בית פורומים היימישע קרעטשמע

זונטאג - אויך מיר א טאג

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/11/2005 17:50 לינק ישיר 
זונטאג - אויך מיר א טאג

ווי איך גיי, הער איך כסדר זיך מתמרמר זיין אויף דעם זונטאג.

ס'איז אזוי אנגענומען אז זונטאג איז א שווערע, יבש'דיגע, אנגעזעצטע, זויערע, פארקנייטשטע, צוקוועטשטע, באבאלאזענע טאג.

דו איינציגסטע גוטע מליצה אויפ'ן זונטאג, האב איך היינט אונדערפרי געהערט פון א קלוגען איד, וזל"ק: "נאך א מזל ס'איז דא אזא טאג ווי זונטאג, ווען נישט וואלט דאך מאנטאג אויסגעקוקט ווי זונטאג" ודפח"ח

נו, שטעלט אייך שוין פאר 'זונטאג ווען ס'רעגנט'! ווי האט יענער געזאגט "ס'איז א בחינה פון א מאנגאליאן ל"ע וואס כאפט א סטראוק ה"י "

דער אייבירשטער זאל האלטן דו רעכטע האנט, פלעגט מיין באבע זאגן אזא טאג.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/11/2005 20:58 לינק ישיר 

מפוקל,

מה היום מיומים?

וואס האסטו זיך היינט דערמאנט פון די אנגעזעצטע זונטאגס?

און ווי קומט אריין רעגן ווען די זון שיינט אינדרויסען?

אגב, דערמאן איך מיך יעצט פון חדר, אוי האט מען געקרעכצט זונטאג, ס'קומט א נייע סדרה, א נייע שיעור גמרא. און אסאך מאל האט מען נאך פארהערט די פאריגע וואכעדיגע חומש-רש"י. ווער האט כח דערצו?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/11/2005 21:03 לינק ישיר 

איך ווייס נישט אין וועלכען דארף דו פארברענגסט דיין טאג, אבער באמיר איז דער הימל העכערן קאפ פיין קלאר און א שיינע זון שיינט אראפ פון דארטן, און מען זעהט שוין די אידן מיט די אידענעס קומען ארויס צוגיין צום מארק אייינקויפן אביסל פון די טישלעך וואס אלע פּויערן האבן צוזאמען געשלעפט די שאר ירקות פון זייער פארדזשאווערטע כאטקעס און קומען מאכן אפאר גראשן אויף די אידן'ס חשבון,

אט הערט מען שוין פון דערווייטנס קומען צוגיין חיים חייקל דער וואסער טרעגער מיט די בלעכענע קאַנעס אויפן אקסעל, ווען הונטער זיך לאזט ער א אויסגעטרעטענעם וועג פון ביידע זייטן אנגעזייט מיט טראפן וואסער וואס טריפן געמיטלעך אראפ פון די צולעכערטע - שוין אמאל געזעהן בעסערע צייטן - קאַנעס , און באלד איז שוין חיים חייקל דא און ער מארשירט זיך אריבער דעם מארק פלאץ מיטן געבויגענעם רוקן באגריסענדיג יעדן מיט א ברייטן שמייכל -ווי צו זאגן איך גיי טאקע מיט א געבויגענעם רוקן אבער יעדער פון אייך דארף אנקומען צו מיר פארן ביסל צו באנעצן די ליפן און זיך אויפ-פרישן דאס פנים- און מארשירט אזוי מיט פארזיכערטע טריט צום פאראויסגעזעהנעם ציהל ווי ער גייט יעדן טאג אזא צייט, דאס איז דאך אונזער באליבטע קרעטשמע און זיך דערכאפן דאס הארץ מיט אביסל זעקסאוניינציגער,

פון דער אנדערע זייט דערפל זעהט מען שוין ווי נחמן נטע קומט צופארן מיטן וואגן אנגעפילט מיט געהאקטע שטיקער האלץ גרייט אז אלע דארפס לייט זאלן זיך קענען אנגרייטן פארן קומענדיגן ווינטער וואס קלאפט שוין אט אט אויפן שוועל, אזוי פארענדיג אויפן וואגן ברומט ער זיך אונטער א תנועה'לע אויף ממקומך -איי טראכט ער (און דמיונ'ט ער) באזיך, ווען דער גבאי אין שניידער שוהל וואלט איהם נאר איינמאהל צוגעשיקט צום ברעטל און דער עולם וואלט געהערט זיין (דיקע אומאויסגעארבעטע) שטימע וואלט זיך דער עולם אזאנס באלעקט די פינגער אזש מען וואלט צוגאנגען פאר מתיקות אשאד נאר אז דער גבאי פארשטייט נישט צו זיין שטימע- אזוי פארט ער זיך געמיטלעך צום מארק ווען די רעדער גרידזשען און גרילצען אז מען קען מיינען אט אט פאלן זיי אראפ און לאזן דעם גאנצן וואגן מיט האלץ מיט נחמן נטע'ן אינאיינעם אוף דר'ערד ווי תשעה באב פארמיטאג,

נאר ווי נחמן נטע זאגט כסדר אז דער וואגן וועט איהם נישט איבערלאזן נאכן באדינען אזוי ערליך א צירקע צוויי און צוואנציג יאהר, פון א יאהר נאך די שנה ראשונה ווען דאס ווייב פייגא האט איהם אנגעהויבן מוטשענען אז אט אט דארף מען שוין אנהייבן צו פיטערען נאך אפאר מיילעכלעך און מען דארף זיך דערלערנען אויף עפעס א שטיקל עסק צו מאכן אפאר גרייצער אין די זייט, דאן נאך עטליכע הפצרות און בעטערייען און אויך עטליכע רמזים פון זיין שווער ר' איציק דער מילכיגער זאל רוען אין לעכטיגן גן עדן, האט ער גענומען דאס בינטל אפגעשפארטע מטבעות פונעם באהעלטעניש און ארויסגעגאנגען צום מעקלער ר' תנחום זעהן צו ער ווייסט איינער וואס וויל פארקויפן א וואגן, טראכטענדיג אז אזוי ווי ממש די לעצטע איז דער אלטער מאָדכע יאסעל דער האלץ האקער זייער שוואך געווארן און ער קען שוין כמעט נישט ארויס פון שטוב דעריבער האט ער געטראכט אז דאס קען זיין א גוטער אנהייב פאך פאר איהם, און דוכרעדענדיג מיט זיין נאנטען ידיד חיים חייקל -דער שפעטערדיגער וואסער טרעגער און איצט נאך אויף קעסט ביי זיין שווער ר' מיכל דער לעדער סוחר- וואס האט צוגעשטימט און און איהם אויך צוגערעדט צו די האלץ האקעריי, און אזוי האט זיך אנגעהויבן זיין קאריערע אלץ דער אלעמען באקאנטער נחמן נטע דער האלץ האקער.




----- אזוי ווי מען קען נישט אראפלייגן אויף איין פוס אלעס וואס קומט פאר ביי אונז אין דערפל ואינו דומה שמיעה לראיה און נאך דערצו אז איך וויל אויך נאך גיין יעצט אריינכאפן אביסל יי"ש אין קרעטשמע און דערנאך ארלעדיגן עטליכע געשעפטן, וועל איך מוזען לאזן יעדן איינעם זאל אליין ארויסקומען אויפן מארק און כאפן א בליק וואס דרייט זיך דא אלס ארום אינעם זונטאגדיגן טאג,

על כל פנים זעה איך נישט עס זאל זיין היינט דער זונטאג אזוי פארזויערט און באבלאזן אומזינסט רעדסטו זיך אפ, נאר איך בין דיך דן לכף זכות אז דו ביזט נאכנישט אריינגעקומען היינט כאפן א גלעזל שנאפס דעריבער איז אלעס אזוי פארטריקענט און פארכמארעט, ממילא פויל דיך נישט און קום שוין אריין און מאך א לחיים אפשר אפילו א שטיקל טענצל דאן וועט שוין זיין אלעס ווי עס ברויך צו זיין.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-6/11/2005 21:34 לינק ישיר 

איך האב געמיינט אז איך וועל האבן געדולד אדורכצוליינען די לאנגע תגובבה אפשר מאנטאג



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/11/2005 22:56 לינק ישיר 

ביי אינז אין שטאט איז די היינטיגע זינטיג גארנישט אזוי זויער. ס'איז גאנץ זיס. מיר שטייען אלע ביי די פענסטערס אדער אויף די געסלעך און מיר קוקן זיך צו ווי טויזענטע לויפן דורך די גאסן אין די אזוי-געריפענע מאריטען.

ביי די קארנער זעה איך ווי מ'טיילט משקה. און דער עולם איז זיך ממש מחי'. די קנאה האט זיך ביי מיר אנגעצינדן. די אויגן מיינע האבן אנגעהויבן טאנצן פון זיך אליין. מיט דמיונות האב איך שוין גע'חלום'ט אז כ'האב דערווישט צוויי גלעזלעך. איינס טרינק איך אליין אין די צווייטע טראג איך אין קרעטשמע אריין.

אבער אין ריעל לייפ בין איך נאך ווייט פון דעם. וויאזוי מאך איך דאס?

איך לויפ אהיים צוריק. לייג די טלית-ותפילין אוועק און טוה מיין היט און רעקל אויס. פון צווישן די אוועק'געפאקטע שווים זאכן שלעפ איך ארויס מיין הויזן. מיט א טי-שערט. א קעפ טוה איך אן צו באהאלטן מיינע פיאות. און איך נעם מיך לויפן... נאך צוויי גאסן שטעל איך מיך ענדליך אפ און איך בעט א גלעזעל. איך מאך א הויעכע ברכה... און... און... נישט מער נישט ווייניגער... ס'איז פלעין וואסער...

פארדעים האב איך זיך מוסר נפש געווען? זייט ווען טיילט מען וואסער? און וואס פרייט מען זיך אזוי פאר א גלעזעל וואסער? גויאישע קעפ!

א אויסגעשעפטער בין איך געלאפן ווייטער ביז אין קרעשטמע אריין מיך צו דערקוויקן מיט די ריכטיגע משקה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/11/2005 02:27 לינק ישיר 

לחיים מפוקל לחיים

לחיים בן הרחמן לחיים

לחיים יענקיס לחיים

==

התאחדות;

קיינער איז נישט נייגעריג צי וויסן פונקטליך וואס דיינע פלענער זענען געווען, און וואס עס האט זיך אויסגעלאזט פון זיי... במחילת כבודך היקרה.

בן-הרחמן;

שוין לאנג נישט געהערט פון דיר אזא לאנגס און ברייטס, וואס איז געשען? האט דיר איינער געסטראשעט ח"ו אראפציווארפן פון די הנהלת הקרעטשמע אויב דו רופסט זיך נישט אן אזוי ווי אין די זיסע יארן? האסטו זיך באליידיגט אז מען האט געעפענט א גאנץ אשכול וואו מען זוכט דעם ראש הקהל, און פון דיר "סעקרעטאר" און "ביכהאלטער" האט מען עפעס אינגאנצן פארגעסן, האסטו מחליט געווען אז יהי' מה שיהי' וועסטו זיך לאזן הערן און געדענקן אזוי אז מען זאל שמועסן פון דיר נאך לאנגע יארן?

וועלקאם בעק.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-7/11/2005 03:03 לינק ישיר 

מיין בעסטער טאג איז זונטאג גראדע,
מיר אלע פויערן קומען זיך צוזאם אין קראם, און פארבריינגען געמיטליך. דער גלח פלעגט אויך קומען פון צייט צו צייט געהאלטן א ריידע פאר די נארישע שמייליגע צוהערער און מיר האבן זיך אונטערגעהאלטן.

ביי אונז אין דערפל האט דאך דער גלח סייוויי נישט געלאזט ארבייטן אום זונטאג, נו, איז מען געגאנגן אין קראם אריין, פארבייגיייענדיג די קיאסקן אויפן וועג האט מען שוין פארכאפט א ציגאר און פארויכערט, ווער א שטיקל הערינג, ווער אביסלע קארשן צי קארן. און אזוי איז דער טאג פארביי ווען דער נאכט איז צוגעפאלן.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/11/2005 08:12 לינק ישיר 

קרעמער;

צו וואס טוסטו נישט פארשטייען
וואס איך טוה מיך אזוי פרייען
דאס איז ווייל איך בין דאך דער סעקרעטאר
און היינט גיי איך ארום אין באר
קאסירען פונעם עולם גולם די חובות פון די מאַשקע
איך ליידיג אויס פון יעדן די טאשקע
אזוי דריי איך מיך ארום פון צווייטן צום דריטן
קיינער ווערט נישט אויסגעמיטן
דערנאך מיטן פולן בייטל
גיי איך מיר אין א זייטל
מאך מיר א חשבון זאפארט באלד
נעם אראפ מיין קאמישען מיין געהאלט
ממילא האב איך נישט געקענט פארשטיין
פארוואס איינער זאל אזוי באבלאזן זיין
האב איך געשפירט איך מוז געבן א שטיקל באריכט פונעם דערפל
אלעס וואס גייט פאר לאקשן מיט פערפל. . .



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-13/11/2005 23:41 לינק ישיר 

ויהי ערב ויהי בוקר און... ס'נאכאמאל 'זונטאג'
דעריבער ברענג איך ארויף אויבן אויפן שטייסל דעם:

אשכול ה'זונטאג'

---
אגב, לויט ווי איך מערק איצט, דעם היינטיגן זונטאג איז די גאנצע קרעטשמע געווען עפעס אזוי פאר'זונטאג'ט...
כמעט אין יוצאת ואין בא...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/1/2007 05:03 לינק ישיר 

און יעצט נאך איבער-א-יאר צייט אפשניט, האט אונזער פרישער מעמבער "מאשקע" ארויפגעברענגט דעם "זונטאג" אויפן אויבערפלאך, זעהט דא:http://www.heimishekretchme.com/viewtopic.php?t=1050



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-9/1/2007 00:10 לינק ישיר 

נישט צו גלייבן.

ווען איך בין דא פארבייגעגאנען פון מאל צו מאל, פלעג איך זיך שטענדיק אפשטעלן נעבען
פענצטער פון די פארוויסטע קרעטשמע, זאגן א קדיש און ווייטער גיין. 

אלץ איז שוין געווען באדעקט דא מיט שפינעוועבעכץ. היינט זע איך גאר אן אנדערע קרעטשמע.
ציכטיק. באלויכטן, און מיט באקאנטע פנימר.

משיח'ס צייטן.
 








דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/1/2007 01:01 לינק ישיר 

מאטעס קום אריבער אין אונזער נייער לאקאל, דארט וועסטו שוין קיין קדיש נישט דארפן זאגן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > זונטאג - אויך מיר א טאג
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext