| נשלח ב-9/11/2005 20:00 |
|
| |
פראגע: וואס איז דער ציל פון דעם פארום??
וואס איז דער ציל פון דעם פארום?
דהיינו איך ווייל מסביר זיין וואס איך מיין צו פרעגן.
קודם א קורצע הקדמה'לע:
ווי באקאנט זענען פארהאן אויף הייד פארק פארשידנארטיגע פארומ'ס (פארשטייט זיך איך רעד פון די אידישע היימישע פארומ'ס). ס'איז דא פארומ'ס וועלכע זענען געשטעלט בלויז מיט'ן ציל אויף צו דערציילן סתם "נייעס פון די אידישע וועלט", ס'דא וואס זענען געשטעלט געווארן מיט'ן ציל אויף "היימישע שמועסן" און צומאל אויך נייעס'לעך אדער וויכוחים'לעך פון דא און דארט, ס'דא וואס זענען לכתחלה געמאכט געווארן פאר וויכוחים פון היימישע פוליטיק און פארשטייט זיך אז ס'פאלט אמאל אריין דארט אויך אנדערע סארט'ן וויכוחים אדער סתם אינטערסאנטע נייעס א.ד.ג., (אויך זענען דא פארומ'ס וועלכע זענען געצילט ספעציעל אויף נייעס וויכוחים פון ספעציעלע געגנטער).
פון אזויפיל גולשים פארשטייט זיך פלאצירט זיך יעדער אין זיין פארום וואס געפעלט אים דאס מערסטע, ווי ער האלט אז דארט וועט ער זיך קענען אויסגעבן אויסשמועסן אדער סתם פארברענגען. איינער גלייכט מער נייעס'לעך איינער גלייכט מער וויכוחים און מערסטנסטייל גלייכן די היימישע פוליטיק'ס און וויכוחים'לעך (וועלכע האבן נאך ביזדערווייל קיינעם'ס מיינונג נישט געביטן).
אצינד איז מיין פראגע צו אייך גולשים פון דעם פארום:
וואס איז אייער ציל?
מילא איר ווילט זיך אביסל אינטערהאלטן דאס פארשטיי איך, אבער איך קוק מיך אזוי אום דא אויף די אשכולות און איך טריי צו כאפן וואס איר צילט דא און איך קען נישט ארויסקריכן.
זענט איר סתם בעלי דמיונות? וואס דארף? וואס קרעטשמע? וואס גראף? וואס ראש הקהל? וואס קהל? וואס אפיס?
למשל א טאג בוך וואס איינער פון אייערע גולשים שרייבט דאס פארשטיי און דאס איז גוט (BTW וויל איך אים גראטולירן דא ווייל ער האט מיך אויך מהנה געווען), מ'גיבט זיך אויס און דער עולם האט געוואלדיג הנאה, אדער למשל דאס זעלביגע מיט אזעלעכע שמועסן ווי דער אשכול פון "אמעריקאנע פרעזידענטן", עס איז היימיש געשמועסט און מ'ווערט געוואויר אסאך נייע זאכן. איך וועל אפי' גיין א טריט ווייטער, אפי' די סארט אשכולות פון די קינדערישע זכרונות אדער ווערטלעך פון די אלטע אידן, וואס זענען אויך אביסל צו נעריש פאר ערוואקסענע מענטשן, אבער כ'קען פארשטיין דער תועלת דערפון, מענטשן געבן זיך אויס און די ליינער האבן הנאה, אבער רוב פון אייערע אשכולות זענען דאך בלויזע הוילע שטותים ודמיונות...
(פארשטיי זיך איך רעד אפי' נישט פון די מעלה פון די סדרה אשכול, אדער ווי איינער פרעגט וועלכע מסכת צו לערנען, צו איינער זיכט א מקור אויף שרייבן זיינע קינדער'ס נעמען אין א ספר. דאס איז דאך זיכער א דבר טוב און א גיטער ציל).
וואס איז דער ציל פון אייער פארום?
אז איר ווילט זיך מהנה זיין, אז איר ווילט מהנה זיין אנדערע, מאכט עפעס צו דער זאך. קומט אויף מיט עפעס זאכליכע זאכן, נישט מיט קיין דמיונות.
