נא לאמיר הערן פון אונזערע דיינים אינעם קרעטשמע, ר' זרח, קרעמער, התאחדות.
תוקן על ידי - mefikel - 09/11/2005 23:11:11
נשלח ב-9/11/2005 23:25
מפוקל;
ידי מסולקת. איך הייב הענט. נישט ווייל איך בין א נוגע בדבר (איך בארג געווענליך נישט פון קיינעם קיין געלט, אפשר א קוואדער, ב"ה), פשוט: איני יודע, איך קען נישט די הלכות!
נשלח ב-9/11/2005 23:38
תשובה 1)
ער דארף נישט באצאלן.
היות נאר ראובן ווייסט וויפל דער אווער לימיט איז, און נארמאלערהייט ווייסט דאס נאר ער, ממילא האט דאס ראובן געזאלט באווארענען בעפאר, וויפיל שמעון זאל מעגן נוצן פון דעם קארטל, און אויב האט ער זיך מיט איהם גארנישט אויסגענומען פון בעפאר, דאן איז דאך על תנאי זאת ראובן איינגעגאנגען, אז שמעון זאל נוצן דאס קארטל פאר וויפיל זיין געברויך זאל זיין, ויש עוד להאריך בטעם ונימוק הדבר במקורות הפוסקים אחרונים.
אבער אויב איז דאס באופן אז שמעון איז א גוטער חבר מיט ראובן, און זיי טוישן זיך אויס פיל אינפארמאציע צווישן זיך, און ראובן וועט טענה'ן איך האב געמיינט אז שמעון ווייסט אלע מיינע קרעדיט קארדס די לימיט'ס דערפון, -דאס הייסט אז שמועסן זיך דורך פיל מאל אין די נושא- לפי זה איז שוין ראובן א בא בטענה.
תשובה 2) לכאו' קומט דא נישט אריין קיין שאלה פון רביתץ
ווייל ער באצאלט נישט קיין פראצענט אויף די געלט וואס ער האט געבארגט, ער באצאלט א קנס, און דאן איז לכאו' לפי מה שמונח בזכרוני עכשיו נישט שייך קיין רבית.
והיה בזה שלום למר ולתורתו
הק' סאכדעס
כנלע"ד ברור באופן שיסכימו איתי גדולי ההוראה בזמנינו, ודי בעוד שתי מורי הוראות מובהקים
תוקן על ידי - התאחדות - 09/11/2005 23:39:27
נשלח ב-9/11/2005 23:53
איידער דער עולם וועט זיך נעמען פסק'נען פון דא, וויל איך שרייבן א גרויסע ווארענונג:
DON'T TRY THIS AT HOME!!!
אין אנדערע ווערטער: די אלע פטפוטי דברים, זאל דאס אפילו זיין בירורי הלכה, מסקנות למעשה, פון אלע אונזערע גולשים דא, זענען לאו מר בר רב אשי חתים עלה, און קיינער זאל נישט זאגען כבר הורה זקן... "עס איז א מפורש'ע קרעטשמע אז אזוי און אזוי"!!
התאחדות, איך געדענק אז יעדע מתנה וואס דער לוה גיבט פאר'ן מלוה איז לכה"פ אבק רבית
ממילא, אויב דיין ערשטע תשובה איז אמת, איז דו צווייטע מופרך ודו"ק
נשלח ב-10/11/2005 00:07
שלום וברכה וכט"ס יעלה ויבוא על ראש ידידי מנוער ידיד בית אבא הרב הגאון בקי בכל חדרי תורה כל רז לא אניס ליה וכו' כו', ה"ה כבוד שמו מפארים
מ.ב.קרעמער שליט"א
אחדשת"ה וויל איך נאך פארשטיין צו דאס איז געווען א הסכמה צו מיין פסק, אדער איז דאס קעגן מיין פסק, באופן אז דו האלטסט אנדערש, אדרבה שרייב אפ א בירור און מיר וועלן זיך מפלפל זיין, ואת והב בסופה, אל תדאג מיין ליבער קרעמערל.
ובזה כבר אסיים ידידו
הק' סאכדעס
תוקן על ידי - התאחדות - 10/11/2005 0:06:30
נשלח ב-10/11/2005 00:11
:::~~~~מיר איגנארירן~~~~:::
נשלח ב-10/11/2005 00:50
אוי קרעמערל וואס אינגנארירסט דו שוין דא
די טיטול'ן אדער די תוכן התשובה
תוקן על ידי - התאחדות - 10/11/2005 0:49:01
נשלח ב-10/11/2005 00:54
איגנארירן מיינט נישט קאפיטולירן!!
פלעגט ר' סענדר זאגן.
נשלח ב-10/11/2005 00:58
מפוקל גיוואלד ווי זענען אלע רבנים פון קרעטשמע?
איך ווארט צו ווייזן מיינע בקיאות אין הלכה פאר איינעם איך בין שוין באלד אינגאנצן פארשעמט.
רבותי דיינים מומחים רופט אייך אהן
נשלח ב-10/11/2005 04:59
התאחדות טייערע, זיי נישט צובראכן און ווער נישט געפאלן ביי דיר, ראיתי בני עליה והמה מועטים, ס'נישט דא היינט קיין סאך פון אונזער סארט...
בד"וו דער נער איז טאקע דיינער? איך ווייס דעמאלטס נישט ווער דו ביסט
נשלח ב-17/11/2005 22:37
MEFIKEL my first DEYAN after my CHASUNA was some one with that mentality to ask allways after i asked him something, NU how is it etc. it didnt took long and he never had a chance to ask me again