כ'יוקל' ועוד לקרא (איך ברעך שוין יעצט פון די פאלגענדע ווערטער, איך האב עס איינמאל געשריבן, און עס איז נעלם געווארן, אבער בעל כרחי מוז איך עס איבערשרייבן, ווייל חס ושלום אויב עס וועט בלייבן שטעקן ביי מיר אין די געדערים ...) וויל איך דא צולייגן צו וואס מיין חשוב'ער ידיד דער ראש הקהל האט פריער געשריבן.
די סיבה (אדער: איינע פון די מערערע סיבות) פארוואס עס מאנגלט אין ק.נ.א. אנאליזן איז זייער פשוט, איך פלעג זיך אפמוטשען צוויי שעה א מעת לעת אפצושרייבן און איבערצוגיין, אראפצונעמען און צוצולייגן, באפעפערן און באציקערן, ארויסנעמען דאס וואס באלאנגט באמת נישט און צולייגן וואס איז מיר נאכהער בייגעפאלן, דאס אלעס נעמט צייט.
אבער זייער ווייניג "פיעד-בעק" פלעגט אריינקומען, איך רעד נישט פון קיין מענטשעלעך, סמיילי'ס, וכדומה. איך רעד פון קאמענטארן, הערות והארות, קריטיק און סתם אזוי מוסיף נופך אדער נפח אדער אפילו סתם מוסיף הבל ורוח אין די וועלט אריין, אבי גערעדט, אבער "עפעס".
היות איך זעה יעצט אז דער עולם קוקט יא עטוואס ארויס אויף די סארט אנאליזן, וועל איך בלי נדר צוריק אנהייבן דערמיט לעת מצוא.
אגב, רעדנדיג מיט יענטאאש האבן מיר זיך געקריגט ווער עס זאל אפשרייבן די מעשה מיטן רב הנ"ל, ער האט גע'טענה'ט אז ער וועט דאס אראפלייגן אסאך בעסער און געשמאקער ווי מיר, האב איך אים געלאזט דאס אליינס אויפשרייבן. דערווייל האט ער דאס צו'מזיק'ט און געלאזט אין א קאלוזשע בלוט, אבער עס איז שוין נישט אינטערסאנט איבערצושרייבן, על כן, יענטאאש: "נעקסט-טיים" לאז מיר אליינס אויפשרייבן מיינע מעשה'לעך...
 |
|
|