א גיטע קשיא. לו יהא אז א טייל לייענער וועלען פארלאנגען זייער אינטערעסע אין א געוויסע נושא, נעמסטו דיך אינטער צו שרייבען?
לענד"ה לאזט יעדען שרייבען מה שלבו חפץ, אז איינער וויל נישט לייענען וועט מען אים נישט באשטראפען.
מסכים?
נשלח ב-10/11/2005 20:36
איך וואוט פאר אלעס חוץ חיזוק ווייל ווען איך קום אריין אין קרעטשמע און איך כאפ א גלעזל 'יין שרף' אדער 'שנאפס' צו א פלעשל 'פארברענגען' און איך זעץ מיך צום טישל מיט אונזערע דארפישע אידן ווערט גלייך פארשוואונדען מיין אנגעזעצטקייט און איך ברויך מיר נישט קיין חיזוק
נשלח ב-10/11/2005 20:45
נאטורליך לעבן, איך פארשטיי דיין פראבלעם, דו פארכסט זיך זיכער אז יעדער וועט אויסשרייען מיט א הויך קול: געב אונז מער נאטורליכע סחורה! און דו וועסט זיך שפירן זייער אומבאקוועם, ווייל אפזאגען איז נישט פון דיין נאטור, און שרייבן מער, איז אויך נישט קיין קלער, ווייל אפילו דאס ביסל קומט דיר זיכער אן שווער.
נשלח ב-10/11/2005 20:45
אגב האב איך באמערקט אז עס זענען דא ביי אונז אין דארף מינימום 15 שותקים (איר ווייסט וואס איך מיין די תהלים זאגערס וואס דרייען זיך אגאנצן טאג ארום מיטן תהלים'ל אין האנט און מורמלען כסדר קאפיטעל נאך קאפיטעל און רעדן נישט אויס קיין ווארט נאר נייגן צו אן אויער צו אלעס וואס מען שמועסט דא) וואס זיי האלטן ממילא נישט ביים אויסזאגן זייער מיינונג (חוץ ווען ס'פעלט אויס אביסל קריטיק ), א ראי' האב איך ווייל איך האב נאך געזעהן דער אשקול ווען עס האט געהאט 0 תגובות און באזוכערס זענען שוין געווען איבער 15 און קיינער פון זיי האט נישט גע-עפנט דאס מויל צו זאגן א ווארט, ווער א עצה זיי צו עפענען דאס מויל
נשלח ב-10/11/2005 21:14
איך רעד נישט פון פחד מיין ליעבער גראף. איך פארשטיי פשוט נישט דער נושא. זאל יעדער שרייבען וואס זיין הארץ באגערט.
איך שרייב ווען איך האב די מעגליכקייט אויף די באן. אויב איינער מאחב"י זיצט נעבען מיר עפען איך נישט דער לעפטאפ, וד"ל.
ווער עס וויל הערען חיזוק וכדו' פון א צווייטער מבני החבורה קען ער אים שיקען א בליץ בריוו און בעטען צו שרייבען מער. נישט אזוי?
נשלח ב-10/11/2005 23:45
מוסר!
(נישט פאר מיר...)
נשלח ב-11/11/2005 00:41
אקעי, גענוג געווען.
אויך מיר א שאלה וואס וואלט איר געוואלט רעדן. אפשר וואלט מען גאר געדארפט ארויסגעבן א גאנצע פראגע בויגן פון פינעף און צוואנציג סעיפים אויב מען איז צופרידן פון די קרעטשמע אויכעט?!.
די קרעטשמע קאסט נישט קיין געלט, ווער עס וויל קען אריינקומען, מיר מאכן אפילו נישט קיין תקנה אז יעדער וואס וויל ליינען 'מוז' שרייבן. אויב איינער וויל מען זאל שרייבן פון עפעס אן ענין זאל ער דאס אויפברענגען. און אויב איינעם געפעלט נישט דער וועג וויאזוי עמיצער פון דו וואס שרייבן שרייבט זאל ער זיך אויפהענגען.
האסט פארגעסן צו שרייבן אז מען זאל זיך אויפהענגען נאר טאמער מען וויל, עס איז נישט קיין תקנה
נשלח ב-11/11/2005 02:25
יענטאאש, האסט פארגעסן צו שרייבן אז נחמן נטע דער האלץ העקער וועט צושטעלן די האלץ פאר די תליה, און חיים חייקל וועט מנדב זיין אביסל שטריק פון זיינע אמפערס.
נשלח ב-16/11/2005 01:43
היי טו אלל;
THANK YOU FOR THE COMPLIMENT
נשלח ב-16/11/2005 03:42
איין קשיא האב איך צו בענעדיקט.
געט א קוק אויף זיין פאספארט וועט איר מערקן אז ער איז אויך איינער פון די נייע געסט דא, נו וואס ווייסט ער צו זאגן אז עס פאלן דא אריין מער מענשטן ווי געווענליך, און וויאזוי און וואס מען שרייבט וכו'. ??
ולענין, איך בענק מיך זייער נאך די סארט געשרייבעכץ פון די ערשטע פאר דפים והלואי שיבא לידי.
יואלי גישמאקער
וואס שרייבט שוין דא סך לענגער פון אים...
נשלח ב-16/11/2005 05:24
יואלי... איך האב מיטלייד מיט דיר... אפשר הייב דו אן א טעמע וואס דו גלייכסט, און מיר וועלן מיטשפילן מיט דיר.