער האט מיך צוגערעדט צו זיכען און אנדערע מקומות ווי עס איז ביליג, ער האט נישט גענדיגט דעם שמועס ביז ער האט דערווישט פון מיר א שמייכעל.
ער איז געשטאנען ווייט פון יעדע סארט מחלוקה כל ימיו, עס האט אים נישט פאראינטערסירט קיין שום אידישע פוליטיק אין דער וועלט.
אוי איך קען זיך נישט צוזאם קלויבען.
איך רוף אלע זיינע ידידים זיך פארצונעמען א דבר טוב לעילו נשמתו, סיי וואספארא דבר קטן כגדול. ביז דער אייבערשטער וועט זיך מרחם זיין און שיקען א טרייסט פאר זיינע צובראכענע עלטערען און ווייב, געשוויסטער און קליינע שעפעלעך וואס באגרייפען נאך ניטאמאל דער בראך. בביאת משיח צדקינו אסע"ו
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-19/8/2005 04:16 |
|
| |
איך וויין מיט
איך האב אים גוט געקענט [כאטש נישט פערזענליך] א שמייכל פאר סיי וועם, א גוט ווארט א זשאוק, איז ביי אים געווען פון די וויכטיגסטע זאכן וואס מען קען טאן פאר א צווייטן איד.
זיין העפליכקייט, און געשמאקייט, און ב'טעמ'טקייט, האט זיך זעלטן ווען געטראפן . א טייערער וואוילער איידעלע נשמה.
עס איז צום באוויינען שוידערליך זיין פטירה פתאומית, און די צרות הכלל לעצטענס ווערן נתרבה מיט שרעקליך טראגישע אופנים ווי קיינמאל פריער. עורו עורו מתרדמתכם!! חוסו נא על נפשינו ונפש בננו!! מען רופט מען פאדערט מען וועקט מען שרייט!!
לכו ונשיבה אל ה'
שובו אלי ואשיבה אליכם
השיבנו ה' אליך ונשיבה
און חדש ימינו כקדם. אמן
|
|
|
|
| נשלח ב-19/8/2005 18:06 |
|
| |
דאס קליין יתומ'ל האט געזאגט קדיש פאר די מיטה! א פחד א שרעק.
זאל דער אייבערשטער העלפען פאר אונז אלע, ער זאל זיין א מליץ יושר.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/8/2005 19:26 |
|
| |
קאפישער רב האט געזאגט ביי דיה ספד, [הלשון לא מדויק]
דו קומסט יעצט ארויף אויפן עלום האמת די מלאכים וועלן דיר פרעגן שלום עליכם, און דו ביסט דאך א פריינטליכער מענטש וועסטו דאך אוודאי צוריקענטפערן א ברייטן עליכם שלום.
אבער ווער גייט זאגן מיט דיינע קינדערלאך שלום עלכים היינט ביינאכט?????????!!!!!!!!!!!
עס איז נישט געווען קיין איין טריקן אויג
והקב"ה יאמר די
|
|
|
|
| נשלח ב-16/9/2005 17:52 |
|
| |
ק.נ.א. עקסלוסיוו:
עס וועט פארקומען א סעודת שלשים לע"נ ידידינו ר' משה יודא ע"ה דעם מוצאי שבת קודש אין שוהל פון סאוט אכט.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/9/2005 18:10 |
|
| |
וואס איז די אדרעסס?
|
|
|
|
| נשלח ב-16/9/2005 19:36 |
|
| |
בײ דעם געלגענהײט איז װיכטיג מעורר צו זײן דעם ענין פון לייף אינשורענס.
איך הער אז מען װעט ב״ה נישט דארפן מאכן א קרן יתומים פאר זײנע יתומימלעך. ער האט געהאט לײף אינשורענס.
טײערע פרײנד, נישט אױף קײנעם געדאכט, יעדע טאטע איז פאראנװארטליך אוף זײנע קינדערלאך און זאל זעהן אנצורופן דעם לײף אינשורענס סעילסמאן װאס פעיגערט שױן א שטיק צײט. א מיליאן דאלער טערם פאלעסי קאסט בערך א זיבן הונדרט דאלער א יאר (צװײ דאלער א טאג).
יה״ר מיר זאלן אלע זוכה זײן צו טאנצען אױף די חתונות פון די איר אײניקלאך.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/9/2005 20:50 |
|
| |
פון וועלכע פאליסי רעדסטו? איך צאל בערך דריי טויזענט א יאר! (אקעי, נישט יעדער קען זיך דאס אפארדען... אבער איך קען אויך באשטיין צו צאלן ביליגער).
|
|
|
|
| נשלח ב-16/9/2005 20:52 |
|
| |
ער שרייבט דאך, א "טערם פאליסי".
|
|
|
|
| נשלח ב-16/9/2005 23:27 |
|
| |
The Benefits Of Term Life Insurance
Many people may not realize that an affordable alternative to costly permanent life insurance policies even exists. They hear the often steep rates that come with a permanent (or whole) life insurance policy, and think they cannot afford life insurance, and may consequently leave their dependents uncovered. But an affordable alternative does exist, and that is term life insurance.
There are two basic types of life insurance: term life insurance, where you choose the coverage amount and length of the policy; and whole or permanent life insurance (of which there are many variations), which combines an investment product with life insurance.
Below are some of the advantages to buying term life insurance:
Whole life insurance is expensive, due mainly to its investment aspect, while term life insurance is very affordable. Whole life insurance policies often cost thousands of dollars a year, as opposed to the mere hundreds of dollars a year that the majority of term life insurance policies cost consumers. For example, if you are a healthy, non-smoking 35 year old male, you can get 10-year, $100,000 term life insurance policy for as little as $8.50 a month (or as little as $8.08 a month for a comparable female).
Term life insurance is simple to understand, and allows for personal choice. You pay a (low) monthly premium based on the term length and amount of coverage you choose. That's it. Simple. You can choose term lengths such as 10, 20 or 30 years, and coverage amounts anywhere from $100,000 to several million dollars.
You can invest your hard-earned money yourself, rather than having an insurance company do it for you (as with whole life insurance). Insurance companies are often very conservative with how they invest your money. If you are at all savvy in investing, or good at saving, the extra money a whole life insurance policy costs may not be for you. Instead, buy a cheaper term life policy, and invest the money you saved yourself.
Term life insurance is good for short term needs. Two good examples of this are to cover your children's college education, and to cover your mortgage. Parents could buy a policy that expires after their children graduate from college, to ensure that the full education was paid for in case anything were to happen to the parents. Or, the main breadwinner in a house could buy a term policy that matches the length of his or her house's mortgage.
Here are some additional term life insurance tips:
Buy enough life insurance to meet your needs; life insurance is not the place to skimp. Especially because term life insurance is so affordable.
Also, match the term to your needs. Make sure your dependents are covered until they can provide for themselves, or that your spouse is covered until retirement income becomes available.
Buy when you are healthy, and try to match your terms to when you will still be healthy. When you get into your 50s and 60s, it may be harder to find affordable term life insurance. So buy a term that you can renew before you get too old, or one that is long enough to cover you well into your retirement.
Don't lie on your policy; as life insurance companies will investigate before paying. If you do not admit to a habit, behavior or health risk on your application, your beneficiaries may not receive the money after you pass away. That is the whole point of your life insurance policy, to leave money for those left behind, and it would be a shame if they didn't receive what you had paid for because you were not truthful on your application.
תוקן על ידי - yingatchbp - 16/09/2005 23:37:41
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-17/9/2005 00:52 |
|
| |
נו, לייג א טעלעפאן נומער וואו מען קען זיך פארשטענדיגן מיט דיר...
|
|
|
|
| נשלח ב-18/9/2005 20:05 |
|
| |
ניין יא יא ניין EV-7
|
|
|
|
| נשלח ב-19/9/2005 21:54 |
|
| |
איך ווייס נישט וויפיל די צאלסט אבער איך בין אריין צו ניישלאס אויף לי עוו איך צאל 460 פאר מיליאן טערם
|
|
|
|
| נשלח ב-20/9/2005 05:36 |
|
| |
איך האב מורא איך צאל אסך
503$ פאר 20 יאר טוירם
750,000
ניו יארק לייף
וואס קען מען טון?
|
|
|
|
| נשלח ב-20/9/2005 08:51 |
|
| |
גישמאקער, דו צאלסט בכלל נישט אזוי טייער. אור חדש איז מן הסתם יונג אדער האט ער א 5 אדער 10 יאר טערם.
|
|
|
|
|