א שרעקליכע פאסירונג (א צווייטע)
הבהרה;
אין א שטוב וואס די שוועגערן האט-זיך גענומען דאס לעבן
רעד מ'נישט פון גע'אנגענע פיש.
דאס איז די סיבה וואס איך האב געפנט א נייעם אשכול מיטן זעלבן נאמען,
בבחינת זה כפרתי זה חליפתי זה תרומתי.
---------------
אין דעם זעלבן טאג האבן זיי ביידע ארויף צום עולם האמת,
ביידע האבן זיי דא איבערגעלאסט נישט מער ווי זייערע צובראכענע קערפער, דער קערפער וואס האט אזוי ביטער שרעקליך האפ געליטן,
ביידע לוויות זענען ארויס פון זעלבן בית לוויות צום בית חיים לכל חי, ווי ס'האט-זיך גענדיגט די הספדים פון ערשטן נפטר און מהאט די מיטה ארויס געפירט צו זיין דרכו האחרונה,גלייך דער נאך האט מען אריין געטראגן דעם צווייטן נפטר אין דעם הספדים זאל, נישט געדויערט ליינג מ'פיהרט איהם אויך ארויס צו זיין לעצטן וועג,
אזוי זענען זיי ביידע צוזאמען צוריק געקומען צום בית דין של מעלה.
חיים א שטילער בחור'ל טשעפעט קיינעם נישט, ער ווייסט נישט וואס מיינט טאן שלעכט, אף זיין לעבן האט ער נישט געטשפעט אפילו א פליג,
חיים לעבט אליין, ער האט נישט קיינעם, קענזיך נישט שפיציעל מיט קיינעם, ער רעדט נישט מיט קיינעם און קיינער רעט נישט מיט איהם,
אין בית מדרש פון ישיבה זיצט ער אין ווינקל לערנט אליין אן א חברותא,
אויב עס מאכט-זאך איהם עפעס השאלה גייט ער נישט בעטן הילף נאר פראבירט אליין זאך ארויס העלפן, אויב עס איז א שווערקייט אין לערענען גייט ער צו צום ספרים שאפע מעיין אין ספר און נאך א ספר אמאל טרעפטער התשובה אף זיין שאלה און גאנץ האפט בלייבטער ביי א קשיא,
און אזוי אויכט אין אנדערע זאכן אויב ער דארף וויסן א וואו איז זיין נייער פלאץ ביי א אנאייב זמן וועט ער נישט גיין פרעגן, נאר ער וועט פראבירן נאך צוקוקן אויב עס שטייט אנגעצייכנט אין ערגעץ און אז ער וועט נישט טרעפן וועט ער בלייבן שטיין ביים ספרים שאפע זיך מאכנדיג ווי ער אלט אין איין מעיין זיין אין ראשונים אחרונים, אזוי עטליכע טעג ביז ער וועט מערקן א פלאץ וואס קיינער האט נישט געניצט די לעצטע טעג דארט וועט ער זיך זעצן,
אזוי האט ער געלעבט אין ישיבה אליין ווי א איין אינציגער אינזל אין מיטן דעם גרויסן אקאיאנוס.
חיים איז נישט געווען א פוסטער אינזל וואס ס'וואקסט דארט נישט קיין געוויקסן, נאר פארקערט ווען עס האט זיך געמאכט א מאל אמאל אז איינער איז איהם געקומען פרעגו שאלות אין לרענען, זאל נאר זיין אין וואסארע נושא און ענין האט ער געוואוסט צו זאגן עפעס דערוועגן.
אזוי האט דער אינזל געבליט מיט פיינע געוויקסן אן איינער זאל איהם צו שטערן,
אין איינע פון די פארוואלקענע טעג האט דער ים פלוצלינג אנגעאויבן צו שטורעמען מיט שטארקע כוואליעס, שווארצע ווינטן האבן גענומען בלאזן, דער שטורעם האט זיך געשטארקט פון טאג צו טאג,
צוביסלעכווייס האט דער אינזל אונגאויבן ווערן פארפלייצט, עס האט מער נישט געוואקסן דארט נייע געוויקסן און דער נאך האבן די געוויקסן וואס זענען שוין יא געווענען אויס געריסן געווארן, דער אינזל איז געווארן פארפלייצט מיט וואסר מער און מער ביז אין איין העלן נאכט האט דער גאנצער אינזל איינגעזונקען געווארן אין דעם גרויסן אקאיאנוס.....
האט דער שטורעם אט געאייסן שמעון,
(איך האב שוין נישט קיין כח צו מאריך זיין וועל איך צו-גיין גלייך צום פוינט....)
שמעון האט דערגיינגען די יארן פון חיים'ען,
חיים האט אנגעאויבן ווערן פערקלעמט און פאר מאכט ביז צו ביסלאכווייס האט עם געפלאצט די נערווען,
די גאנצע ישיבה האט געראשט אין יענע מאמענט ווי חיים האט זאך צו לאזן, גענומען ווארפן טישן מיט ביינק אויף א גע'דמיונ'טע געשטאלט פון שמעון, פון זיין מויל האט זיך ארויס געהרט משונה'דיגע קולות, מ'האט שנעל גערופן הצלה איהם צו צו א דאקטער, אויף-מארגן צופרי
קענסט שרייען פון היינט ביז מארגן "חי_וקים", ס,וועט דיר גארנישט העלפן...!!!
 |
|
|