בית פורומים היימישע קרעטשמע

הילף: קורות הדורות

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/10/2005 21:23 לינק ישיר 
הילף: קורות הדורות

רבותי! מיין יוכ"פ איז אדורך מיט פליענדיגע קאלירס.

כ'האב געזוכט מיט וואס צו פארליינען די איבעריגע צייט ווען די בעל תפלה גארגעלט זיך. נו גיי ברענג א "פארטשען" מאגאזין אין ביהמ"ד (זינט פארגאנגענעם חודש, ווען זיי האבן אנגעהויבן ערשיינען יעדע צוויי וואכן, קען איך קוים אניאגן צו ליינען) אדער אפי' א "רידערס דייזשעסט". כאטש דאן, וואלטן מיינע נייע שכנים פון די צוויי זייטן איינגעזיצן, אנשטאט זיך אונטערהייבן יעדע פאר מינוט צו זעהן ווער עס גייט צו פותחין הארון.

האב איך מיר פארשאפט א אידישע היסטאריע בוך, געשריבן אויף לשה"ק\היברו, און איך האב גארנישט באמערקט ווי די זייגער ריקט זיך אזוי שנעל! פאר מיינע שכנים האט זיך גענצליך נישט געגלוסט אריינצוקוקן אין די "ספרים" וואס דער איד איז אזוי פארטיפט.


ליינענדיג, האב איך געזעהן ווי דער שרייבער שטעלט אראפ א באגריף אין היסטורי, אז 1970 (ה'תשל"ג) ווערט באצייכענט אלס דער אנהייב פון די תשובה באוועגונג. ער איז דאס מדמה צו ה'תק"כ, ווען חסידות איז געבוירען געווארן.

מיר, איז דאס געווען א געוואלדיגע חידוש.

אפשר קען מיר איינער געבען מער "אינסייט". וואספארא באוועגונג מיינט מען דא? איך בין פשוט אומוויסענד.



***


מוצאי יו"כ, א פרייליכע מאמענט אויפן אידישע קאלענדאר.

איך האב געגעסן די סעודה ביים שווער.

מיין שווער שעפט נחת ביי אזוינע צוזאמקומען. בניך כשתלי זיתים סביב לשלחנך.

ביים אהיימגיין, ווען איך בין שוין געווען א בלאק פאראויס, און די קונדער לויפן ביזן נעקסטן "קראסינג פאונט", רוימט מיר מיין ווייב אריין אין אויער: פון די גערוך אין דייניג רום האט זיך געשפירט ווי דער עולם האט זיך נישט געזייפט א מעת לעת.

גיי זיי איר מסביר תוספות יו"ט יוכ"פ איז א דאורייתא.


האטס מיר א גוט שבת.

תוקן על ידי - average - 14/10/2005 21:25:22



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/10/2005 21:32 לינק ישיר 

טערסאנט. ווייל מיין גאנצע טיש האט זיך באשעפטיגט מיט תהלים זאגען (איך האב די ערשטע געענדיגט!).

זעהט אויס אז עס פעלט אויס אין תשס"ו נאך א תשובה באוועגונג.




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-14/10/2005 22:57 לינק ישיר 

א גיטען ר' עברעדזש
איך טוה דאס זעלבע ביי די לאנגע מוסף'ס ימים נוראים, איך ברענג נישט א באשעוויס נאוועל. אבער איך מאך זיכער צו האבען עפעס א ציעהנדע ספר'ל. דאס יאר האב איך דורך געלייענט דעם ספר פון ר' יחזקאלע מערץ'ן, זיין תולדות. פון די באשרייבונג זעהט אויס אז ער איז געווען א שטיקעל ל"ו צדיק. זאל זיין זכות ביישטיין.

תשל"ג איז נישט געווען 1970 דו"ק טשעק איט אויט
אפשר זאגט די מיר וויאזוי דער ספר הייסט?
א דאנק



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/10/2005 03:11 לינק ישיר 

גוטע וואך אידן

מיטלמעסיג (עוורעדזש);

איך פארשטיי נישט דיין רעבעצין (כאילו אנדערע רעבעצין'ס פארשטיי איך יא...). ערב יום הכיפורים איז דאך א גרויסע ענין זיך צו טובל'ן (מען שלעפט אפילו אין באד אריין די אלטע לייט פון אשל אברהם וואס זעהן נישט די גאס ווילאנג די יאר איז), און דאס איז פון די איינציגע טעג אין יאר וואס מען איז מקפיד זיך צו רייבן און קראצן (צוליב חציצה), מען זאגט אפילו אז דאס איז געווען פון די צוויי מאל אין יאר וואס אפילו די פרומסטע אידן זייפן זיך, אלזא איז מיר שווער פארוואס עס האט געשמעקט ביי דיין שווער אין שטוב כאילו מען האט זיך נישט געזייפט "איין טאג", כ'מיין... פליעז.

נאטורליך;

ווער איז ר' יחזקאל'ע מערץ?

דזשאסט קידינג



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > הילף: קורות הדורות
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext