| נשלח ב-11/10/2005 19:12 |
|
| |
לכבוד ערב יום כיפור: פיש איז געזונט!
א נייע שטודיע באשטימט דאס וואס מיר ווייסן שוין לאנג, אז דאס וואס אידישע קינדער עסן פיש איינמאל א וואך איז זייער געזונט, און קען צוגעבן יארן צום לעבן, און פרישקייט אין מח.
http://news.yahoo.com/s/nm/20051010/hl_nm/dementia_dc;_ylt=AqFScquvYIOKz4UaKDbquYGs0NUE;_ylu=X3oDMTA3ODdxdHBhBHNlYwM5NjQ-
ערב יום הקדוש איז א גרויסע ענין צו עסן פיש, ווי באקאנט די מעשה פון מדרש (ווערט צוגעברענגט אין טור) אז א ארימע שניידער האט זיך געלאזט קאסטן אסאך געלט צו קענען עסן פיש לכבוד ערב יום כיפור, און מען האט אים פון הימל באצאלט מיטן געפונען א בריליאנט אינעם פיש וואס פון דעם האט ער זיך געשפייזט זיין גאנץ לעבן!
א גוטען אפעטיט. און פארגעסט נישט אינזין צו האבן מקיים צו זיין די מצוה פון ועניתם את נפשותיכם בתשעה לחודש, כל האוכל ושותה בתשיעי מעלה עליו הכתוב כאילו התענה תשיעי ועשירי.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/10/2005 19:46 |
|
| |
ס'איז דא היינטיגע צייטן זייער אסאך מיני פיש.
וועלכע פון די איז געזונט?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-11/10/2005 19:58 |
|
| |
קוק דער בלאג. דאס איז א שיינער כל בו פון אלע פיש אינפארמאציע
www.fishoilblog.com
|
|
|
|
| נשלח ב-12/10/2005 08:48 |
|
| |
היינט, ערב יום הקדוש, דארף מען עסן וואס מער, ווי אין דגמרא שטייט: כאילו התענה וגו'. מע איז זיך נוהג עסן נישט נאר פיש, אויך האלעשקעס, (איך ווייס נישט ווי עס איז ביי אייך אנגערופן. ס'איז געמאלען פלייש מיט רייז איינגעוויקלט אין קרויט בלעטער. דאס מאכל איז מען זיך נוהג צו עסן דריי מאל אין יאר. ערב יום הקדוש, ווען מע שלאגט כפרות. פורים, ווען מע שלאגט המן'ען. און הושענה רבא, ווען מע שלאגט הושענות.)
לחיים טובים לשלום, פאר אייך אלע.
און ווידער לחיים!
עס זאל אונדז, דא אין קרעטשמע קיינמאל
נישט פעלן, וואס צו טרינקן און וואס צו קייען!
און לאמיר דאס אלע בשלום פארדייען!
ס'איז מיר אפילו, אויס געקומען א גראם.
א גמר חתימה טובה.
מאטעס
|
|
|
|
| נשלח ב-12/10/2005 12:51 |
|
| |
אמן ר' מאטעס.
האלעפטשעס ווערן זיי ביי אונז גערופן. אויך 'קרויט'.
א גוט יום טוב און א גרינגן תענית אלעמען.
קרעמער
|
|
|
|
| נשלח ב-12/10/2005 16:09 |
|
| |
לחיים ר' מאטעס. לחיים
מען האט שוין אנגעהויבען פאסטען און יענעם עק וועלט? אוי ווי איך וואלט געוואלט זיין אין ישראל אויף די הייליגע טעג און ימים טובים. קומענדיג יאר האפענטליך. בעגלא ובזמן קריב
|
|
|
|
| נשלח ב-12/10/2005 16:16 |
|
| |
דאס יאר האסטו דאך אפגעשיקט דעם באלעבאס דיינעם אויף אר"י, האפענטליך אויף איבערעס יאר זאלסטו זיין דיין אייגענע באלעבאס, וועסטו קענען פארן קיין ארה"ק און לאזן 'דיין' ארבעטער דיך אויספראקן אויף הייד פארק.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/10/2005 16:19 |
|
| |
נוסח מאטעס:
מאטעס, נעבעך, איך האב רחמנות אויף דיר
און אויף אלע דיינע חברים און פריינט
איר קענט שוין נישט עסן, געוואלד
ווען איר וואלט געווען אין אמעריקע
וואלט איר נאך געקענט אריינריקן
און עס וואלט געווען א מצות עשה דאורייתא
קרעמער
נ.ב. יא, יא, איך ווייס אז מוצאי יום הקדוש
וועל איך טרעפן דא א טשעפע אויף צוריק
אבער ווען איך וועל דאס קענען ליינען
וועל איך שוין האלטן נאך הבדלה און נאך די קאפע
איי, וועט איר פרעגן, מאטעס וועט דאך אויך נישט ליינען דאס בעפארן אויספאסטן? תיקו.
|
|
|
|
| נשלח ב-14/10/2005 19:24 |
|
| |
ס'האט מיר געזגט היינט איינער "צוויי זאכן וואלט איך היינט נויטיג געברויכט, וואס איך האב שוין לאנג נישט פארזוכט"
-אביסל רעגן אינדרויסן... און...חלה אין פיש
שפתים ישק!
|
|
|
|
| נשלח ב-14/10/2005 21:18 |
|
| |
הערשט יעצט - נאך צוויי דריי רעגנדיגע מעת לעת - כאפ איך זיך אז מאטעס האט גארנישט גערעדט פון 'קרויט'... לכאורה. ווייל דאס מאכל וואס ווערט געגעסן די דריי צייטן אין יאר וואס מען שלאגט (ערב יום הקדוש, פורים און הושענא רבא) איז 'קרעפלעך' און נישט 'האלעפטשעס'.
