בית פורומים היימישע קרעטשמע

זאכן וואס איך וויל וויסן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/10/2005 06:26 לינק ישיר 
זאכן וואס איך וויל וויסן

דא קען יעדער אריינשרייבן זיינע שוועריגקייטן און קשיות הן במילי דשמיא הן במילי דעלמא און די חשובע חברים וועלן פרובירן ענטפערן לפי היכולת ותשואות חן לנו ולהם.

איך וועל אנהייבן:

1) וואס איז פשט "מלא אסמינו שבע" ?

2) צו וואס נוצט דער "עמערזשענסי סטאפ ברעיק" אין א קאר?
אמער, אפילו ווען ס'יז אראפגעדרוקט ביז אונטן קען נאך אלץ דער קאר פארן.?

3) איז אמת אז דער מקור המנהג צו עסן "האניג קעיק" שמאמט פון א בעקער?

א גוטע וואך



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/10/2005 13:36 לינק ישיר 

מלא אסמינו שבע = פול אן אונזער אוצר (שפייכלער) מיט זעטיגקייט!

דער מנהג פון עסן האניג קעיק האבן מיר געזען ביי אונזערע עלטערן און אור-עלטערן, און דער רשב"א שרייבט אז מנהג נשים זקנות איז זייער הייליג און טייער ביי כלל ישראל!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-9/10/2005 23:43 לינק ישיר 

פארוואס שטייט דריי מאל אשמנו ביי סליחות, אויב מ'זאגט עס נאר איין מאל?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/10/2005 16:40 לינק ישיר 

פארוואס שטייט "שמע ישרא-ל" אין סידור, מן דעקט דאך צי די אייגעלאך?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/10/2005 17:28 לינק ישיר 

דריי מאל אשמנו שטייט ווייל לויט פארשידענע מנהגים זאגט מען עס. מיר פירן זיך ווי דער אר"י הקדוש און דערפאר זאגען מיר דאס נישט.

דאס זעלבע איז אמת ביי "והתקין מאורות משמח עולמו אשר ברא", וואס עס שטייט (איינגערינגלט) אין רוב סידורים, ווייל לויטן אריז"ל זאגט מען עס נישט.

אזוי איז דא נאך צענליגער ביישפילן דערויף.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-12/10/2005 17:45 לינק ישיר 

ווען זאגט דער ציבור שוכן עד ביז ובמקהלותת יו"ט, און דאס זעלבע הקל בתעצומות יו"ט און המלך יושב ימים נוראים?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/10/2005 02:23 לינק ישיר 

שטילערהייט צוזאמען מיטן בעל תפילה (אזוי שטייט אין מיין מחזור).



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-16/10/2005 05:05 לינק ישיר 

גישמאקער

לאמיך דיך הענטפערן.

1. אויף די הערשטע פראגע דיינע האט שוין קרעמער גענטפערט ריכטיג. האבער מ'קען דאס טייטשן אויך אנדערש אזוי :"פון נישט אויסצייכענען זיבן" אה? וואס זאגסטו גישמאקער? וועלכע טייטש געפעלט דיר בעסער?

2.איך מיין אז דו דארפסט נעמען דיין קאר אין גאראדז.(אפשר האב איך נישט פארשטאנען וואס דו פרעגסט)

3. נאר וואס?! אוודאי א בעקער! נאר ווער א קאצעוו? א שוסטער?



קענסט שרייען פון היינט ביז מארגן "חי_וקים", ס,וועט דיר גארנישט העלפן...!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/10/2005 05:24 לינק ישיר 

חי וקים

גוט גיהענטפערט!

און קודם כול, שלום א לייחעם!!....

קומט אריין, זעצט אייך, כאפט א דרינק, א שנאפס

ווי אלט איר מיט די סוכה?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/10/2005 23:08 לינק ישיר 

אויב איך געב מיך א שאקל אינמיטן דאווענען און דורכדעם האט אראפגעטראסקעט מיין שכן'ס אתרוג אינעם זילבערנעם 2 א האלב שטאקיגן האלטער בין איך מחיוב אים צו באצאלן? ווען ער שטעלט עס אריין אין שאנק געהעריג ווי א מענטש וואלט דאס דאך נישט פאסירט, מוז מען אלעס שטעלן אויפן טיש, לעבן די חוה"מ סידור, און דאס זענען די רעזולטאטן

אויב שוין יא באצאלן, וויפיל? $225 אדער 5 דאלער און זיבעציג צענט פאר א "הערליכען שיינעם חוה"מ אתרוג"?

אז איך צושטעך איינעם מיטן לולב, מיינט דאס נישט אז איך האב א חשבון מיט אים מרחם ומלידה, ס'איז פלעין א מיסטעק



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/10/2005 19:29 לינק ישיר 

יגר
אבער דאס וועל איך שוין וויסן ווען איך כאפ דאס יאר א שטעך ווער יגר סהדותא איז

תוקן על ידי - התאחדות - 17/10/2005 19:36:04



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/10/2005 14:58 לינק ישיר 

קרעמער;

די שרייבסט, דאס זעלבע איז אמת ביי "והתקין מאורות משמח עולמו אשר ברא", וואס עס שטייט (איינגערינגלט) אין רוב סידורים, ווייל לויטן אריז"ל זאגט מען עס נישט. ע"כ.

דעס איז מיר טאקע שווער, אשמנו שטייט אין ערגעץ נישט איינגערינגעלט, משא"כ והתקין מאורות שטייט און אסאך סידורים בכלל נישט, אדער איינגערינגלט. פארוואס?

אגב, און וועלכע מחזור דאווענסטו?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/10/2005 20:53 לינק ישיר 

כ'וויל וויסן צו מ'מעג רויכערען אין די גרויסע סוכה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/10/2005 02:55 לינק ישיר 

פנחס; (ווען גייט זיין דער שינוי השם?)

איך דאווען אין מחזור פלוני (קוק אין דיין תיבה אישית)



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-27/10/2005 17:29 לינק ישיר 

איך פיר מיך צו זאגן הקל בתעצומות ביז ובקרב קדושים תתהלל נאך פאר דער חזן הייבט אן הקל.

אין רוב סדורים שטייט פאר הקל "ביו"ט מנגן החזן (אדער מתחיל החזן) הקל בתעצומות". קוקט אויס פון דעם אז דער עולם ענדיגט גאנץ נשמת ביז ובקרב קדושים תתהלל, אין דער חזן הייבט אן ביי הקל און זינגט דאס איבער. און דאס זעלבע ביי המלך אין די ימים נוראים.
אזויווי טאקע ביי יוצר המאורות הייבט דער חזן אן ביי אור חדש (אדער והתקין מאורות די וואס זאגען עס יא) נאכדעם וואס דער ציבור האט שוין גענדיגט דעם גאנצן שטיקל.

אגב קרעמער,
איך בין אויך נייגעריג אין וועלעכע מחזור דו דאווענסט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/10/2005 17:39 לינק ישיר 

פעדעקס;

לכאורה טוהסטו זייער גלייך. (הלואי וואלט איך שוין געהאלטן דארט איידער דער חזן גרייכט אהין... געווענליך קום איך דארט אן ווען דער חזן זינגט שוין ק-ל אדון).

וואס זענט איר אלע פלוצלינג נייגעריג געווארן אין וועלכן מחזור איך דאווען? באלד וועט איר אנהויבן פרעגן וועלכן סארט הוט איך טראג (אויב בכלל)?

פרעג מיר אן אין אישית, אפשר, כולי האי ואולי, וועל איך דיר אויסזאגען דעם גרויסן סוד: אין וועלכן מחזור איך דאווען..



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > זאכן וואס איך וויל וויסן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext