| נשלח ב-10/11/2005 00:34 |
|
| |
דמיונות אדער נישט?
אזוי ווי ס'טוהט זיך לעצטענס א שערוריה צו די קרעטשמע איז דמיונות צו נישט, אדרבה לאמיר הערן פון אלע באליבטע כאוויירים א מיינונג איבערן ענין.
איך פערסאנעל האלט אז אלעס איז פשוט ריכטיג, סיז שוין גארנישט קיין דמיונות.
חיים חייקל איז א וואסער טרעגער
ר' געציל דער אלטער איז זיין פאטער
נאכמען נאטע איז א האלץ האקער
יענטאאש איז א ראש הקהל
נאטורליך איז נאטורליך
סאכדעס פאסקעט שאלעס
קרעמער פירט א קרעטשמע
זארעכ איז א דאיען
וכו' וכו'
אדרבא זאגט אייער מיינונג.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/11/2005 01:40 |
|
| |
איך וועל דיר ענטפערן מיט יאסעלע'ס א תנועה:
סאכדעס סאכדעס שטיי אויף פון דיין שלאף
|
|
|
|
| נשלח ב-10/11/2005 01:42 |
|
| |
פון וואסערע שלאף, סאכדעס שלאפט נישט, ער עסט נישט, ער גייט, נישט ער קומט נישט,ער זיצט אין קרעטשמע און פערטיג.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/11/2005 01:43 |
|
| |
יענטאאש;
פארמאך דעם אשכול, און גיי אריין ביים נעקסטן שטוב, מיר האבן א חשוב'ע גאסט
JEWBOY IS HERE
|
|
|
|
| נשלח ב-10/11/2005 01:44 |
|
| |
not stam dimyonos
|
|
|
|
| נשלח ב-10/11/2005 01:46 |
|
| |
געפילטע פיש;
אינטערסאנט... איך האב שוין מיט דיר גערעדט באריכות בערך א האלב יאר צוריק... איך האב נישט געוואוסט אז דו לעבסט נאך... איך זעה אבער אז פאר די לעצטע האלב יאר האסטו אונז ערליך געליינט יעדן טאג.... דמיונות ארויף דמיונות אראפ... דאס איז די ערשטע תגובה דיינע אויף היידפארק, און וואו???
אין די קרעטשמע!!!
|
|
|
|
|
| נשלח ב-10/11/2005 02:07 |
|
| |
התאחדות;
די האלטס למשל אז איך בין אמת'דיג א פענסטער? 
|
|
|
|
| נשלח ב-10/11/2005 02:10 |
|
| |
פענסטער ניין.
אויף דיר האלט איך געראדע אז דו ביסט א אמת'ר נפחא וואס גייט ארויס פון פענסטער.
דזשאסט קידינג, דאנט טעיק איט פערסאנעל
גראדע אויף נאטטוביזי האלט איך אז ער איז טאקע נישט ביזי
תוקן על ידי - התאחדות - 10/11/2005 2:09:54
|
|
|
|
| נשלח ב-10/11/2005 03:21 |
|
| |
אויף אנדערע קען איך נישט ענטפערן,
אבער די איינציגסטע וואס איז זיכער א דמיון בין איך.
דערפאר וויל איך מיך טוישן ניק. [איך רעכן אויף מרה_שחורה ,אפשר]
|
|
|
|
| נשלח ב-10/11/2005 03:25 |
|
| |
אה נאו גישמאקער
פארוואס זאלסטו אזוי קלערן
אדרבה טוה פון מיר דאס הערן
נישט דא נאך אזא געשמאקער
ווי נאכמען נאטע דער האלץ האקער
אבער אויף דיר איז גארנישט קיין דמיון
אז דו האסט א חלק אין די בנין
פון די קרעטשמעס ווארימע אטמעספערע
איז נישטא נאך א געשמאקערע
אין דעם האסטו א חלק זיכער
מען קען דאס איבערקוקען אין די ביכער
דו זאלסט נאר קיין מרה שחורה נישט זיין
ווייל יעמאלט וועט מען אין קרעטשמע נישט אריין
תוקן על ידי - התאחדות - 10/11/2005 3:25:25
|
|
|
|
| נשלח ב-10/11/2005 03:35 |
|
| |
די לאנגע ווינטער נעכט
מאכן אין מוח דעם געפעכט
עס איז טונקל
אין יעדן ווינקל
דערפאר האב איך געקלערט
אפשר איז עס אומדערהערט
אבער דאך
שפיר איך א יאך
אין שווארצן גאל
אריין איך פאל
גיי שנעל און קליק
כאפ אויס דעם ניק
איידער איך גיי
קראכן דעם איי
|
|
|
|
| נשלח ב-10/11/2005 04:46 |
|
| |
צו וואס מרה שחורה,
סאיז דאך נישט קיין גוטע סחורה,
נישט על פי תורה,
און אודאי נישט על פי שכל הישרה.
אז דו ווילסט טוישן,
קענסט נעמען שמואל'ן אדער מויש'ן,
קענסטו אויף סיי וואס סוויטשן,
אן מרה שחורה צו קוויטשן.
טו א טובה ביטע,
נעם א נאמען א גוטע,
ס'קאסט נישט קיין פרוטע,
קענסט דיר אפילו צולייגן א שליט"ע.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/11/2005 16:40 |
|
| |
איך האב נישט אזוי ווייט קיין פראבלעם מיט דו דמיונות
EVERYBODY IS IN TITLE FOR THEIR OWN ENJOYMENT
וואס מ'וואלט יא ווען געמעגט טוישן, לדעתי, נישט יעדע אשכול זאל ווערן פארשלעפט אין מנחם מנדל'ס ליכטיגע האריזאנטן, אדער אין דערציילונגען פון צדיקים'ס בַאלן און טורמע קעמערלעך.
LET'S TRY TO STICK TO THE POINT.
כנלפע"ד ואכמ"ל
תוקן על ידי - mefikel - 10/11/2005 16:39:41
|
|
|
|
| נשלח ב-10/11/2005 17:24 |
|
| |
מפוקל;
מען שרייבט ENTITLED, נישט IN TITLE.
און אנטשולדיגט פארן טוישן דעם גאנג פון דעם אשכול דורך די הערה..
|
|
|
|
|