עס קען זיין איך בין נישט גערעכט, איך פרעג נאר. און אויב קענט איר מיר דאס מסביר זיין וועט איר האבן מהנה געווען נאך א איד... דאס איז דאך אייער ציל.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-9/11/2005 20:21 |
|
| |
טאקע דאס איז די ציל פון די פורום - צי קענען פרעגען אזא קשיא... נא רבותי הייבט אייך אן צי טענה'ן - מאכטס א שקלא וטריא - אין זאל זיין דא לעבעדיג..
דרך אגב - באלד קומט א אשכול "וואס איז די ציל פון די אשכול??"
|
|
|
|
| נשלח ב-9/11/2005 20:39 |
|
| |
א נייע ניק ספעציעל אראפגעקומען פון יענע וועלט צו עפנען די אשכול...
זאג נאר ווער באהאלט זיך אונסער דיין ניק, הא.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/11/2005 20:51 |
|
| |
לכבוד רבי סערוויס03;
קודם כל: שלום עליכם!!!
בנוגע דיין שאלה: העי! איך וויל שוין לאנג פרעגן די שאלה... האסט מיר אויסגעכאפט!!!
ערנסט גערעדט: דער פארום איז צוזאמגעשטעלט פון פיינע יונגעלייט (פארשטייט זיך: אויסער מיר), ערנסטע מענטשן, ארבעטער וואס פלאגן זיך אויף פרנסה מערערע שעות אין טאג, און ווילן זיך אביסל אויסלופטערן פון די שווערע הארעוואניע, קומען זיי אריין דא אין קרעטשמע עטליכע מאל א טאג, איינער מער און איינער ווייניגער, און מען האלט זיך אונטער אביסל מיט די חברים דא.
דאס קען אפשר זיין די סיבה פארוואס דאס רופט זיך "די קרעטשמע", ווייל פונקט ווי א קרעטשמע שטייט אינמיטן אדער ביים עק דארף, און יעדער פארבייגייער קומט אריין און דערכאפט זיך דאס הארץ מיט א קאלט גלעזל ביר אדער שנאפס, און מען פארגעסט פון אלע דאגות און צרות ווען מען שמועסט אביסל ארום מיט די פארזאמעלטע חברה דארט, אזוי איז אויך אונזער קרעטשמע, ווי אן אינזל אינמיטן א ברויזנדן ים...
טאקע צוליב דעם צוועק האבן מיר געדינגען (...) עטליכע מעכטיגע שרייבער, אנגעהויבן פון נאטורליך, וועמען דו האסט דערמאנט אין דיינע רייד, וואס מיט זיינע הערליכע באשרייבונגען לעבט ער אויף דעם פארום, אזש עס רודערט אפ בכל קצוי תבל כידוע (ליין אינעם אשכול "קאמענטארן פאר נאטורליך" וועסטו זעהן ווי ווייטגרייכענד זיינע ארטיקלן זענען, זיי ווערן געליינט אין אלע סארט פלעצער, דורך אלע שיכטן און קרייזן, און מענטשן ווערן אויסגעלייזט [לכל הפחות אויף אפאר מינוט] פון זייערע דאגות און טירדות, און געבן א שמייכל וואס מאכט זיי שפירן בעסער און מונטערער).
און כדי צוצושטעלן סערוויס אויף פאר די תלמידי חכמים צווישן אונז, און אריינצוברענגן א תורה'דיגן גייסט אין די קרעטשמע, האבן מיר אויפגענומען א שטאב פון תלמידי חכמים, אנגעהויבן פון ר' זרח פעפער און געענדיגט ביי שיינהייט (וועלכער האט אינגאנצן אנגעהויבן שרייבן דברי תורה די וואך, און שוין באוויזן אויפצוהייבן די קול תורה דא צענפאכיג), וואס בארייכערן אונזערע ידיעות מיט שיינע אינטערסאנטע תורה'דיגע שמועסן וואס זענען אקטועל יעדן מינוט פון לעבן, בפרט ווען עס איז אויף די וואכעדיגע סדרה. (ס'זאל נישט אויסגערעדט זיין: מיר האבן שוין צוריקגעהערט גריסן פון "מגידי שיעורים" וואס נעמען סחורה פון דא... מיר זענען נישט ברוגז ח"ו, אדרבה ואדרבה).
אבער א קרעטשמע ברויך דאך אויך דינען אלס אינפארמאציע צענטער פון דארף... צוליב דעם פארמאגן מיר עטליכע איינגעשטעלטע וואס ברענגן כסדר נייעס, אידישע און (להבדיל) וועלטליכע. נייעס וואס קענען פאראינטערסירן אונזערע ברידער, אדער וואס קענען מצליח זיין ארויפצוברענגן א שמייכל אויף זייערע לעפצן.
יעצט איז אזוי: איר האט אויסגערעכנט נעמען פון אנדערע פורומים אויף היידפארק. מיר וועלן אבער נישט אריינגיין בפרטיות און אויסרעכענען די מעלות און חסרונות פון יעדע איינע, מיר וועלן נאר פרובירן ארויסברענגן די מעלות פון אונזער פורום, ומכלל הן אתה שומע לאו.
אונזער פורום איז געשטעלט אויף אהבה, אחוה, שלום, וריעות, ביי אונז וועט איר נישט טרעפן קיין קריגערייען, מחלוקת, שנאת חנם, לשון הרע, רכילות, הלבנת פנים, רציחה, פון וואס עס איז ליידער דא בשפע ביי אנדערע פורומים.
לדוגמא: דעם היינטיגן טאג האט זיך אפגעטאן א שרעקליכע עוולה אין איינע פון די אנדערע פורומים, מען האט פראסט און פשוט אראפגעשלעפט מאסקעס און אויפגעדעקט נעמען פון שרייבער! דאס האט אנגעהאלטן א לענגערע צייט אזוי, און אפילו ווען די מנהלים האבן גענומען די זאך אין די האנט און אראפגענומען יענעם אשכול, האבן זיי זיך אבער באגענוגענט מיט א ווארענונג, און... מארגן וועלן זיי געבן נאך א ווארענונג און נאך א ווארענונג!
עס קען זיין אז ווען אונזער פורום וועט זיין אזוי גרויס און פארצווייגט ווי זיי, וועלן מיר אויך נישט קענען האלטן חשבון אויף יעדע תגובה. אבער איך מיין אז עס ווענדט זיך אויך אין די ענווייראמענט און אין די אטמאספערע וואס הערשט אין די לופט. און דאס איז דער יסוד פון אונזער פורום: געבן א געשמאק ווינקל פאר היימישע אידן וואו זיך אויסצולופטערן.
וועט איר ווייטער פרעגן: אויף דעם צוועק איז דאך דא אויך די אנדערע פורומים וואס דערציילן נייעסן און שמועסן, אדער וואו מען רעדט זיך דורך פארשידענע עצות וכדומה?
ידידי: פורומים וואס זענען געווידמעט נאר אויף עצות אדער היימישע נייעס, גייען אונטער, פריער אדער שפעטער. דאס איז מעשים בכל יום, והמפורסם אין צריך ראיה. מען ברויך צושטעלן סערוויס פארן עולם טאג טעגליך, מען ברויך מאכן זאכען אינטערסאנט און צוציענד, כדי דער עולם זאל וועלן פארבלייבן און נישט אוועקלויפן.
צוליב דעם מאכט זיך אמאל וואס מיר רופן אריין ר' חיים חייקל'ן פון דארף און מיר בעטן אים צו געבן א שטיקל רעדע פאר די אנשי הקרעטשמע, און דאס רעגט אביסל אויף דעם גראף, וועלכער זעהט אין אים א שטיקל קאמפעטישן (פרעג מיר פארוואס). הייבט דער גראף אן צו מאכן גזירות, און מען שיקט דעם ראש הקהל רבי יענטאאש צום גובערנאטאר ער זאל פועל'ן א ישועה...
נאריש? קינדיש? אפשר!
באדערט דאס איינעם? איז מען מצער דערמיט א איד? קיינעם!
==
באמת וואלט איך געברויכט איבערליינען וואס איך האב דא געשריבן, ווייל איך האב אבי געשאסן אותיות אין די וועלט אריין, און ס'קען זיין אז עס קלעבט ווי חרוסת צו די נוי סוכה, און ווי די פיטום צום דריידל.. אבער איך האב נישט געקענט לאזן דעם אשכול שטיין ליידיג אן מיין ענטפער... (כאילו איינעם אינטערסירט וואס איך האב צו זאגען).
אדרבה, לאמיר זעהן וואס מיינע חברים דא וועלן דיר ענטפערן. גלייב מיר: זיי טויגן בעסער פון מיר!!!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-9/11/2005 20:57 |
|
| |
קרעמער
האלט דיך נישט קלענער ווי די ביסט האסט זייער פיין געשריבן
|
|
|
|
|
| נשלח ב-9/11/2005 21:44 |
|
| |
ר' קרעמער, ערשט קלאסיג. ווי אייביג טוסטו אינז נישט אנטוישען מיד דיינע דפח"ח.
ווען די אליין זאלסט שרייבען יעדען טאג וואלט זיך שוין געלוינט ארין קומען אין קרעטשמע.
ובפרט אז מיר האבען די חשובע ראשי קהלה מיט דיינים, מחוטב עמיך ועד שואב מימיך (מיין איך טאקע ר' חיים חיקל) און די אלע אנדערע טייערע אידען. על אחת כמה וכמה אז עס איז א פארגעניגען צו פארברענגען און א היימיש קרעטשמע אן לשון הרע והלבנת פנים.
און צו דעם שואל סערוויס03:
אונזער פארום איז מחייב אנדערע. אז מיר קענען עס דורך פירען פארוואס זאל מען עס נישט נאכמאכען? ווי קען א איד זיך גיט פילען אפשרייבענדיג א זאפטיג לשון הרע וואס דער חילול השם איז איום ונורא? איז דא א תירוץ דערויף? דאס הארץ רייסט צו זעהן וויפיל שנאה עס הערשט? פארוואס זיך נישט אביסעל איינהאלטען?
מיינסטו אז איך האב נישט אין בויך געוויסע תערומות אויף אנדערע וואס זענען נישט מיט מיר בדיעה אחד?
איך בין דיר מגלה א שטיקעל סוד. געניג מאל וואלט איך געוואלט אפשרייבען א לענגס און א ברייטס אין אריין שמייעסען דעם און יענעם אין די זיבעטע ריפ.
איך וויל אויף מיר נישט נעמען דאס אחריות פון זיך באדען אין א צוויטען'ס איד בליט.
לכן לאמיר אלע זאגען א ישר כח פאר אונזער באליבטען קרעטשמער וכת דילי'. יהי ה' עמכם
נ.ב.
צו ר' קרעטשמע, איך האב נאך נישט באקומען מיין טשעק די וואך
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-9/11/2005 21:54 |
|
| |
נאטורליך
אפשר האבן זיי גראד געגעבן די טשעק פאר התאחדות
קרעמער
|
|
|
|
| נשלח ב-9/11/2005 22:01 |
|
| |
אין קאנטראקט שטייט, עס דארף ווערען געווייערט צו מיין באנק אקאונט וועכינטלעך.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/11/2005 22:05 |
|
| |
נאטורליך;
גלייב מיר אויף מיין עהרן ווארט:ווי נאר איך באקום מיין ערשטן פעי טשעק, געב איך דיר בלי נדר אראפ האלב!
|
|
|
|
| נשלח ב-9/11/2005 22:10 |
|
| |
נאטורליך הגם סיקומט נישט אריין אין דעם אשכול, אבער קאן מאצע העבאל כאוו מאקעם ליקוואס עס כאווא.
סיז געווען א מיטינג ביי די באהערדע פון די קרעטשמע, (פרעג בעסער נישט פון וואו איך ווייס פון די גאנצע מאסע) צו מ'זאל דיר שיקן דעם טשעק די וואך צו.... נישט, אבער סיז איינשטימיג אפגעמאכט געווארן, כאס וועשאלעם נישט שיקן, מאכמעס קאמע טאמעם קימפארעט לעהאלען:
אַדִּין) ס'טייטשט יענע וואך האבן מיר ביחלאל נישט ערהאלטן קיינע ערצעהלונגען, מיר האבן געזוכט און גענישטערט מיט שעווא בעדיכּאס, און פישפעש בעלא מאצע, נישטא ביי די פאטשט-פאסט און נישט ביי יאנושען און ווי אויך נישט ביי קרעמער'ן, וואס לפעמים קומט דאס אהן אין זיין נייעם באקסל וואס הייסט בלעכבערי.
דְוואַ) איינע פון אונזער שפיאנען האבן זיך אמאל אונטערגעהערט ביי איינע פון די טישלאך, וואו מ'האט איבערגעשמועס די פינאנציעלע פראבלעמן, פון אונזער בארימטן הויכגעשעצטן קייסער מר בוש ירום הודו, האט מען געהערט נישט מער און נישט ווייניגער אז איר זענט געבענטשט מיט פיל געלט אזוי ווי מיסט, צען טויזענט דולר איז ביי דיר וואו גארנישט אוועקצוגעבן, ממילא קודם וועט מען אפהאלטן די געלטער, קודם וועט מען איבעראבזערווירן אייערע מסים און שטייער, לויט וואו דאס איז פארשריבן אין די פנקס פון אונזער דארף, נאך דעם פרעצאדור, און איר וועט ווייטער אריינשיקן די מעמארים קאראגיל, דאן וועט מען נאך אמאל מאכן א זיצונג, און מ'וועט זעהן אויף ווייטער...
