| נשלח ב-28/9/2005 00:10 |
|
| |
נאך א מעשה
איך בין אריין היינט בערך האלב צוויי נאכמיטאג אין א בית המדרש און איך הער אז מען זאגט אשרי איך האב געמיינט אז מען דאווענט מנחה איך טי אן מיין גארטעל ווייל איך האב געוואלט מיט דאווענען און פליצלינג זעה איך אז דער בעל תפילה האט אן א טלית האב איך געפרעגט א דורך גייער פארוואס האט ער אן א טלית ? זאגט ער מיר ווארט א מוניט ווייל אז איך וועל דיר זאגן וועסטו מיר ממילא נישט גלייבן האב איך געווארט און איך האב געזעהן נישט מער און נישט ווייניגער מען זאגט סליחות
תוקן על ידי - whats_up - 28/09/2005 0:10:10
|
|
|
|
| נשלח ב-28/9/2005 00:47 |
|
| |
שוידערליך.
ניין, נישט דער פאקט
אז דו האסט זיי געפאקט
אז זיי האבן סליחות געזאגט
ווען אינדרויסן האט נאכמיטאגט
נאר דער געדאנק
טוט מיר באנק
אז דו
האסט געוואלט דאווענען פרי
מנחה דאווענט מען ביי חסידים נאכן פלג
נעקסט טיים טוה דיר אן א פראק
אבער דאן וועסטו האבן א שליץ
און איך וועל דיר קענען געבן א שמיץ
|
|
|
|
| נשלח ב-28/9/2005 00:52 |
|
| |
קען זיין אז זיי האבן שוין געזאגט סליחות פון מארגן
|
|
|
|
| נשלח ב-28/9/2005 04:53 |
|
| |
האלאו! וואטס אפ; די ביסט אפשר די פעשליכער אינגערמאן, וואס האט דעס היינט פארציילט און א רעסטאראנט אין וויליאמסבורג??? אדער האט ער פונקט געוואלט דאווענען, ווען די האסט געוואלט.
און צווייטענס ווי איז די ערשטע מעשה?
===
בענעדיקט;
אפשר איז ער גאר קיין חסיד ניט?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/9/2005 05:31 |
|
| |
איר טוט מיך דערקוויקטן
הרב רעב מיסטער בענעדיקטן,
א שלום עליכם טו איך פאר אייך אויסשפרייטן,
מיט א שמייכל א ברייטן,
עס האט דאך אלע טעמ'ען,
אייערע שיינע גראמען,
טו איך צו דער זאך,
און איך ענטפער אייך אויף אייער שפראך,
כה דברי יענטאאש ראש הקהל,
וואס איז געווען 'מנהל משנה' אמאל.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-28/9/2005 15:43 |
|
| |
נפחא:
איך בין אביסל פעשלעך און איך בין געווען אין א רעסטעראנט אבער איך האב עס פארקיינעם נישט פארציילט דארט
די ערשטע מעשה איז דא
http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1534428
יעצט טראכט איך אז איך וואלט עס אפשר געדארפט דארט אריין שרייבן
תוקן על ידי - whats_up - 28/09/2005 15:47:42
|
|
|
|
| נשלח ב-28/9/2005 17:28 |
|
| |
ראש הקהל לעבן
לאמיר אייך שלום געבן
אבער געב אכט ווייל מיינע הענט קלעבן
קיין געלט זאלט איר נישט לאזן דערנעבן
איך האב זיך לעצטנס פארבליקט
אין די מפתח הפורומים אריינגעקוקט
צי היימישע קרעטשמע מיין מייזעלע געשיקט
און איך שפיר זיך שוין דא ווי אן אדיקט
די שיכורים דא זענען גאר געשמאק
טרינקן און זויפן מיטן רויטן גענאק
אוי פלוצלינג געט מיר נפחא א האק
