בית פורומים היימישע קרעטשמע

ברעיקינג ניוס: לאנגע בריוו פון ראש הקהל!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/11/2005 22:48 לינק ישיר 
ברעיקינג ניוס: לאנגע בריוו פון ראש הקהל!

איך וועל נישט מאכן קיין לאנגע הקדמות, נאר צוקומען צום ענין.

דער ראש הקהל ר' יענטאאש האט אונז יעצט אריינגעשמוגעלט א לענגערע בריוו פון זיין אוידיענץ ביים קייזער.

ליינט און האט הנאה:

A Giten Tyara Briderlach!



Yoy brider! Der bashefer iz mit inz!



Ich zits du in the kanigliche palatz, vi es kimt fur a riziger ball lekuved dem kanigs geburtstug.



Ich zits du oif ein tish tsizamen mitten ''Parnes'' fin di ortige kehila in vien, vi oich zenen du file hoyechgeshetste leit fin ale kehiles in derfer finem kanig's kanigreich.



Farshteit zich az mir yiden esen nisht fin the ale gekechtzen in gebeksen, vi oich trinken mir nisht fin the ale veinen vus gisen zich du vi vaser. Nur mir farzichen bloiz fin the fruchten in greentseig.



Frier, eider der ball hut zich ungefangen hut der kanig upgeshriben a sharfen brief tsi dem niderigen ''Graff'', vus meint az er ken tin vu ser vill mit di imshildige jiden.



Ich veis nisht oib der Brief iz shoin ungekimen tsi enk, ober ich mein az yu, veil ich hub es spetzial aroisgeshikt mit a shneln ryter.



Shpeter ven der ball vet zich fartigen vel ich oifshteigen oif the karete finem Parnes fin the Pateburg'e kehila, in ich vel mit eim furen biz Pateburg vi es vart mich soin op mein meshures ''Yuri'' mit mein ferd in vugen, in fin durt veln mir aheimkimen.



Bizderveil halt eich ruig, in lachts in punim fin dem ''graff; biz er vet zich oislernen mer nisht tsi tchpenen di yiden.



Zeits gezint!





דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-8/11/2005 23:02 לינק ישיר 

הורעי!!! פאר אונזער געטרייער ראשאקאעל און שטאדלען ערעב יענטאאש וואס שטייט אייביג גרייט על כל צרה שלא תבא

נאר איין זאך אויב דו קענסט נאך ערלעדיגן ביים קעניגליכען הויף ווילאנג דו ביזט נאך דארט, אז מען זאל איינשטעלן אידיש אין דעם קעניגליכן טעלעגראף מאשין אז אפילו די פשוטע אידן פון דערפל די שניידערס און שוסטער האלץ האקערס און וואסער טרעגערס זאלן אויך קענען ליינען די טעלעגראמעס,



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-8/11/2005 23:20 לינק ישיר 

גרויסע שווענץ
גייען ארויס אין טענץ
צוליב א נארישע אוידיענץ
דאס און יענץ
הא הא הא
לא לא לא
גוטע צייטן קומען
טוה איך אונטערברימען
איר קענט גיין שטימען
איך וועל סייווי געווינען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/11/2005 23:36 לינק ישיר 

טייערע גראף יעצט רעד איך צי דיר
איך האב הנאה אז די האסט געטון צי הערן צי מיר
אנשטאט אין די קרעטשמע צי מאכן א פאגראם
האסטו אריינגעברענגט א ווינט פין גראם
ביטע געב אונז פין דיינע גראםן נאך צי הערן
אין מיר וועלן דיר פין דיין שלאף מער נישט שטערן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/11/2005 00:28 לינק ישיר 

דרייט זיך אזוי 'חיים חייקל דער איינפאכער וואסער טרעגער' מיט א צובראכענע מינע, איינגעזונקען אין זיינע מחשבות, צווישן די ארימע געסלעך פון דארף, די געדאנקען לאזן אים נישט קיין מנוחה, די 'גזירות גירוש' וואס הענגט אויף די ארימע איינוואוינער פון זיין באליבטן דערפל איז אט אט ביים שוועל און קיין גוטע גריסן לטובה האבן זיך נאך דערווייל נישט באוויזען.
וואס טוט מען? וואס קען מען דען טון?

יא! חיים חייקל ווייסט צו זאגן גלייך אז נאר איין עצה שטייט פאר זיינע אויגן, דאס איז די אלטע פאך פון אונזערע עלטערן, פון אונזערע אבות ואבות אבותינו, נעמען דאס תהלימ'ל אין דער האנט אריין און מיט הייסע טרערן זיך אויסגיסן דאס הארץ פאר אונזער פאטער אין הימל און זיך בעטן ביי אים ער זאל צושיקן זיין באלדיגע ישועה אויף די גזירה, וואס קוקט ווי אויס אין זיינע אויגן ווי שוין א פארזיגלטע וואס מ'קען דאס נישט צוריק שרייען.

שפאצירט זיך אזוי חיים חייקל אהיים פון שול הויף, אנגפולט מיט הויפענעס בטחון אז די תפלות, געמישט מיט הייסע טרערן, וועלכע זענען ארויס פון זיין צובראכן הארץ, זענען אנגענומען געווארן לרחמים ולרצון לפני אדון כל.

נישט קיין ספק אז די ישועה שטייט אונטער די טיר, מיר ווייסן טאקע נישט פון ווי זי וועט קומען, אבער זי וועט געוויס זיכער אינגיכן אנקומען - זאגט אזוי חיים חייקל ווי צו זיך אליין -

אין זיין וועג אהיים פארגעסט נישט חיים חייקל פון די באליבטע קרעטשמע זיינע און מיט געמישטע געפילן, פון צער און האפענונג, באגריסט ער זיך מיט אלע אנוועזנדע קרעטשמער'ס, און ווארט צו הערן פון זיי עפעס נייעס איבער די גזירה וואס הענגט אויף די קרעטשמע.

זייט נישט באזארגט... זייט נישט באזארגט... - שרייט דער אלטער ארענדער מר. קרעמער צו חיים חייקלען - מיר האבן פאר אייך גוטע נייעס.
יא, נא, וואס זאגט איר נישט? - פרעגט אזוי חיים חייקל מיט א פארווינדערט פנים -
האלט, האלט א מינוט ר' חיים חייקל, האט געדולד, זייט אייך מכבד מיט א גלעזל שנאפס זעצט אייך אראפ רואיגערהייט צו א טישל און הערט וואס איך האב אייך צו זאגן.

מ'פארגיסט זיך די גלעזלעך, מ'זעצט זיך צום טיש, און מר. קרעמער גיט איבער פאר חיים חייקלען די נייעס פון די אט נארוואס געקומענע בריוולעך פונעם קעניגליכן הויף און די שתדלנות פונעם געערטן ראש הקהל וועלכער געפונט זיך אצינד אין די מקומות המרחקים נאנט צום קעניגליכן הויף.

א פרייליכקייט ציהט זיך ארויף אויף חיים חייקלס געזוכט
לחיים!!... לחיים!!... שרייט ער אויס הויך אין די קרעטשמע, אט דאס איז געוויס זיכער נאר אדאנק דער גרויסער כח פון די תפילות פון די צובראכענע ארימע יודן אין דארף.

די ישועה איז אינטער די טיר! אט אט וועלן פטור ווערן פון דעם גרויזאמען גראף – שרייט חיים חייקל א מיט זיין אלטן שמייכל צוריק אויפן פנים -



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/11/2005 00:41 לינק ישיר 

פאר חיים חייקל און פארן אלטען ר' געציל, און פאר נאכמען נאטע, און וואו אויך פאר סאכדעס און פאר אלע וואס קענען נישט ליינער קיין ענגליש, וועל איך פרובירן מיט אלע מיינע כוחות צו טרענסלעיטן דעם בריוו פון אונזער הויכגעשעצטן ראש האקאהעל

א גוטן טייערע ברודערליך!

יא ברודער! דער באשעפער איז מיט אונז!

איך זיץ דא אין קעניגליכן פאלאץ, ווי עס קומט פאר א ריזיגער באל, לעקאוועד דעם קעניגס געבורטסטאג.

איך זיץ דא אויף איין טיש מיטן "פרנס" פון די ארטיגע קהלה אין וויען, ווי אויך זענען דא פילע הויכגעשעצטע לייט פון אלע קהילות און דערפער פונעם קעניג'ס קעניגרייך.

פארשטייט זיך אז מיר אידן עסן נישט פון דע אלע געקעכטצן און געבעקסן, ווי אויך טרינקן מיר נישט פון דע אלע וויינען וואס גיסן זיך דא ווי וואסער. נאר מיר פארזוכען בלויז פון דע פרוכטן און גרינצייג.

פריער, איידער דער באל האט זיך אנגעפאנגען האט דער קעניג אפגעשריבן א שארפן בריף צו דעם נידריגן "גראף", וואס מיינט אז ער קען טון וואס ער וויל מיט די אומשולדיגע אידן.

איך ווייס נישט אויב דער בריף איז שוין אנגעקומען צו ענק, אבער איך מיין אז יא, ווייל איך האב עס ספעציעל ארויסגעשיקט מיט שנעלן רייטער.

שפעטער ווען דער באל וועט זיך פארטיגן וועל איך אויפשטייגן אויף דע קארעטע פונעם פרנס פון דע פעטערבורגע קהלה, און איך וועל מיט איהם פארן ביז פעטערבורג, ווי עס ווארט מיך שוין אפ מיין משרת "יורי" מיט מיין פערד און וואגן, און פון דארט וועלן מיר אהיימקומען.

ביזדערווייל האלט אייך רואיג און לאכטס אין פנים פון דעם "גראף" ביז ער וועט זיך אויסלערנען מער נישט צו טשעפענען די אידן.

זייטס געזונט!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/11/2005 01:38 לינק ישיר 

סאכדעס איך האב הנאה אז דו האסט דיך צוגעלערנט ענגליש ביי אונז אין קרעטשמע



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-10/11/2005 01:03 לינק ישיר 

אבאדעי האב איך דען געהאט אן אנדערע בריירע.
איך האב געהאט גרויס פרעשור פון די דאיאנים דא אין קרעטשמע, זיי האבן געטאנעט אז צו פסק'ענען שאלות און פירן דינעטוירעס דארף מען צו זיין באקאנט אין די שפה המדוברת ביננו, סאו האב איך זיך נימנאשקע=אביסל צוגעלערנט עטא שפראכע.

צוריק צום ענין
בשם אלע שטילע זיצערס אין קרעטשמע דאנקען מיר אונזער ראש הקהל פאר זיין איבערמידליכע און געלונגענע ארבעט.

תוקן על ידי - התאחדות - 10/11/2005 1:03:15



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > ברעיקינג ניוס: לאנגע בריוו פון ראש הקהל!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext