בית פורומים היימישע קרעטשמע

פילםס וואס קלעבן ווי ארבעס צו דער וואנט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/9/2005 01:51 לינק ישיר 
פילםס וואס קלעבן ווי ארבעס צו דער וואנט

אפט מאכט זיך אז מען פארשאפט זיך א מואווי וואס אינדרויסן זעט דאס אויס אז ווער-ווייס-וואס פאר א געשמאקע פילם מען גייט דא זען... די שיינענדיגע בילדער וואס ווייזן זיך אינדרויסן פון דעם די.ווי.די. מאכט דעם רושם כאילו מען האלט אין די הענט איינע פון די בעסערע פילמס פונעם יארהונדערט.
מען ברענגט דאס אהיים און די אנטוישונג איז גרויס, אז נאך וואס מען האט פארברענגט אין בלאקבאסטער א שעה זוכנדיג א מואווי מיט וואס אפצואווישן צוויי שעה, דערזעט מען זיך מיט א אויסגעדראשענע פילם וואס האט נישט קיין הענט און קיין פיס.
דעריבער כדי קיינער זאל נישט דורכפאלן מיט אזעלכע מיאוס'ע דורכפעלער און נישט דארפן פארברענגען צייט און געלט אויף אומזיסטע דמיונות עפען איך דיזען אשכול און זאל יעדער שרייבן דא וואס פאר א פילם עס איז נישט ווערד געהאלטן צו ווערן אין דער האנט.
איין זאך זאל מען געדענקען אז אויב גלייכט מען נישט א פילם, ווייל, לאמיר זאגן מען האט נישט ליב קאמעדי, זאל מען וועגן דעם נישט אפמאכן אז ער איז נישט גוט. אבער מען קען יא שרייבן אז א מואווי וואס פלוני איז דער אקטיאר און וואס געווענליך איז ער פון די בעסערע האט געמאכט א שלעכטע ארבעט אויף דעם און דעם פילם.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/9/2005 01:53 לינק ישיר 

אזא מעשה האט זיך מיר געמאכט פאריגע וואך ווען איך האב אויפגעפיקט דעם פילם
http://www.imdb.com/title/tt0375679/
וואס האט אויפן דעקל געמאכט דעם איינדרוק ווי עס איז גאר גוט, ווייל ער האט געהאט א שטויס מיט גוטע אקטיארן וו.צ.ב.ש. סענדרע בולאק, וואס דאכט זיך אז זי איז פון די גוטע , אבער כאטש וואס ס'האט גוטע חלקים קלעבט נישט איין חלק פון די מעשה צום צווייטן און איך קען גארנישט ארויסקריכן דערמיט...
(זאג מיר נישט אז איך פארשטיי עס נישט ווייל דעמאלס פארשעמסטו מיר מיט מיין רבנות ביינאזאם...)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/9/2005 01:35 לינק ישיר 

איז דאס טאקע דער איינציגער אומבאלימפערטער מואווי וואס איז פארהאנען?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/9/2005 01:56 לינק ישיר 

ניין, ס'איז דא נאך, נאר איך קען מיך נישט דערמאנען די נאמען דערפון........



איך מיין אז עס איז 'TRAFFIC' ס'איז א סטאפיד בארינג מעשה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/9/2005 20:29 לינק ישיר 

hahahahaah u shold have known the movie compenys spend like 20,000,000 $ on ads. thets y the saying gose dont godg a book by its cover .the movie crash is 1 of the worst movies ever i got alot of frands thet went only becose the name 'crash' i ushely read the critics before....




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/9/2005 20:52 לינק ישיר 

a_pugim

i chev to tell u that u are so far the best english speller over hair, and i meen it very mench, you spell like a fro, oy, pro is what i vanted to right

sorry



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/9/2005 22:38 לינק ישיר 

בענעדיקט



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-29/9/2005 00:38 לינק ישיר 

מיסטער פען-עדיקט,

אוי האב איך געלאכט,
האסט מיך ממש אויפגעבראכט,
כ'מידיר זאגן ביזט טאקע גערעכט,
אבער איך האף אז עי-פנים' שפירט זיך נישט יעצט שלעכט.


תוקן על ידי - יענטאאש - 29/09/2005 0:38:03



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/9/2005 01:02 לינק ישיר 

איך האף אויך אזוי,
איך ווייס נישט גענוי,
ספעלן ענגליש וויאזוי,
שלא עשני גוי.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/9/2005 01:47 לינק ישיר 

וועגן דעם איז דער גאנצער שלא עשני גוי?,
נאר צוליב ספעלינג האלטסט טאקע ממש אזוי?,
נו דאן וואס איז מיט די פרויען די בושה?,
אז מיר פרייען זיך אזוי שלא עשני אישה?.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/9/2005 07:06 לינק ישיר 



ספעלן איז א חכמה ואינה מלאכה
מען דארף דערויף נישט מאכן א ברכה
אזוי ווי רדיית הפת און גמרא
איז מען נישט חייב מכחו הסברא



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/9/2005 15:19 לינק ישיר 

געשמאקער מענטש הער מיר אויס
אויב ספעלן איז א חכמה בלויז
וואו ביסטו געשטאנען ביים טיילן
ווער האט דיר ארויסגעשטופט פון די ציילן

יענטאאש ברייטע ראש הקהל
דיין פראגע פארשטיי איך ניטאמאל
וואלסטו דען געוואלט אן אשה זיין אמאל
חבלי לידה זענען גארנישט אזוי קאאל

איך האב נישט וואס צו טוהן
בענעדיקט סיקסטיען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/9/2005 21:01 לינק ישיר 

בענעדיקט זעכצען
דו נעמסט אוועק אלע מיינע קרעכצען
ברענגסט מיר ארויס א ברייטן שמייכל
אזש מיינע ארומיגע מיינען איך האב ניט קיין סייכל

דו ביזט זאפטיג און זיס
אלעס וואס פון דיין פעדער גיט א פליס
איז דאך זיך צו באלעקן
עס טוט פאר יעדען איינעם שמעקן

דערפאר ספעציעל פאר דיר
עפן איך א אויף א גרויסן פאס הייניקן ביר
דרינקס פאָר עווריבאדי אָן מי
כאפטס ענק אלע צי

און טאקע ביי דער געלעגענהייט
איז די ריכטיגע צייט
אנצו-וואונטשן אויפן גלעזל לחיים
פאר דיר און אלע ידידים ורייעם

דער ראש הקהל דער ברייטער
און דער נישט פארנומענער אויפן לייטער
און פארן דאיען מיט די ברילן אויפן שפיץ נאז
און אוודאי פארן משנה מנהל דער נייער ער זאל נישט געבן קיין בלאז

ווי אויך פאר די אלע וואס טוען זיך כסדר ביי אונז דערקוויקן
און פלעשל נאך גלעזל אריינריקן
זיי טוען זיך ביי אונז אין קרעטשמע אנטרינקן
מען זאל נישט אין עצבות אריינזינקן

זאל טאקע העלפן דער באשעפער פון אויבן
און געבן פאר יעדן א שנה טובה'ן
מען זאל ווערן פארשריבן גוט און פארזיגעלט
צו א גוט יאהר ברוחניות ווי אויך אסאך געלט

און מיט דעם פארענדיג איך מיינע רייד
שרייטס אלע ער גייט ער גייט
ווייל איך האב יעצט יא וואס צו טוהן

דער דערבארעמדיגער-זוהן



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-29/9/2005 21:11 לינק ישיר 

בנימין מיין טייער קינד
הער מיך אויס אצינד
פארמאך דעם פעסל געשווינד
הייניקען איז גוט פאר א וואונד

איך גיי פאר באדווייזער
דאס איז מיין פראבלעם לייזער
איך קען עס מאכן קייזער
דאן ברויך איך א וועגווייזער

בענעדיקט16



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/9/2005 01:03 לינק ישיר 

בענעדיקט זארג זיך נישט ס'האלט נאך נישט ביי דעם גענוי,
אז איך זאל מסכים זיין צו זיין א פרוי,
און נישט נאר צוליב חבלי לידה ס'איז דא נאך טעמים אויך,
פאר וואס דען יא? תשעה קבין האב איך זיך פארשאפט אן דעם אויך...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/9/2005 07:45 לינק ישיר 

מצורף קובץ


אוי! אזויפיל לאכן און לאכן
קען איך ניטאמאל דאס מויל פארמאכן
אלע בירן אהערבראכן
לאמיר א רקידה'לע מאכן

הער בענעדיקט, פאטערל
פארוואס בין איך אזא טוטערל
אז דו ביסט רויט ווי א בלאטערל
פון מיינע ווערטער אויסגעלייגעכטסטורל

רעד איך דען בכלל אזוי סך
אז דו געסט מיר אוועק א מאך
ביים טיילן האב איך גענומען נאך ווי רררר
נישט סתם נאר א פול גלעזל ביררררר

א שאד א שאד
דער פורום וואלט געגאנגען אין באד
א מאזעל א מאזעלע
דיין געשמאקע שפאסעלע

זאל זיין אבי עפעס
אבער א שמייכל נאר
אוי איך בין פארפארן פון גראם
דו משקה האלט מיך נישט אין ראם
אן אלטער פלאש טאקע אבער הו הא טאראראם
דער באקאנטער גרויסער הייניקען דא אין קראם











דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > פילםס וואס קלעבן ווי ארבעס צו דער וואנט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext