| נשלח ב-28/9/2005 09:06 |
|
| |
וויאזוי הרג'עט מען מענטשן אין פילם'ס ??
מען דארף קענען א סך גרעפיקס, און אסך פראקטיצירן
צו קענען אהערשטעלן די "געשאסענע מענטשן" אויף די פילמ'ס
נאך אלץ ליגט דערין א היבשע קונצווערק, איינער ווייסט עפעס מער דערוועגן צו זאגן?
|
|
|
|
| נשלח ב-29/9/2005 05:01 |
|
| |
וואס לאזט מען מיך הענגן דא ??....
כ'אב געפרעגט גאנץ א נורמאלע קשיא ...!
אז דו ווייסט זאג אז דו ווייסט נישט...
|
|
|
|
| נשלח ב-29/9/2005 14:16 |
|
| |
איך ווייס נישט
|
|
|
|
| נשלח ב-2/10/2005 21:43 |
|
| |
איך ווייס נישט, אבער איך האב זיך געטראפן מיט איינע פון די הרוגים, מוז זיין אז ער לעבט נאך...
|
|
|
|
| נשלח ב-10/11/2005 02:29 |
|
| |
לעצטענס געליינט ערגעץ וואו, אז די גאנס האבן אין זיך א קליינע טוב מיט א רויטע פליסיגקייט, אנשטאט א בולעט, ווען מען שיסט קראכט דאס אויף און זעט אויס ווי בלוט.
אבער ווען מען שיסט נישט קיין מענטשן, האבן זיי יא עכטע בולעטס, דוק ותשכח, איך האב דאס נאכגעקוקט וראיתי פלאות.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/11/2005 03:02 |
|
| |
גישמאקער, דער פשוטער תירוץ איז. מען הארגעט נישט.
אז די ווילסט וויסען וויאזוי זיי מאכען עס אויסקוקען עכט. גיי צו יניווערסעל סטאדיוס אין ארלענדא פלארידע אדער קאליפארניע דארט וועסטו זעהן, זיי ווייזען דאס פאר יעדען באזיכער. עס איז זייער גרינג, מען דארף נישט זיין קיין חכם פשוט אביסעל טרעיניג.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/11/2005 03:09 |
|
| |
איך ווייס דאס נאטורליך אז מען הרגעט נישט
איך האב נאר געפרעגט וויאזוי עס קוקט אויס אזוי עכט אופן פילם
און מיין קשיא איז פארענפערט מיט דעם רעיון אז מען שיסט א רויטע טוב.
און
איך גיי ווארשיינליך נישט גיין צו די סטאדיוס. אבער וואס זעט מען דארטן? און וואס איז דער ציל פון דעם סטאדיו?
|
|
|
|
| נשלח ב-10/11/2005 03:23 |
|
| |
דארט ווייזען זיי גענוי ווי מען מאכט א פילם.
דער קול פון דעם שיס איז א דיזיטעל עפעקט. די באלעט, דער שאס בעצם ווי עס פליהט זעהט מען קיינמאל נישט, דער מענטש פאלט אנידער און ער איז טויט.
די אלע טויזענטער חלקים ווערען צוזאם געשטעלט אויפ'ן קאמפיוטער. מען דארף נישט קענען אזוי גיט פילמען, אפילו נישט א גיטער אקטיואר ווי זיין א גיטער קאמפיוטער דעזיינער און די ענינים.
מערסטענ'ס פילמ'ס וואס די זעהסט און א וואלד אדער א שיף אין וואסער זענען באמת אין די האליוואד געביידעס. קוק גיט אויף די הימלען וועסטו זעהן די וואלקענעס ריקען זיך זעלטען, רעגען און שניי אלעס איז היימיש געמאכט. אנדערש ווי פילמס פון די 60 און 80'ס וואס דאן איז נאך יא געווען לעבעדיגע עקשאן.
אלענספאלס, א גיטע מאווי איז נאך אלץ א גישמאק צו קוקען אין די פרייע צייט. אוי ווי נעמט מען אביסעל פרייע צייט.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/11/2005 03:28 |
|
| |
ברוך שכיוונתי, אזוי כ'האב אנגעהויבן דעם אשכול אז מען דארף קעענן אסך גרעפיקס און מאווי עדיטינג דאס צו קענען אהערשטעלן.
גישמאקער נארט זיך נישט
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2006 19:15 |
|
| |
אין וויזוי שטעכט מען מענטשן אזוי אזאש אז אסאך מאל זעהט מען עס קומט ארויס פון די צווייטע זייט פונעם קערפער?
|
|
|
|
| נשלח ב-23/2/2006 02:25 |
|
| |
מיר איז שווער א אנדערע זאך איך האב לעצטענס געזעהן צוויי פילמס וואס איין עקטאר האט געשפילט צוויי כאראקטערס למשל א צווילינג אדער צוויי ברודערס און באמת איז עס געווען איין עקטאר וואס האט געשפילט ביידע, ממילא ווען זיי זענען נישט אינאיינעם אויפן סקרין איז נישט קיין קשיא ווייל עס איז נישט געמאכט אין איין SHOT (מען מאכט נישט אלעס אין א רייע וויאזוי עס קומט נאר מען שטעלט עס נאכדעם צוזאמען פון אלע SHOTS און מען קען מאכן די צווייטע העלפט מעשה פאר די ערשטע) אבער ווען זיי זענען ביידע אויפאיינמאהל צוזאמען אויף די זעלבע מינוט און רעדן איינער צום צווייטען דאס איז שוין אינטערעסאנט וויאזוי מען מאכט עס, אויב דאס איז אויך נאר מיט גרעפיקס איז דאס זייער אינטערעסאנט.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-23/2/2006 02:53 |
|
| |
דזשאן;
איך האב אויך געזעהן אזאנס לעצטנס, עס הייסט "די איילענד" (גאנץ פיין פאר סיי\פיי ליבהאבער) מען קען ממש משוגע ווערן ווען די צוויי מענטשן שמועסן זיך אדורך, צומאל מאכן זיי נאך חוזק איינער פונעם צווייטן וויאזוי יענער רעדט.
|
|
|
|
|