אזש איך בין אריינגעפאלן אין א שאק
ער שרייט מיר אריין אין טויער
אויב וועסטו נישט שרייבן ווי געהער
וועל איך דיר ווייזען דעם טויער
איך זאג אים דו מיינסט איך בין אבי ווער
בענעדיקט16
|
|
|
|
| נשלח ב-29/9/2005 00:24 |
|
| |
יא יא הרב רעב בענדיקט טייערער,
דאס ברויכסטו צו וויסן זייער,
די תקנות האלט מען דא זייער טייער,
און מען גייט דערפאר ממש אין פייער,
און לאמיך דיך זאגן יעצט איינמאל,
אז די תקנות זענען געמאכט דורך מיך דער ראש הקהל,
צוזאמען מיט רעב הוטקע זי"ע ועל כל ישראל,
נאך אין די פארגאנגענע צייטן אמאל,
אבער איך שטעל זיך פאר זיכער,
אז דו וועסט דיך צו דעם צוגעוואוינען גיכער,
און אנהייבן שרייבן דא גאנצעטע ביכער,
צו מהנה זיין דו שטענדיגע באזוכער,
כה דברי יענטאאש,
וואס איז דא אזוי גרויס ווי אין אמעריקע איז בוש.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/9/2005 01:00 |
|
| |
מיסטער יענטאאש פרעמיער,
כ'האף ס'דיר נישט שווער,
געב מיר אן ערקלער,
אויב צו די תקנות איך געוואוין מיר.
כ'זיץ שוין דא א טאג,
שרייב מיט גרויס פלאג,
איך הער נישט קיין מאג,
איך וויין און קלאג.
כ'פרוביר שרייבן שיין,
מיט א שפראך זייער ריין,
אבער איך בין דאך נישט מיין,
ווי הויט און ביין.
עס פאלן אריין גרייזן,
איך בין נישט געמאכט פון אייזן.
איך בעט מחילה פון פריער,
איך וויל בלייבן גוט מיט דיר.
בענעדיקט16
|
|
|
|
| נשלח ב-29/9/2005 01:43 |
|
| |
גוט מיסטער בענעדיקט מ'בלייב'מער גוט דע סעים,
מחילה וועל איך אייך געבן ס'איז קיין פראבלעם,
שרייב ווייטער פיין און גוט אן קיין שעם,
דו זאגסט גוט קיינער איז נישט מחולק אויף דעם.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/9/2005 15:14 |
|
| |
יישר כח פאר די פריינטשאפט פון הארצן טיפן
איך האב פון גרויס דאגה קוים געקענט שלאפן
א שאד איך האב אייערע רייד נישט באמערקט נעכטן
יעצט קען איך אבער דעם נאכט שלאף מער נישט פאררעכטן
זאלט איר א זיס יאר קריגן
אויף די קרעטשמע פארפיגן
אכט געבן מען זאל זיך נישט קריגן
וועט מען זיך נישט דארפן אנטשולדיגן
איך קען שוין אויפהערן קרעכצן
בענעדיקט16
|
|
|
|
| נשלח ב-29/9/2005 15:21 |
|
| |
איך קום אריין ווי א נער אינדערמיט
ווייל איך בין קיין גראמער ניט
האלט אייך רואיג און גלאסן
טוט אייך צו איטליכן איידל באפאסן
פון דא און ווייטער וועל איך זאגן נאר די ערשטע העלפט פונעם גראם
און דער פויבסט זאל צולייגן דע צוייטע העלפט צום טעם...
|
|
|
|
| נשלח ב-30/9/2005 00:47 |
|
| |
לאמיך אויפאיינמאל רעספאנדן,
צו בענעדיקט און זאאארעךחחח זיי ביידן,
בענעדיקט כ'האף אז היינט וועסטו בעסער שלאפן,
איצט אז דו ווייסט שוין אז איך וועל דיך נישט שטראפן.
זאארעעחךח ווער זאגט אז גראמען איז נישט דיין פאך,
ווען דו האסט הערשט יעצט גע'גראמט גאנץ צו דער זאך.
|
|
|
|
|