בית פורומים היימישע קרעטשמע

העפטיגע הכנות: ערשטע סוכות אין קרעטשמע

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/10/2005 17:29 לינק ישיר 
העפטיגע הכנות: ערשטע סוכות אין קרעטשמע

די וועד הנהלה זיצט יעצט איבערגעבויגן איבער די לעצטע דעטאלן פון די גרויסצוגיגע פלענער וואס אנבאלאנגט די אומפאזאנטע יום טוב סוכות וואס ווערט ערווארטעט ביי אונז אין די קרעטשמע.

טויזנטער געסט פון אלע עקן וועלט האבן זיך שוין געמאלדן, מען וועט אי"ה צושטעלן א'כילה ש'תיה ל'ינה פאר אלעמען, ווי דער שטייגער איז ביי אונז די גאנצע קיילעכיגע יאהר.

ווער עס וויל מנדב זיין א סעודה לכבוד אן אושפיזין אדער לעילוי נשמת אן אלטע ניק, קען זיך מעלדן צום 'קרעטשמער'.

די הויכפונקט וועט מסתמא זיין ביי די אושפיזין פונעם דיין וואס געפאלט אויס היי יאהר פונקט חול המועד, דער עולם וועט זיך משמח זיין מיט אלטע וויין און פרישע געבעקס, צוגעשטעלט דורך די דיין'טע.

הונגערט אייך אויס. פרטים יבואו.



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-14/10/2005 20:29 לינק ישיר 

הו!!!, קוים געענדיגט אויפשטעלן די גרויסע סוכה אינדערויסן, איך זאג אייך, ווי איר קענט אליין זען, ממש א יופי, כעין תדירו ממש, קיינער וועט אפילו נישט כאפן אז מען זיצט נישט אין קרעטשמע אליין נאר אין די סוכה, אלע טישן און בענק האט מען ארויסגעשלעפט, דעם קאונטער מיט די הויכע בענקלעך פאר די קרעטשמער (חוץ נפחא'ס בענקל, איך ווייס נישט פארוואס אבער נאך אלץ עקל איך זיך עס אנצוכאפן...), און די משקה פעסלעך זעלבס פארשטייט זיך אויך.

נו, קומט אידן לאמיר מאכן א גוטן לחיים!

ושמחת בחגיך!!!!, והיית אך שמח!!!!, אך אך שמהייאח!!!!!,

אהוי!!!!!!

ושמחת בחגיך!!!!, והיית אך שמח!!!!, אך אך שמהייאח!!!!!,

אך אך שמהייאח!!!!!, אך אך שמהייאח!!!!!

נאכאמאל!!... אך אך שמהייאח!!!!!, אך אך שמהייאח!!!!!






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/10/2005 22:37 לינק ישיר 

יענטאאש;

גרייט דיך צו א לוי' דרשה פאר דיין ראש הקהל'שאפט.


די טשעפעסט דיך צופיל מיט מיר לעצטענס.

סא! בעטער וואטש אוט. ראה הוזהרתיך!

תוקן על ידי - nafcha - 14/10/2005 22:38:17



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/10/2005 22:51 לינק ישיר 

כא!! כא!! כא!! כא!! כא!! כא!! כא!! כא!! כא!! כא!! כא!! כא!! כא!! כא!! כא!! כא!! כא!! כא!! כא!! כא!! כא!! כא!! כא!! כא!!............יוי!!!!!!!!........ כאאאאאאא!!!!!!!........

יוי.... אלע שכינים קומען זיך שוין צו לויפן פון מיין געלעכטער!!!....... אבער איך קען זיך נישט איינהאלטן......... כא!! כא!! כא!! כא!! כאאאאאאא!!!!!!!........

קוקטס נאר אן!.... ער סטראשעט מיך............ כאאאאאאא!!!!!!!........

דו קענסט קיין סאך דא נישט טוישן, איך בלייב 'ראשאקאהעל' און די בלייבסט 'נפחא'..... אקעי!..... געפעלט דיר יא צו געפעלט דיר נישט.....




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/10/2005 03:06 לינק ישיר 

יענטאאש;

אלץ גוטער חבר, וואלט איך דיר געראטן זאלסט זיך נישט רייצן מיט פנחס'ל (נפחא), ווייל למעשה זיצט ער יעצט אויף די וועד הנהלה פון די קרעטשמע און ס'איז בידו צו חוסם זיין שרייבער, כחומר ביד היוצר כן יענטאאש ביד נפחא, סא... וואטש אוט.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-16/10/2005 13:18 לינק ישיר 

איך וועל זיך ליידער, נישט קענען באטייליקן מיט
אייך פערזענלעך. א שאד.

אבער, ווי באלד, פטור בלא כלום אי אפשר. וועל
איך זיך באמיען אפשיקען פאר אייך אלע, א גרויסן
שמעקעדיקן רעטעך-קיגל. ממש צו באלעקען די פינגער.

מאטעס.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/10/2005 22:38 לינק ישיר 

קרעמער;

ס'קען זיין אז דו ביזט גערעכט, און איך בין א אויבער-יענטאאש, אבער איך קען זיך נישט העלפן, ביזדערווייל האב איך נאך אלץ 'נפחא' דארט ווי איך האב אלע נפחא'ס....

נ.ב.: למען השלום האב איך גראדע שוין איבערגעבעטן נפחא'ן אין אן אנדערן אשכול.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/10/2005 03:46 לינק ישיר 

קרעמער;

אזוי דארף צו זיין, ווייל "תעלא בעידניה סגיד ליה."



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/10/2005 05:16 לינק ישיר 

כ'ווייס נישט צו הדר אויף א אתרוג איז א מצוה, אדער נאר א הידור מצוה, אבער איך האב קיינמאל קיין שטארק דגוש נישט געלייגט דערויף, ס'האט מיר נישט געשטערט א פשוטע אתרוג,

דעיס יאר האט מיך גאט באשטראפט מיט א אתרוג וואס קוקט אויס ווי מיין פאריעריגע אתרוג חמשה עשר בשבט.
כ'האב עס אזוי באקומען פון מורי חמי שליט"א ער האט שוין אפי' געפרעגט דעם דיין צו ס'איז כשר. כ'ווייס נישט צו ער האט געזיכט א רויטע אדער שווארצע פלעק, אבער ויצא הפסק "כשר"

ווייטער ביים אויפשטעלן די סוכה האט זיך די שטן אויך אריינגעשטעלט, נו! יעדע גוטע זאך קומטעך אן שווער, כ'האב מיך אליין געפלאגט, און כ'האב געכאפט ספלינטערס און באבאס אלל אויווער , און די סוכה איז צאמגעפאלן נאך אלע מעשיות, די סכך איז געפלויגן אין די ליפט פאר אפאר שעה,ווען איך ווייס ווען פריער זעץ איך מיך ארויף דערויף.

איך האב געטון מיינס, יעצט ווער ס'האט עס צאמגעווארפען זאל עס מוחל זיין צוריק אויפשטעלן. אז נישט עס איך אין די גרויסע קרעטשמע-סוכה אלע סעודות דעיס יאר.

גוט יו"ט




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/10/2005 05:54 לינק ישיר 

ס'קוקט אויס ווי דו האסט מזל ווי די טיעם נאך וועמען דו רופסט זיך...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-17/10/2005 15:31 לינק ישיר 

יענקי;

די האסט דעס געגאנבעט פון שמעלקעלע, אדער ער האט עס גענומען פון דיר...???



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/10/2005 15:43 לינק ישיר 

פנחס;

שמעלקע WHO?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-17/10/2005 16:44 לינק ישיר 

קרעמער וואס האט פנחס מיט נפחא



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/10/2005 17:54 לינק ישיר 

פנח'ס האט דריי אותיות פון נפח'א. און אזוי ווי איך וויל אים נישט רופן ביים שם גנאי, רוף איך אים פנחס.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-17/10/2005 18:42 לינק ישיר 

אבער ס'גייט אריין אין די שאלה פון המכנה שם לחבירו



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/10/2005 18:58 לינק ישיר 

ס'נישט קיין מכנה
ס'נישט קיין שם
ס'נישט קיין חבירו

אגב, איך זעה אז ביי דיר 'התאחדות' מאנגעלט נישט די 'צייט' ארטיקל, וואס טוט זיך מיט די 'קעש' ארטיקל? האסטו איבריג? קענסטו מיר קעשן עטליכע טשעקס?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > העפטיגע הכנות: ערשטע סוכות אין קרעטשמע
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 5 לדף הבא סך הכל 5 דפים.

bholext