בית פורומים היימישע קרעטשמע

סוגיא דחיזוק

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/8/2005 21:15 לינק ישיר 
סוגיא דחיזוק

"איבעא להו", האבן די בני ישיבה אן איבעא געפרעגט. "חיזוק מהו?" וואס מיינט דאס חיזוק?
אזוי שטייט אין גמרא (תוספות הש"ס, מהדורת היימישאי, מסכת שטותאי, דף לא נמצא). שטייט דאך אז "לעולם ישנה אדם לתלמידו דרך קצרה"; איז טאקע נישט מבואר גענוי וואס די בני ישיבה האבן דא געמיינט צו פרעגן. העמער אזוי פרובירן צו מבאר זיין די סוגיא בדרך אגדה, כיד ה' הטובה עלינו.
איז אזוי. די פראגע פון די בני ישיבה איז זיכער נישט געווען פשוט, "וואס איז טייטש חיזוק", ווייל דאס ווייסט דאך יעדער בר בי רב דחד יומא. מוז זיין אז זיי האבן זיך באצויגן צו איין ספעציפישן פאל, ביי וועלכן דער געווענליכער פירוש פון חיזוק האט נישט אזוי אריינגעשטימט; האבן די תלמידים געוואלט פארשטיין וויאזוי פארטייטשט מען חיזוק אין אט-אזא פאל. וחסורי מיחסרא והכי קתני: "איבעא להו: חיזוק מהו? בכללא לאו איתמר, דזיל קרא ביה רב הוא! כי קא בעא לן? בגוונא ספֶּצִפָאִי, דלאו בכל יומא מתרחש – חיזוק דכל יומא קרינא ליה, או דילמא, כיון דגוונא ספֶּצִפָאִי הוא, משמעותיה גם כן השתנה?"
די ראשונים (דער בעל "האשכול", "שרשור", "תיבה אישית", "טקסטשלךכאן", "ערוך הודעה", "שלח תגובה" און אנדערע) מוטשען זיך ארום צו פארשטיין איבער וואסספארא פאל דער "ספֶּצִפָאִי" באציט זיך. פארשידענע הסברים ווערן אנגעגעבן, אבער (כבוד תורתם במקומם מינח) דער צד השווה שבהן איז אז אלע זענען זיי א דוחק גדול.
האב איך, בעניי, ובזכות אבותי ורבותי נבג"מ, געקלערט צו זאגן אזוי. די גמרא רעדט דא פשוט פון דעם חיזוק וואס די חרדי'שע צייטונגען דערמאנען ביי א נייעס איבער א רעבּע וואס איז געקומען צוגאסט אין שטאט.

"כ"ק מרן אדמו"ר מפאלודזשא שליט"א ערווארטעט צוגאסט בעיר התורה והחסידות ביראביזשאן
"ביראביזשאן. – מיט גרויס פרייד האט דאס יהדות החרדית דאהי אויפגענומען די בשורה מרנינה אז כ"ק מרן אדמו"ר מפאלודזשא שליט"א איז נעתר געווארן לבקשת חסידיו ומעריציו [בלא בלא בלא בלא בלא בלא בלא].
"דער באזוך פון פאלודזשער רבי'ן שליט"א וועט אריינבלאזן הויפנס מיט חיזוק [בלא בלא בלא]."

האבן די תלמידים דא געוואלט פארשטיין צוויי זאכן. מיר ווייסן דאך א כלל, אז חיזוק גיט מען געווענליך א צעבראכענעם מענטש. יעצט, דאס יהדות החרדית אין ביראביזשאן איז דאך כלל נישט געווען צעבראכן איידער דעם באזוך פון פאלודזשער רבי'ן. קומט דאך אויס, אז דער חיזוק וואס דער רבי שליט"א גייט אריינבלאזן, וועט קומען ווי א סורפּלוס. האבן די בני ישיבה געוואלט וויסן, וואס דר'עולם וועט טאן מיט'ן שרעקליכן חיזוק-סורפלוס.
והשנית, האבן זיי געוואלט פארשטיין פון וואָסערען מאטעריאל דער "חיזוק" איז געמאכט געווארן. פונעם לשון "אריינבלאזן" זעט אויבנאויף אויס אז דער "חיזוק" איז עפעס אזא מין לופט. אבער דאן וועט דאך ביטער קשה, וואס איז דאס לשון "הויפנס"? לופט גייט דאך נישט ביי די "הויפן"? וועט מען מוזן אננעמען אז חיזוק איז אזא סארט שטויב, און פון דעם וועט דער גרויסער גאסט פון פאלודזשא אריינבלאזן גאנצעטע הויפנס. אבער אי הכי דארף מען פארשטיין פארוואס דער רבי שליט"א וועט דאס בלאזן, אין דער צייט וואס עס זענען פאראן פיל נארמאלערע אופנים פון דאס אריינגעבן אין אנדערע, ווי צום ביישפיל דורך גיסן, שטופן, אנפיטערן?
דאס האבן די תלמידים געפרעגט. דיקא נמי, ווייל דער לשון האיבעא (נאכ'ן "חסורי מיחסרא") איז או דילמא, כיון דגוונא ספֶּצִפָאִי הוא, "משמעותיה" גם כן השתנה.
אזוי האב איך געטראכט אריינצולערנען פשט, והוא רחום יכפר וכו'.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/8/2005 22:33 לינק ישיר 


צום אלעס ערשט וויל איך מיר באדאנקען פארן לייגן דא אויפן פורום א שטיקל גמרא , אזוי וועל איך האבן כאטש עפעס געלערנט היינט....

