| נשלח ב-29/9/2005 23:44 |
|
| |
וויאזוי זאגט מען עס און אידיש?
ווער עס קען זאל מיר ביטע איבערטייטשן אויף אידיש די ווארט unfortunately
איך ווייס ווי מען קען עס ניצן אבער איך וויל וויסן פינקטלוך וואס עס טייטשט
יישר כח פון פאראויס
|
|
|
|
| נשלח ב-29/9/2005 23:49 |
|
| |
לײדער
|
|
|
|
| נשלח ב-30/9/2005 00:17 |
|
| |
Webster טייטשט fortunate:
Lucky דאס הייסט מזל'דיג, גליק, גליקליך.
קומט אויס אז unfortunately טייטשט אומגליקליך.
כן נראה לענ"ד
תוקן על ידי - פעדעקס - 30/09/2005 0:16:08
|
|
|
|
| נשלח ב-30/9/2005 21:30 |
|
| |
פעדעקס, רעדסט שטותים
מען הערט אלעמאל וויאזוי רעדנערס (איך מיין נישט די אידישע) און פאליטישאנס זאגן "אנפארטשונעטלי איט וואס טו לעיט", "אנפארטשונעטלי הי וואסנט עיבל טו דזשאין אס טודעי," א.א.וו.
וויאזוי טייטשסטו דאס איבער?
"אומגליקליך, ס'איז שוין געווען צו שפעט"? אדער "אומגליקליך, ער האט זיך נישט געקענט באטייליגן דא היינט"?
די אמת'ע טייטש איז וואס dtrbky האט געענטפערט:
ליידער
תוקן על ידי - שמרק - 30/09/2005 21:32:44
|
|
|
|
| נשלח ב-30/9/2005 23:53 |
|
| |
ליידער (אדער בעוה"ר אין לשון קודש) איז די ריכטיגע פיגורעטיווע איבערטייטש פון UNFORTUNATELY אין אידיש, אבער אומגליקליך איז די פאקטישע איבערטייטש נאר אין יעדע שפראך דרוקט מען זיך אויס אנדערש אזוי ווי אויף לשון קודש זאגסטו בעוה"ר ווען דו ווילסט זאגן ליידער וואס איז זיכער נישט די זעלבע טייטש ווי ליידער אדער UNFORTUNATELY נאר די זעלבע באדייט.
CAPICE? (קאפיש אויף איטאליעניש...)
שלמה זלמן
|
|
|
|
| נשלח ב-1/10/2005 00:23 |
|
| |
דאס קומט פון די דייטשע דיקשאנערי, די איבערטייטשט פון Unfortunately:
;leider
unglückseligerweise
|
|
|
|
| נשלח ב-7/10/2005 16:01 |
|
| |
שלמה זלמן;
כ'מייןאז די זעלבע בחינה איז דא ביי FORTUNATELY, און לשון קודש זאגט מען ברוך השם, און אידיש זאגט מען בארעכהאשעמ.
================
וויאזוי זאגט מען 'ראלער' אין אידיש?
ווער ס'גייט ענטפערן א צופרידנשטעלנדע ענטפער, גייט באקומען אזא גרינע מענטשעלע.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/10/2005 16:07 |
|
| |
מעסט-שטעקעלע...
===
וויאזוי זאגט מען 'קעיר נעמען'?
מאמע: שרה'לע נעם 'קעיר' פון די בעיבי.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/10/2005 16:10 |
|
| |
פארוואס האסטו געלייגט דריי פינטעלעך, נעבן שטעקעלע?
|
|
|
|
| נשלח ב-7/10/2005 16:44 |
|
| |
לענ"ד טייטשט RULER דיין אדער פוסק.
פארוואס?
RULE איז טייטשט פסק. ווען דער דזשאדזש גיט ארויס דעם פסק דין רופט מען עס די רולינג. ממילא מיינט RULER פוסק.
בין איך נישט גערעכט?
|
|
|
|
| נשלח ב-7/10/2005 16:49 |
|
| |
ניין!!! די ביסט נישט גערעכט, ווייל איך האב געפרעגט וויאזוי מ'זאגט עס אין אידיש, נישט אין לשון קודש.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/10/2005 20:26 |
|
| |
מיין יונגעלע האט מיך פונקט געפרעגט יו"ט, "טאטי, וויזוי! זאגט מען "ווינדאו" אויף ענגליש?
|
|
|
|
| נשלח ב-7/10/2005 21:09 |
|
| |
די דריי פינטעלעך האב איך געלייגט ווייל איך ווייס ביי מיר אז דאס איז נישט די ריכטיגע ווארט. אבער איך האב דאך געמוזט 'עפעס' ענטפערן.
==
איך ווייס נישט וואו מיין תגובה פון 'קעיר' נעמען איז פארקורצט געווארן, איך האב דארט געשריבן א לאנגס און א ברייטס... לאמיר פרובירן איבערשרייבן:
די בעסטע ווארט פאר 'קעיר' נעמען אין אידיש וואלט געווען 'אכט' געבן: שרה'לע, געב אכט אויף די בעיבי (בעיבי אליין האט עכט נישט קיין ווארט אין אידיש).
אבער עס איז 'דאך' 'עפעס' אנדערש די ווארט 'קעיר-נעמען' ווי אכט געבן, ס'איז עפעס 'מער געזאגט'.
אויך;
וואס מיינט "TAKE CARE"? ווען איך לייג אראפ דעם טעלעפאן מיט מיין חבר זאגט ער מיר אזוי. וואס מיינט דאס? פון וועמען זאל איך קעיר נעמען? פון מיר? פון אים?
|
|
|
|
| נשלח ב-7/10/2005 21:43 |
|
| |
רולער אין אידיש איז א מעסטער. צו מעסטן מאסן.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/10/2005 22:15 |
|
| |
מעסטער מיינט ווען מעסט מיט דעם די לענג אדער ברייט פון א זאך, אבער 'רולער' ווערט אויך גענוצט צו מאכן גראדע ליניעס, וויאזוי ווערט עס דאן גערופן?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-14/10/2005 20:52 |
|
| |
ווייסט איינער וואי אזוי מען זאגט נחת אין ענגליש
|
|
|
|
|