| נשלח ב-4/11/2005 16:31 |
|
| |
פרייטאג נאכמיטאג ביי חיים חייקל אין דארף
ס'פרייטאג נאכמיטאג אלעס ווער פלוצים שטיל, דער גאנצער דארפ'ס-פארקער אפגעשטעלט, פערד לויפן אין זייערע שטאלן, דער האנדל אין די דערפער און אין די גאסן ווערן שטיל. אידן איילן אין מקוה מיט א ריין העמד אונטערן ארעם און מיט די קינדער ביי די הענט.
דער גאנצער האריזאנט איז שבת'דיג. אלע גוים-פויערן ווייסן, אז... ס'קומט דער שבת...
שבת אין דארף, שבת אין פעלד, שבת אויף די בערג, שבת אין די קרעטשמע
א גוט שבת
|
|
|
|
| נשלח ב-4/11/2005 17:15 |
|
| |
חיים חיקל נעמט א אלט צוריסענעם אנצוג אוו וויקעלט אריין זיינע שבת'דיגע וועש, א ווייס העמד וואס די שפחה האט אויסגעוואשען ביים טייך לכבוד שבת. ווייסע זאקען מיט א טאשען טיכעל, די פארדזשאוועטע נעגעל שניידער מיט א שטיקעל זייף.
די פיר קליינע ביי די רעכטע זייט, די צוויי איידימער ביי די לינקע זייט און מ'גייט און באד אריין.
דער קליינער אברהמעלע וויל זאגען א תורה און דער טאטע זאגט. וועסט עס זאגען ביינאכט ביים טיש נישט יעצט.
דער איידעם פרובירט פארציילען וועגען א געשעפט וואס איז אינטער געקומען, א חבר און נירבאטור טראגט אים אן א וואגען מיט סחורה און...
מען איז שוין אין מקוה, גיט מען רעדען נאך שבת. לאמיר זעהן וואס טוט זיך דא. ווי איז יאנקעלע? ווייטער געלאפען פאראויס?
חיים חיקל ענדיג די מעשה כ'האב נישט קיין צייט.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-4/11/2005 17:27 |
|
| |
כאטש וואס חיים חייקל האט שוין געגריסט א גוט שבת פאר די קרעטשמע, וועט ער צוריק אריין קומען לכבוד דעם חשוב'ן 'נאטורליכ'ן' גאסט, וואס איז נארוואס פארביי די קרעטשמע...
חיים חייקל האט איינגעוויקלט אין זיינע שבת'דיגע וועש נישט סתם א אלט צוריסענעם אנצוג... נאר א זשיפעצע און א רעזשוואלקע, מיט א אלטע צעריסענע, פארלאטעטע, אפגעקראכענע, קאפטען מיטן גארטל.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/11/2005 17:43 |
|
| |
אהה מיר האבען גרויס הנאה צו הערען אז חיים חיקל איז פון די קרואי מועד ביי אונז אין קרעטשמע, און דער וואכען ווען ער קומט באזיכען איז ער אנגעטון וואסער-טרעגער קליידער. קען מען נישט אזוי זעהן דאס רבנישקייט
נישט קיין סאך פון אונז קענען ערלויבען די שמונה בגדים היינטיגע צייטען.
גייט ער מיט א זילבערנעם שטעקען? אדער מיט א שירעם
|
|
|
|
| נשלח ב-7/11/2005 04:03 |
|
| |
ער האט א באזונדערן שטעקן וואס ער נוצט נאר ווען ער געפונט זיך אין שטאט אויף שבת, אזוי באנוצט ער זיך מיט זיין באליבטן שירעם
|
|
|
|
|