איך האב מיך נישט געקענט איינהאלטן מער און ספאנטאן אויסגעבראכן אין הילכיגע געלעכטערס, וואס האט מיט זיך געברענגט ווייטערדיגע געלעכטער אויסברוכן, גלייכצייטיג אריינגעבלאזן אין מיר הויפנס פון חיזוק, איז צום האפן אז די דאזיגע רושם וועט לאנג פארבלייבן ביי די צושויער




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/8/2005 16:40 לינק ישיר 

gishmoker:



Absolutely fantastic



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/8/2005 17:15 לינק ישיר 

Thank You my little Brother Menchele



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/8/2005 17:44 לינק ישיר 

Sorry, without being disrespectful to Gishmoker , I had in mind to congratulate Menchele.
It's a great mixture of humor and Talmudic knowledge.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/8/2005 00:31 לינק ישיר 

good job menchele
i think you can become a MENCH



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/8/2005 02:33 לינק ישיר 

Job well Done



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/8/2005 21:07 לינק ישיר 

געשמאקער,
גוט אזוי; אין לך שמחה כהתרת הספיקות.

דורכשניטלעך,
מ'גיימער דאך בתר מחשבה. ועוד י"ל, הכל הולך אחר החתום.

בן-אדם,
יו'ר וועלקאם, מיין דרויסע ברודער.

פעשליכער,
...יא, אבער ווער בינעך דען פאר אזא כבוד? ס'אלץ איז דאך נישט מער ממה שחנני אלוקים.

יקנהז,
כשמו כן הוא: קומט אן אמאל א יובל.

תוקן על ידי - menchele - 29/08/2005 21:06:37



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/9/2005 18:29 לינק ישיר 

רבותי!!! איך פארשטיי נישט וואס דא גייט פאר???

קומט אריין צו אונז אין קרעטשמע אזא 'איש' יקר ונכבד, א טייערער געערטער נארמאלע 'מענטש'לע' – פשוטו כמשמעו, און נאכדערצו א תלמוד חכם, א געזונטער לערנער, א בעל מחדש נפלא (פארשטייט זיך אלעס נאר ממה שחנן אותו ד' בזכות אבותיו ורבותיו...), און בלאזט אריין אביסלע חיזוק פאר די שיכורים דא אין קרעטשמע, ריכטיג מקיים דעם במקום שאין 'איש' ישתדל להיות 'איש', און גארנישט, אין קול ואין עונה, קיינער איז נישט מגיה?, קיינער איז נישט מעיר?, קיינער פרעגט נישט?, קיינער ברענגט נישט קיין ראיות?

הזאת נעמי איז דאס 'מענטשלעכקייט'???

און קבל נא מנחתי פאר אזא 'מענטשליכע' אשכול דא ביי אונז אויפן פארעם



====
ואני בעניי, וועל איך מעיר זיין מיט א הערה קטנה (כאב אפשר נישט געהאט אזעלכע גרויסע אבות ורבי'ס).
כ'מיין נישט ח"ו אייך אפצוווענדן, נאר וללמוד אני צריך, וכתלמיד הדן.

איז אזוי:
די איבעא איז דאך געווען: בגוונא ספֶּצִפָאִי, דלאו בכל יומא מתרחש – חיזוק דכל יומא קרינא ליה, או דילמא, כיון דגוונא ספֶּצִפָאִי הוא, משמעותיה גם כן השתנה?"

ס'טייטש לויט ווי איך פארשטיי, איז די איבעא ביי א 'חיזוק ספצאי', צי זאגעך אז אפי' ס'איז א 'ספצאי חיזוק' פונדעסטוועגן דאך זאג איך חיזוק דכל יומא קרינא בי'. או דילמא, אפשר נישט אזוי, און וויבאלד דער חיזוק איז א ספצאי איז דער משמעות פונעם חיזוק אויך אנדערש?.

האט איר דאך שיין מסביר געווען די איבעא, אז די שאלה איז, צו זאג איך 'חיזוק דכל יומא קרינא ליה - פי' וויבאלד חיזוק גיט מען געווענליך א צעבראכענעם מענטש און דער עולם איז דאך כלל נישט געווען צעבראכן איידער דעם באזוך, קומט דאך אויס אז דער חיזוק וואס דער רבי גייט אריינבלאזן וועט קומען ווי א סורפּלוס, האבן די בני ישיבה געוואלט וויסן, וואס דר'עולם וועט טאן מיט'ן שרעקליכן חיזוק-סורפלוס. צו זאג איך ניין, וויבאלד דער חיזוק איז א 'ספצאי' איז דער משמעות פונעם חיזוק אויך אנדערש - ופי' פון וועלכע מאטריאל דער איצטיגער 'ספצאי חיזוק' וועט זיין געמאכט.

וואלט איך געוואלט מעיר זיין. אז לויט דעם צד האיבעא אז אפי' ס'איז 'ספצאי' פונדעסטוועגן דאך וועל איך אננעמען אז 'חיזוק דכל יומא קרינא' און די שאלה וועט זיין וואס דערוילעם וועט טון מיטן חיזוק סורפלאס, איז לכאורה דער עיקר חסר מן הספר, ווייל אין פשטות לשון האיבעא איז משמע, אז די שאלה איז געווען סתם צי חיזוק דכל יומא קרינא צי נישט, ס'טייטש צי איך וועל וועל דאס נאך אלץ אנרופן 'סתם חיזוק' אזויווי איבעראל אפי' דא איז עס בגוונא ספצפאי, און לויט ווי איר זענט מסביר איז די עומק כוונת האיבעא אז אויב ס'איז טאקע חיזוק כדבכל יומא וואס וועט מען טוהן מיט'ן סורפלאס.
???



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/9/2005 19:48 לינק ישיר 

קודם וויל איך זיך פארענטפערן פארוואס איך האב בשעתו - ווען מענטשעלע האט געגרינדעט דעם אשכול - נישט מוסיף אדער גורע געווען. ווייל לויט ווי איך געדענק איז דאס פונקט געווען אין א וואך וואס איך האב געהאט א תענית הכתיבה (ס'מאכט זיך ביי די שענסטע שטובער...), פשוטו כמשמעו, איך האב פרובירט אביסל מצמצם זיין מיין געשרייבעכץ אויפן פורום.

אבער אז מ'רעדט שוין יא, האב איך געהערט פון א קלוגן איד, האט ער געזאגט זאגט ער (דערמאנט אייך פון די ארץ ישראל אידן: וואס זאגט איר וואס?): ווען איך גיי צו א רבי'שע חתונה, ווייס איך אפילו נישט ווי שטארק איך האב זיך געפריידט... הערשט מיטוואך אדער דאנערשטאג ווען איך ליין די צייטונגען דערוויס איך זיך אז אלע משתתפים זענען געווען אין אן עקסטאז און מען האט זיך געפריידט אזש ביזן דאך...

און יא; מיר הערן אז ניוארליענסע רב איז 'נעתר לבקשתינו' געווארן און קומט אויף שבת קיין טעקסאס, צום פרייד פון אלע חסידים.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-18/9/2005 20:52 לינק ישיר 

זאל מיר דער דיין אוודאי אנטשולדיגן פאר'ן אזוי מאחר זיין מיט דער תשובה. כ'בין פשוט פארנומען און שוין לאנג נישט געווען אין ביהמ"ד. (אזשוי? און וואו דאוונט איר יעדן טאג, ערב ובוקר צהרים? איז שתי תשובות בדבר: ראשית, באליידיגט זיך ביטע נישט, אבער "היימישע קרעטשמע" איז נישט דאס איינציגע ביהמ"ד אין געגנט; והשנית, איטס נאָן אָוו יור דעם ביזנעס!)

דער דיין פרעגט דאך זייער א שטארקע קשיא. נאר די זאך איז אזוי: מיר זעען טיילמאל אז די גמרא פרעגט אן איבעא און צעלייגט די פראגע על כל פרטי' ודקדוקי'. דערנאך איז פאראן, ווי אין אונזער פאל, ווען די בני ישיבה פרעגן אן איבעא און זענען נישט מפרש, און דער המשך הגמרא מוטשעט זיך צו פארשטיין וואס זיי האבן געמיינט צו פרעגן.

קען מען אפשר זאגן, אז אין דעם צווייטן פאל איז פשט אז דער איבעא פארמאגט טאקע מער ווי איין משמעות - פירוש: די בני ישיבה האבן געוואלט פארשטיין מער ווי איין פרט פון זעלבן ענין. היות דער הסבר וואלט אריינגעצויגן אין א גאר גרויסן אריכות, זענען זיי נישט מסביר פינקטליך וואס.

ביי אונז איז דאס געווען דער פאל: די בני ישיבה האבן געשטעלט א קשיא, און מיר מוטשען זיך צו פארשטיין באי דקאמרי רבנן. קען מען פון דעם דרינגען, אז אין כלל פון דער איבעא זענען אריינגערעכנט מער ווי איין זאך.

נו, וואס זאגט דער דיין צום פשט? יא? גוט? ממש יעצט איינגעפאלן! פיין, יא, נו גוט. כל טוב; בשורות טובות.

(יאנקל: זארעכ איז שוין געגאנגען? ער קען הערן וואס איך רעד יעצט? ביזט זיכער? אקעי. אויך מיר א דיין! ער קען נישט אפלערנען א פשוט שטיקל גמרא! כי כי כי. זאל ער ווארטן ביז איכ'ל אים פרעגן א שאלה!)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > סוגיא דחיזוק
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext