| נשלח ב-26/8/2005 02:37 |
|
| |
וועלט'ס טעותים
שוין העכסט צייט מפרסם זיין פאר די וועלט אין וואספארא גרויסע טעות זי לעבט.
אבער נישט דאס זענען מיר אויסן אין דעם אשכול.
איך וויל דא אנהייבן א געשפרעך איבער פארשידענע זאכען וואס דער עולם-גולם לעבט אין א טעות, אדער צוליב חסרון ידיעה, אין אנדערע ווערטער: מען ווייסט פשוט נישט אנדערש. אדער איז מען פשוט אזוי איינגעוואוינט צו רעדן און טראכטן און מען וויל נישט טוישן.
איך וועל אנהייבן מיט איין נארישע דוגמא וואס איז מיר לעצטנס בייגעפאלן, און איר זאלט משלים זיין די איבריגע:
1. די ווארט שמש. וויאזוי זאגט איר דאס ארויס?
רוב וועלט זאגט עס אזוי: שאמעס (יא, איך ווייס, עס איז אפילו דא אזא ניק אויף היידפארק).
אבער לעניית דעתי קומט עס מיט א שׁין ימנית צום סוף. שַׁמֶשׁ אדער מְשַׁמֵשׁ.
עס איז פונעם יסוד פון השתמשות. און דער סי"ן שמאלית קומט כלל נישט אריין אינעם געשעפט.
כ'האב נישט יעצט קיין צייט וועל איך זיך באגעניגן מיט עפענען דעם אשכול און לייגן דעם איינעם דוגמא, אבער עוד חזון למועד, צענדליגער וועלט'ס-טעותים וואס דרייען זיך ביי מיר אין קאפ (דערפאר בין איך אזוי דיזי..).
|
|
|
|
| נשלח ב-27/8/2005 00:20 |
|
| |
איך האב אמאל געהערט בשם הרב דאמב , דריי טעותים איז דא וואס מענטשן מאכן מיטן הברה:
1, כגון, מענטשן זאגגן דאס ארויס, "קעגאן". בעת דער ריכטיגע הברה איז "קעגאווען" מיינט צו זאגן= "אזויווי די קאליר".
2. אפוטרופוס, מענשטן זאגן דאס ארויס, "אפיטראפעס". בעת דער ריכטיגער הברה איז "א פוטער פוס" מיינט צו זאגן = "א נאכפאלגער פונעם טאטן לגבי דעם קינד".
3. אויף דער רגע קען איך מיך נישט דערמאנען...
גוט שבת
|
|
|
|
|
| נשלח ב-28/8/2005 09:57 |
|
| |
פונקט ווי מ'זאגט כאלעמויעד (חול-המועד) און יענקעל (יעקב)
|
|
|
|
| נשלח ב-28/8/2005 22:07 |
|
| |
!
|
|
|
|
| נשלח ב-28/8/2005 22:12 |
|
| |
Menchele instead of Mench
|
|
|
|
| נשלח ב-29/8/2005 02:35 |
|
| |
The same with "Krishma" instead of "Krias Shma"
|
|
|
|
| נשלח ב-2/9/2005 18:30 |
|
| |
איך ווייס נישט וואס עס איז געשען צו מיר, אבער איך באמערק הערשט יעצט דעם גאנצן געשפרעך דא... איך האב נישט אפילו באמערקט אז איינער זאל האבן בכלל צוגעשריבן דא די גאנצע וואך... וואו בין איך???
1. אפוטרופוס איז צוזאמגעשטעלט פון צוויי גריכישע ווערטער: פטר=טאטע [פאטער. FATHER] פוס=קינד [אפשר ווייל זיי דרייען זיך אונטער די פיס... אדער פון לשון יוצאי חלציך... יוצאי ירכיך].
2. איך וויל צולייגן א וועלט'ס טעות וואס מאכט זיך מיינסטענס ביי פרויען און קליינע קינדער:
ווען מען זאגט "ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד" ביי קריאת שמע לייגט מען דעם צווייטן פינגער אויף די מויל... ווי גלייך דאס וואלט געווען הלכה למשה מסיני, און ווי גלייך מען וועט נישט געדענקן דאס צו זאגען שטיל נאר אויב מען וועט מאכן מיט די פינגער א פת"ח שי"ן שַא...
לייגן די האנט אויף די אויגן ביי "שמע ישראל" שטייט אין די גמרא, אבער לייגן די פינגער אויף די מויל ביי "ברוך שם" שטאמט פון די קינדערגארטן רבי און טיטשער וואס האט געוואלט צייגן פאר די קינדער אז מען ברויך דאס זאגען שטיל... און מען קען זען אסאך ערוואקסענע וואס זענען דאס נאכנישט אויסגעוואקסן.
בין איך גערעכט מיט דעם?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-2/9/2005 20:03 |
|
| |
ברכות זאגען פיר קינדער
קאמענטארן זענען איבריג...
|
|
|
|
| נשלח ב-4/9/2005 02:14 |
|
| |
u ppl r so fonny
|
|
|
|
| נשלח ב-5/9/2005 01:37 |
|
| |
איך מיין דער עוילעם פארשטייט נישט אזוי די שאלע. כעל עס פארבירן מאסבער צו זיין.
די אלע ווערטער:
קרישמע
כאלעמויד
יאנטעף וכו'
זענען נישט קיין וועלטס טעאיסעם, עס איז נישט מער און נישט ווייניגער ווי צוזאמענגעכאפטע ווערטער.
זיין פראגע איז ווי לעמשעל:
שאלעשידעס (נישט פארוואס מ'האט עס צוזאמען געכאפט) עס קומט דאך ארגינאל סידעשלישיס (סעודה שלישית) און פארוואס האט דאס די וועלט פארדרייט אויף שאלעשידעס (שלש סעודות)???
|
|
|
|
| נשלח ב-5/9/2005 01:50 |
|
| |
אויך מיר א קאשע זארעעח, וואס דען ווילסטו מען זאל זאגן 'סידעשלישית'???, און וויאזוי וואלט מען גערופן די קאסטום מעיד בילקעלעך 'סידעשעלישיתבילקעלע'??? עה ס'האט נישט קיין פשט.
און בכלל, דער גערוך, דער ניגון, דער מצב, אלעס שטימט נאר מיט 'שאלעשידעס', מיט 'סידעשלישית' פאלט אוועק דאס גאנצע חן........
|
|
|
|
| נשלח ב-5/9/2005 01:56 |
|
| |
גוט פארענפערט די קאשע
אבער כא'נאר געוואלט אביסל מער מאסביר זיין דעם כאשעוון ארענדאר'ס בויך דריקענישן מיט די "וועלט'ס טעאיסעם"
נישט אז דער עוילעם זאל יעדער אנקומען מיט אנדערע צוזאמענגעכאפטע ווערטער, דער מיט קרישמע, דער מיט שעמענעסראע, דער אנדערער מיט לעיכעמישנע א.א.וו.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/9/2005 01:58 |
|
| |
כ'האב אמאל געהערט פון א קלוגן איד, א מבין אויף נגינה. האט ער געזאגט זאגט ער:
די ניגון פון "אתה עייייכאאאאאאאאאד ושמך אחד" פאסט אזוי גוט צו שלש סעודות צייט ווי די ניגון פון "המלך" פאסט צו ראש השנה.
אין דעם קליינעם דריי, דעם קנייטש פון אתה "אחד"... ליגט שוין דער גאנצער טשאלענט מיט די מעלאנע און די נאכמיטאג שלאף...
|
|
|
|
| נשלח ב-5/9/2005 02:04 |
|
| |
די מעלאנע אויכעט, הממממ... דאס ווייס איך נישט, אבער די 'אייער צוויבל' שיינט זיכער ארויס פונעם נוסח.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/9/2005 02:22 |
|
| |
ס'מיז אזוי זיין בעהעכרעכ. ווייל ווינטער ווען עס איז נישט דא קיין מעלאנע שפירן מיר דאך נישט קיין אינטערשייד.
ואלא מאי?
די אייער צוויבל
|
|
|
|
| נשלח ב-5/9/2005 02:27 |
|
| |
יא, און לאו דוקא די אייער צוויבל, ס'מיינט אויך די לעבער און ביי טייל אויך די טאמעטא אין די זייט, בקיצור די גאנצע מיקס.
|
|
|
|
|