דְּרי) דאס איז שוין געוועזען טאמעם קעמיסים, וואס יעדערער פון די אנוועזנדע האבן געהאלטן אין בויך, און נישט געוואלט פארציילן, נאר האבן אלע וואו אין א כאר אויסגערופן, בזה"ל "יאא! איך האלט אויך אזוי", אוי איז דאס געווען אינטערסאנט מיט צו האלטן.
שא פארצייל פאר קיינעם נישט איך בין א גאנצן צייט געשטאנען אונטערן פענסטער, זאג אויך קיינעם נישט אז יאנוש איז דער וואס איז מיר געקומען פארציילן אז סיקומט פאר אן ערנסטע אסיפה אין די קרעטשמע, אויב האב יאך נישט קיין טעות איז עס געווען דריי דרייסיג פארטאגס-ביינאכט.
און צו דיר סערוויס03 וועל מיר נאך צוריק קומען עוד חזון למועד
תוקן על ידי - התאחדות - 09/11/2005 22:17:54
תוקן על ידי - התאחדות - 09/11/2005 22:20:28
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-9/11/2005 22:21 |
|
| |
איך וויל דא באגריסען דעם שואל סערוויס פארן ארויפברענגן עפעס וואס דריקט מיך לעצטנס, כאטשיק איך האב נאך קיינמאל נישט געשריבן דא, בין איך אבער א שטענדיגע ליינער, -און איך מוז טאקע באגריסען דא די מנהלי הפורם, פארן אהערשטעלן אזא הערליכע פורם במלוא מובן המלה,- פונדעסטוועגן דאך האלט איך אז לעצטנס איז עס אביסעל טו מאטש שוין, ס'איז אלעס פיין און וואויל, אבער מיט א שיעור.
מיין בעל הבית שטייט מיר דא אונטער די פוס, און איך קען נישט מרחיב זיין את הדבור, אפשר ביי א קומענדיגע געלעגהייט.
הצלחה רבה שירעם
|
|
|
|
| נשלח ב-9/11/2005 22:24 |
|
| |
הער אויס התאחדות. אז די רעדסט שוין, וועל איך דיר פארציילען גופא דעובדא.
דער מיטינג איז גאר געווען צו מען זאל דיר געבען געהאלט אלץ דיין. מחמת מען האט נישט געוויסט וויאזוי צו האנדלען.
דער דילעמא איז ווי פאלגענד, מע"כ האט זיך אליין געקרוינט אלץ דיין דמתא. לכאורה קומט דיר דערפאר נישט א געהאלט. למעשה האט זיך ארויס געשטעלט אז דער עולם האט גראדע שטארק הנאה פון האבען א דיין צו די האנט. ווי די האסט געזעהן, מען האט דיר צוגעשטעלט ווייסע לעקטער מיט אלע צוגעהערען פאר א בית דין שטיבעל.
אלזא וואס טוט מען?
די אנדערע העלפט מיטינג איז יא אמת, והראי' די האסט נאך נישט באקומען דיין טשעקעל.
מיט א שמייכעל.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/11/2005 22:25 |
|
| |
קרעמער אה מחיה גיט געזאגט.
נא דיר
אז די ווילסט נאך קענסטו אליין צילייגן
|
|
|
|
| נשלח ב-9/11/2005 22:27 |
|
| |
שירעם וואס דריקט דיר? וואס איז טו מאטש?
דער קרעטשמער טיר איז אפען לכל דכפין, ווילסטו הנאה האבען קום אריין מאך זיך היימיש, אז עס שמעקט דיר נישט עפעס מיזט דאך נישט לייענען. נישט אזוי?
|
|
|
|
| נשלח ב-9/11/2005 22:30 |
|
| |
פארברענגן
גראדע קען קרעמער נישט צולייגן נאך עפעס צו דיין תגובה (אבער אויב ער וויל קען ער מיר בעטן)
|
|
|
|
| נשלח ב-9/11/2005 22:36 |
|
| |
איך בין נישט באזארגט פאר אונזער קרעמער.
|
|
|
|
|