| נשלח ב-30/10/2005 03:21 |
|
| |
ווען האט זיך עס אנגעהויבן ??
לערנענדיג די סדרה פון בריאת העולם איז מיר אויפגעקומען די אינטערעסאנטע קשיא;
ווען האט זיך אנגעהויבן די קאלירטע האר ביי מענטשן?
עס איז צום אננעמען אז שווארצע האר איז געווען ביים אנהייב בריאה, און דאס האבן רוב מענעשן פון די וועלט אקלימום. אבער ווען האט זיך אנגעהויבן רויט בלאנד ברוין אראנזש געל אא"וו ?
כמובן, מיר גלייבן אלע אין יחוד הבורא און אין חידוש העולם, און קיינער זאל נישט שרייבן לויט די פאלשע אפיקורסישע שיטות.
א גוטע וואך
|
|
|
|
| נשלח ב-30/10/2005 03:25 |
|
| |
עשיו האט דאך געהאט רויטע האר
|
|
|
|
| נשלח ב-30/10/2005 05:56 |
|
| |
פארוואס האסטו -מלוה מלכה- אנגענומען אז די וועלט האט זיך אנגעהויבן מיט שווארצע האר? שטעלסט אראפ אן הנחה און דאן פרעגסטו קשיות? לאמיר זאגען אז אלע סארט קאלירן שטאמען פון בריאת העולם!
זעה אין תרגום יונתן (בראשית ב', ז') אז השי"ת האט באשאפן אדם הראשון מיט דריי קאלירן: שווארץ, רויט, און ווייס. (קען זיין אז מען רעדט נישט דארט פון די האר, נאר פון זיין גוף, צב"ש די אויגן און די ליפן וכדומה).
אויך איז באקאנט (?) אז דוד המלך איז געווען א רויטער!
און דאס איז אויסער וואס אונזער פריינט ר' נאטורליך האט שוין באמערקט פון עשו וואס איז געווען אן אדמוני!
|
|
|
|
| נשלח ב-30/10/2005 06:02 |
|
| |
אדמוני שטייט ביי עשיו און ביי דוד המלך,
אבער ווער זאגט עס מיינט רויטע האר? אפשר מיינט עס די קאליר פון די הויט, ?
דער ר"ר אלימלך זי,ע האט געהאט רויטע האר ווי באקאנט
|
|
|
|
|
| נשלח ב-30/10/2005 06:29 |
|
| |
יגעת ומצאת תאמין:
איך האב יעצט געמאכט א זוכעניש מיט תקליטור תורני, און געפונען א קלארע מקור אז עשו האט געהאט רויטע האר
עס שטייט אין ספר הקדוש עץ חיים (שער מ"ח פרק ג') וז"ל: וכל השערות כו' הם בעשו כו' וגם שהם סומקין כוורדא כו' עכ"ל עיין שם.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/10/2005 20:12 |
|
| |
רבי נחמן מברסלב האט אויך געהאט רויטע האר.
מ.ב.קרעמער איצט ווייס איך שוין פון וואו עס נעמט זיך דיין בקיאות אין ש"ס
|
|
|
|
| נשלח ב-30/10/2005 20:23 |
|
| |
איך ווייס אז דו ביסט געווען אין אומאן, אבער איך האב נישט געוואוסט אז מען קען דארט זעהן ר' נחמן זצ"ל
לקיים מה שנאמר: א טשעפע פאר א טשעפע
|
|
|
|
| נשלח ב-30/10/2005 20:42 |
|
| |
נאו מ'ען נישט זעהן אבער דאס איז אזא קבלה אין ברסלב.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/10/2005 20:50 |
|
| |
אהא.
און דאס אז אלע מלמדים זאגען אז עשו איז געווען א רויט האריגער איז נישט גענוג א קבלה?
|
|
|
|
| נשלח ב-30/10/2005 21:19 |
|
| |
די גאנצע מעשה פון עשו איז א קבלה, משה קיבל תורה מסיני ומסרה וכו' וכו' ביז אונז דא אין היידפארק
|
|
|
|
| נשלח ב-30/10/2005 21:49 |
|
| |
דער מקור פון עץ חיים איז נישט גענוג פאר התאחדות?
|
|
|
|
| נשלח ב-30/10/2005 22:13 |
|
| |
מ.ב.קרמר
אָפּס לא הבנתי התגובה
|
|
|
|
| נשלח ב-31/10/2005 03:25 |
|
| |
אני הבנתי ועוד איך !
קרעמער; שכוייח על הבאת המקור, ויצו ה' אתך את הברכה.
|
|
|
|
| נשלח ב-31/10/2005 20:29 |
|
| |
גישמאקער אולי תסביר לי דיבוריו של מ.ב.קרעמער
|
|
|
|
| נשלח ב-31/10/2005 21:31 |
|
| |
התאחדות;
אני אבאר את דבריי. לעיל הבאתי מספר "עץ חיים" שמפורש יוצא מדבריו הקדושים שהאדמומית של עשו היו בשערותיו עיי"ש.
הבנת?
|
|
|
|
| נשלח ב-31/10/2005 21:41 |
|
| |
מ.ב. קרעמער
לא הבנתי דבריי
איך האב מסביר געווען אז אלץ איז א קבלה אפילו דער עץ חיים, חוץ מזה איך האב געוואלט פון געשמאקער א תירוץ, איך ווייס אז דו פארשטייסט וואס דו רעדסט
|
|
|
|
|