ער שרייבט טאקע אז מען וויקעלט דאס איין אין קרויט בלעטער, אבער ווי איך ווייס פון מיינע באבעס ציהט מען דאס אריין אין א דרייעקיג טייגל און מען לייגט דאס אין זופ אריין.
גוט שבת
|
|
|
|
| נשלח ב-15/10/2005 18:29 |
|
| |
א גוטע געזונטע וואך.
איר זענט גערעכט ר' קרעמער. טאקע 'קרעפלעך' און נישט
'האלעפשעס'.
כ'האב געמיינט צוזאגן קרעפלעך. ווייס דער רוח, פאר וואס
איז מיר ארויס 'האלעפשעס'.
זייט מוחל, זייט מוחל, זייט מוחל.
מאטעס.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/10/2005 03:15 |
|
| |
גוטע וואך ר' מאטעס
האסט געמאכט קאטאוועס
טשאלענט פון בלינצעס
קרעפלעך פון האלאפטשעס
קרעפלעך קומט מיט רייז
אזויווי קוגעל מיט אייז
און ציקער אויף אייער שפייז
אבער ביטע שעהן, זיי נישט בייז
|
|
|
|
| נשלח ב-16/10/2005 04:10 |
|
| |
.מען באדארף אכטינג געבן נישט צו טוישן און פארבייטן צואווישן די אידישע מאכלים למיניהם עס איז דא העטליכע נעמען און איך וועל געבן א ביסל צו פארשטיין פון וואס איז געמאכט יעדע מאכל און דער צייט ווען מען נאשט דאס.
OK. איז אזוי
1) "געפילטע פיש".
דאס איז א געקאכטס פון געמאלינע פיש.
מען העסט דאס יעדן מאל ווען מען וויל א גוטע אידישער מאכל. דאס העשט זיך זייער גוט מיט כריין.
2) "קניידאלעך".
כשמו כן הוא , געמאכט פון מצה-מעל מיט אייער.
דאס העסטזיך צוזאמען מיט די זופ.
3) "פראקעס".
דאס איז דער מאכל וואס ווערט הויבן דערמאנט מיטן נאמען האלעפשעס. גימאכט פון קרויט בלעטער באפילט מיט רייז די הינגערישע לייגן הויכט מיט די רייז אביסל גימאלענע פלייש .
דאס איז גיט צו העסן ווען מען וויל, ביי די הינגערישע איז מען מקפיד דאס צו העסן שמחת תורה.
4)"קרעפלעך"
דאס איז אן העקסטערע סארט טייג באפילט מיט געמאלענע פלייש. מען העסט דאס אזויווי די קניידלאך צוזאמען מיט די זופ.
אין פסוק שטייט געשריבן "ה.כ.ה. ת.כ.ה." דאס מיינט דער ר"ת פון: ה'מן כ'יפור ה'ושענות ת'אכל כ'רעפלאך ה'רבה.
כלומר אין דער צייט וואס אידן קלאפן איז די צייט פון העסן קרעפלאך צום ביי שפיל: פורים ווען מען קלאפט המן ביי די מגילה. הושענה רבא ווען מען קלאפט מיט די הושענות. און ערב יום כיפור ווען גאנץ כלל ישראל קלאפט על חטא.
וועגן צאנט און קיגל האב איך נישט ארום גערעט אזויווי עס איז יעצט מוצאי שבת וויל איך קודם הענדיגן פארדייען די עהסן און דערנאך וועט מען אפשר קענען זאך צוריק דערמאנען וועגן האט די שבת דיגע מאכלים.
האטס מיר א גוט געבנטש יאר.
קענסט שרייען פון היינט ביז מארגן "חי_וקים", ס,וועט דיר גארנישט העלפן...!!!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/10/2005 04:17 |
|
| |
דער סוד איז ארויסגערינען!!!
אויב מיין חוש הריח ארבעט, וועל איך זיין א נבואה זאגער (מיום שחרב בית המקדש איז דאך ניתנה נבואה לשוטים...) און זאגען אז...................................
דער בא'טעמ'טער שרייבער וואס באהאלט זיך אונטערן נאמען "חי-וקים" איז.................................
אונזער אלטער ידיד ר' נחום'ל איש גם-זו!!!
ווער עס וויל, קען מחולק זיין מיט מיר, אבער איך האב כמה רמזים און הוכחות!
|
|
|
|
| נשלח ב-16/10/2005 04:33 |
|
| |
קרעמער ווער איז דער הערווארטערנער גמזו מה טיבו ומה פועלו לאז מיך נאר וויסן צו דאס וואס דו ביסט זיך מדמה מיר מיט עהם בקרוינט עס מיר האדער גאר באגראבט עס מיר?
קענסט שרייען פון היינט ביז מארגן "חי_וקים", ס,וועט דיר גארנישט העלפן...!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-16/10/2005 05:33 |
|
| |
אויף דער רגע איז מיר אויך בייגעפאלן דאס זעלבע אז חי וקים איז מיין באליבטער גם זו,
אבער נאכער האב איך מיר געטראכט אזוי, פאר וואס זעען אויס א לע שחורים די זעלבע?
ממילא קען מען נישט וויסן .
ס'קען האבער זיין אס יא...
קרעמער :
דאס אז מען עסט נישט קרואויט ערב יו"כ נאר קרעפלאך, האב איך זיך דערמאנט ערב יו"כ ביים טועם זיין פון די קרעפלאך טאקע. אבער איך האב נישט אויספיעט אריינשרייבן דא אין אשכול.
אדאנק
|
|
|
|
|