| נשלח ב-21/9/2005 01:34 |
|
| |
פארוואס ברויך א מקוה קאסטן 2 דאלער
היינט אין מקוה איז מיר שווער געווארן א קשיא, איך וויל זיך דא אויסשמועסן דערוועגן:
פארוואס ברויך מען צאלן צוויי דאלער פאר א נישטיגע נארישע טבילה במקוה פארן דאווענען?
וויפיל קאסט א האנטוך?
וויפיל קאסט דאס ביסל וואסער וואס גייט ארויף אויף מיר?
פארוואס ברויך איך צאלן צוויי דאלער פאר א יעדע מקוה געגייעכץ?
(איך רעד נישט פון מיר, איך צאל אויפן יאר, און איך שפאר זיך אסאך געלט. אבער די וואס צאלן אויפן טאג, צאלן בערך צוויי דאלער א טאג).
|
|
|
|
| נשלח ב-21/9/2005 18:04 |
|
| |
וואס, א שאווער (טוש) מאכסטו נישט?
|
|
|
|
| נשלח ב-21/9/2005 18:05 |
|
| |
דאס נעם איך אינדערהיים ביינאכט
|
|
|
|
|
| נשלח ב-21/9/2005 18:24 |
|
| |
די מקוה יודן באשטומען זייער פרייז פאר איין האנטעך איין שטיקל כשר זייף שאווער און מקוה
איך מיין אז די גרעסטע חלק פון די געלט גייט פאר די כשר זייף
|
|
|
|
| נשלח ב-21/9/2005 19:25 |
|
| |
קודם קרעמער זייער גוט אז דו טוסט ווי מיר.
איך קען נישט גיין צופרי אין שואער צווישן אלע שוויצערס.
נאר ביינאכט אינדערהיים.
נאכדעם קרעמער איך ווייס נישט אין וועלכע מקוה ס'קאסט צוויי דאלער, רוב קאס נאר איין דאלער.
בעיקר וואס עס קאסט אזוי סך קען אפשר זייין בדרך רמז
דעס וואס נאטורליך מיין פריינט שרייבט אין זיין טאגבוך
נעכטן.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/9/2005 19:49 |
|
| |
געשמאקער;
קען זיין ביסט א כולל יונגערמאן... ווייל פאר בעלי בתים קאסט בערך צוויי דאלער א טאג אין מיין מקוה.
בנוגע גיין אין שאוער ביינאכט. עס איז מער אויסגעהאלטן להלכה. עס איז א הארבע שאלה אויב מען מעג גיין אין שאוער פאר תפלת שחרית.
דאס וואס דו שרייבסט 'נאטורליך מיין פריינט', כ'מיין אז ער איז יעדעם'ס פריינט, און נישט נאר דיינס...
"ידיד נפש כל חי".
|
|
|
|
| נשלח ב-21/9/2005 23:18 |
|
| |
און פארוואס דארף שערן קאסטן אזוי סאך?
איך געדענק נישט די פינקטליכע פרייז אויף די מינוט - איך האב מיך שוין לאנג נישט געשוירן ביים מקוה-איד - אבער ס'איז פיל מער ווי דער ארבעט וואס דער שערער לייגט אריין...
קוקט אויס די מקוה-אידן זענען גאנץ פארמעגליך.
ווער ווייסט?
תוקן על ידי - פעדעקס - 21/09/2005 23:17:04
|
|
|
|
| נשלח ב-21/9/2005 23:37 |
|
| |
אז די האסט טענות אופען מקוה איד, גיי שעהר זיך ביי טאוני דער אנטיסעמיט. וועסטו דאנקען דעם איידעלען מקוה איד וואס גאהלט דיך אפ זייער גערען און פאר העלפט די פרייז, אן קללות און אן ווארטען ביז יעדער מגולח איז פארטיג מיט די בארדע. איינמאל פאר פסח בין איך דארט געזיצען צוויי שעה און געבענטשט די אלע אידען וואס זענען נישט אזוי מפונק און גייען זיך שעהרען ביי סיי וועלכען מקוה איד וואס דארף דאס געלט וויכטיגער ווי טאוני.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/9/2005 23:43 |
|
| |
גוטע נקודה. פעדעקס!
אמאל פלעגט שערן קאסטן א קוואדער (עי' מגילת אסתר מיט געזאנג).
שפעטער איז ארויף דער פרייז העכער און העכער. היינט האלט עס שוין (בשעת'ן שרייבן די שורות) ביי פינעף דאלער א קאפ.
דאס איז בערך וויפיל געלט א נארמאלער מענטש מאכט אין א האלבע שעה. און דער מקוה איד מאכט דאס אין דריי/פיר מינוט.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/9/2005 02:40 |
|
| |
ביסט גערעכט קרעמער
איך בין שוין לאנג נישט א כולל אינגערמאן אבער לגבי מקוה געלט בין איך געבליבן אין מיין אלטע קאטאגאריע...
אמאל אין מקוה ביים שערן האב איך געהערט פון איינעם
אזא רבי-זכרונו-לברכה-איד אז מיט דעם וואס מען שערט זיך און מען שערט נישט אפ די פאות איז מען מקיים לא תקיפו.
נו, קומט דאך אויס אז ס'יז גאר א מצוה דאס שערן,
און פאר א מצוה דארף מען צאלן.
איך לכשעצמי שער מיך נישט ביים מקוה איד ווייל איך עקל מיך. מיין מאמע זאל זיין געזונט שערט מיך נאך עד היום ווען איך דארף. עמו"ש.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/9/2005 05:21 |
|
| |
דאס אז מען איז מקיים לא תקיפו ביים שערן, ברויך מען נישט הערן פון קיין פרומען איד. דאס שטייט ארויס אין "יסוד ושורש העבודה" עיין שם.
דאס אז דו צאלסט מקוה געלט ווי א כולל אינגערמאן בעת דו ביסט נישט, איז א רעכטע שאלה פון גניבה.
ואתך הסליחה.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/9/2005 08:37 |
|
| |
וואלט איך ווען געצאלט וואלט עס געווען א שאלה
ביזדערווייל בין איך נאר שולדיג, נישקשה.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/9/2005 08:55 |
|
| |
די בתי מדרשים האלטען זיך אויס פון די מקוה געלט ספעציעל די וואס האבן טורן סטייל מאשינען
|
|
|
|
| נשלח ב-28/9/2005 16:47 |
|
| |
דער פאקט איז, און פרעגט אייך ביטע נאך ביי די אלע וועלכע זענען אינוואלווד פערזענליך אין די פינאנציעלע חלק פון א ביהמ"ד און מקוה:
אז אפילו צוויי דאלער איז נישט באצאלט פאר א מקוה
כל שכן ווען מער פון %95 מענטשן באצאלן א חודש קאטל וואס קומט אויס אפילו ווייניגער ווי $1 א מקוה.
רעכנט אויס: די געז - עלעקטעריק - וואסער - קלינען יעדן טאג די מקוה - א גוי - דעטערזשענטס - קויפן כסדר נייע האנטיכער ווייל סווערט אפגעניצט און פארלוירן - וואשן און דרייען די האנטיכער - און נאך
איך רעדט נישט פון כסדר באצאלן פארן מענטענעינס - פאררעכטן דעם בוילער - די פען - די ביהכ"ס וכו'
געדענקט אלעס קאסט געלט! איז נישט נאר אינדערהיים נאר אויך אין אייער בית המדרש
באצאלט דערפאר פאר אייך בזה ובבא!
|
|
|
|
| נשלח ב-28/9/2005 17:34 |
|
| |
גראדע איז דער מצב נישט אזוי שווארץ ווי ישראליק שילדערט דאס.
עלעקטריק בילס ווערן באצאלט פון די נר למאור.
האנטוכער ווערן געקויפט פון נדבת אחינו בני ישראל.
דער גוי באקומט א הויקער.
דער מקוה איד מאכט זיך זיין געלט פון די וויין און ברוינפן און די בלומען מיט יקנה"ז ליכט.
וואס נאך?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/9/2005 17:41 |
|
| |
בענעדיקט דאס געוואנדן אין וואס פארא שוהל, סאיז דא גענוג און נאך שוהלן וואס קוים זיי קאלעקטן געלט ביי די נר למאור'ס און ביי די נדבנים פון די נייע האנטוכער, קודם ביז ווילאנג מ'זעהט די געלט, שנית מ'דינגט זיך וויפיל עס האט געדארפט קאסטן וכדו', דער נדבן טענה'ט איך וואלט עס געהאט פאר אסאך ביליגער ביי אן אנדערען פלאץ וכו' וכו', ממילא בין איך יא אויף ישראל'ס זייט, אויב קען מען מאכן דא צוויי צדדים
|
|
|
|
|