| נשלח ב-17/11/2005 22:43 |
|
| |
צום באוואונדערן
נאך א שווערן טאג פאסקענען שאלעס, פאר קאל מאן דעבאיע, די לבנה שיינט שוין מיט זיין הערליכען שיין, שטייט הרב סאכדעס לעבן די קרעטשמע, און ער עפענט ענדליך אויף דעם טיר, אינגאנצן פארשמאכטעט, קוקט ער אזוי אריין פון טיר, און אפס זיינע אויגן טרעפט זיך מיט די אויגן פון חיים חייקל'ן, ער בלינקט איהם אזוי מיט די אויגן, עפעס ערענסט גייט פאר, נו סאכדעס ווערט שוין גאר נייגעריג, ער שלעפט זיך צו צו עמען, און אט פארציילט ער איהם אז סיז דא א מיטונג פון די באהערדע, נו זאגט סאכדעס דאס איז דאך א נארמאלער ערשיינונג, רופט זיך אהן חיים חייקל מיט אזא סודותפולען קול, נאו היינט זיצט דער באליבטער קרעמער אויך צווישן די באהערדע, נו וואס גייט דאס אהן פאר סאכדעס, אבער פאר חיים חייקל איז דאס א געוואלדיגער חידוש, נו גיי פארשטיי א דארפישן קאפ.
סאכדעס איז דאך א חכם המכיר את מקומו, און ווי אלעמאל שארט ער זיך צו צום פלאץ, און ווארט אויף יאנוש'ן ער זאל איהם אנפילן א קויסע, פון זיינע פעווריטס משקאות, און יאנוש אזוי ווי אייביג קומט אזוי צו, און ווי אלעמאל ווען ס'קומט אהן דואר, געט ער זיך אזא נויג, דאס האט דער פאסט מייסטער געבראכט היינט פאר'ן כאשיווען ......
דאס איז דאך א באוואוסטע זאך אז פאר הרב סאכדעס קומט אהן צוויי אדער דריי מאל א וואך, שווערע שאלות פון נאנט און פון ווייט, אבער דאס מאל איז אנגעקומען עפעס א אנינעמער פעקל, סאכדעס ווערט אביסל פארדעכטיקט, אבער הער אויס, לאמיר זעהן וואס דאס איז, קיין פאודער האט דאס נישט ערהאלטן, שוין סאכדעס אטעמט אפ, אבער ער באמערקט אז מיט בלויע אותיות ווערט ערווענט א געוויסע אדרעס, וואס איז אין זייט פון אונזער דארף ביים ווינקעל, שוין סאכדעס שטייט און באטראכט דעם אדרעס, ער קען נישט פארשטיין וואס דאס טוט אהנדייטן, אבער געטראכט יא געטראכט נישט, אבער פארט געגאנגען.
רבותי האלט אייך איין דעם אטעם, דאס איז געווען א בייזוויליגער פלאן פון די נישט גוטע, סאכדעס שלעפט זיך אהין צום אנגעשריבענעם אדרעס, ער געט נאר א קלאפ אהן, און פאפס..., סעפענען זיך צענדליגער פענסטער'ס, און כל מיני שדין ולילין ורוחין באווייזען זיך פאר די אויגן פונעם כאשיווען דאיען, זיי האבן איהם געוואלט פארכאפן רח"ל, סאכדעס טראכט נישט קיין סאך, ער הייבט אהן צו פארמאכן די פענסטערלעך, אויף יעדן פענסטער איז דא אזא X אויבן אויף די לינקע זייט, און גארנישט אזוי ווי די מכה צפרדע, ער מאכט צו איין פענסטער, אויף די מינוט פינף אנדערע פענסטער עפענען זיך, ביז ביז ענדליך איז געלונגען פאר סאכדעס צו פארמאכן אלע פענסטערלעך, ער האט געמיינט אז דאס איז דאס, ער גייט אהיים צו ביתו נאוה קודש, ער לייגט זיך שלאפן אויפן סאפע, און ב"ה די נאכט איז דורך בשלום.
דעם אנדערן אינדערפרי סאכדעס שטייט אויף ווי געווענדליך נאך פאר חצות, כדי אריינצוכאפן א דאווענען, אבער ער האט זיך באלד געווענדעט צום קרעטשמע, אנשטאט זיך אריינזעצן אין נייעם בעסדין שטיבל וואס דער בירגערמייסטער האט אקאורשט אויפגעבויעט, איך מיין א שווערע נאכט געהאט, קיין ישוב הדעת -אויב סיז בכלל דא- צו פאסקענען שאלעס איז נישט געווען, און שטעלט אייך פאר ער עפענט אויף דעם טיר, און פלוצים די אומגעוואוטשענע זענען דא, זיי האבן זיך פארשאפט פענסטער'ס אין די קרעטשמע גופא, -דאס איז געווען נישט צום פארשטיין, וויאזוי זיי האבן זיך אהינדערווישט- און סאכדעס הייבט אויף זיין קול מיט קולות וברקים.
אויף די מינוט קומט צו גיין דער באליבטער קרעמער, ער איז נאך געווען אויף די אסיפה פון נעכטן, און פרעגט וואס גייט פאר, פארצייל איך איהם בקוצר אמרים, אז געוויסע עבירות האבן זיך אריינגעכאפט אין קרעטשמע, אבער נישט סתם אין קרעטשמע, נאר אין מוח פון די קרעטשמע, און לאזן נישט מנוחה, פון אנפאנג האט נאך סאכדעס געקענט טרינקען אין די קרעטשמע, אבער נאך אביסל איז דאס אויך נישט געגאנגען, זיי האבן מנסך געווען אלע משקאות פון די קרעטשמע, קיין אידיש געטראנק האט מען שוין דארט נישט געקענט טרינקען, נאר געוויסע כינעזישע וכדו'.
מיר האבן נישט געהאט קיין ברירה, קרעמער געט מיר אזא וואונק פון אן אונטער טירל וואס שטייט דערויף גוגל, נאדיר א קויסע, וואס נאך קען איך דיר העלפן, בקיצור סאכדעס איז איהם נאכאמאל מסביר דעם פראבלעם שוין אביסל רואיגער, אין דעם טירל האבן זיך נאך די כעוורע נישט אריינגערוקט, פארציילט מיר קרעמער אז סיז דא א כעוורע ממש איצט ארויסגעקומען צו די פובליק זיי רופן זיך ספיי סוויפער, זיי קענען זיך אן עצה טוהן מיט די אלע שדים ולילין ורוחין, און ער זאגט נאך מער אז ער האט אייביג קאנטאקטן מיט די כעוורע, על כל צרה שלא תבוא, נו סאכדעס פארשטייט דאך נישט די קבלה ענינים, ער לערנט דאך בעיקר נאר נגלה, אבער נאך אביסל מאטערנישן האט ער שוין געכאפט וואס דאס איז, דאן פרעגט סאכדעס דעם קרעמער, ווי אזוי שאפט מען זיך איין מיט די חברה, זאגט קרעמער אויף די מינוט קען איך דיר נישט העלפן, אבער דו בעט השי"ת אז די אלע שדים זאלן דיר קיין שלעכטס נישט קענען טוהן, פארכמארעטערהייט גייט סאכדעס אין בעסדין שטובל, און האפט צום בעסטן אז היינט זאל קיינער נישט קומען פרעגן קיין שאלעס, שוין גענוג געהאט.
אלזא סיגייט דורך קוים א שטיקל צייט, און מ'קלאפט אהן אין בעסדין שטיבל, סאכדעס ציטערט אין די הויזן ער עפענט אויף מיט א זויערע מינע, אבער ער ווערט שוין נישט אנטוישט, דאס איז זיין באליבטער קרעמער און צום באוואונדערן זאגט ער איהם אז פונקט איז איהם אויסגעקומען צו רעדן, נישט מער און נישט ווייניגער מיטן הויכגעשעצטן מנהל משנה בן הרחמן, אדער ווי מ'רופט איהם אין קרעטשמע בעני, און ער זאגט אזוי שטיל פאר סאכדעס בעני איז מיין טעקנישאן, סאכדעס כאפט קודם נישט וואס דאס איז, און וואס וועט דאס העלפן, זאגט ער מיר ער וועט דיר קענען פארבינדן מיט די אויבנדערמאנטע כעווערע, "אזוי" זאגט הרב סאכדעס נו אדרבה, זאגט ער מיר אז בעני וועט דאס מיר פארציילן בסוד דורך א גוטן כאווער מיינעם וואס הייסט ערעב יאהו, אבער קודם דארף איך שאפן א נייע כלי וואס הייסט ווינזיפ, זאגט סאכדעס דאס איז נישט קיין פראבלעם, ער גייט אריבער צו די פירמע און ער פארשאפט זיך מיט פראטעקציע די כלי פאר גאר אומזיסט.
דאן זאגט סאכדעס פאר קרעמער אז ער האט זיך שוין איינגעשאפט די כלי, דאן פרעגט קרעמער אהן סאכדעס ווי אזוי ערעב יאהו רופט איהם ביים נאמען, נו ער ענפערט באלד, ביז אפאר מינוטען האט זיך שוין בעני פארבינדן מיט ערעב יאהו ער זאגט איהם די גאנצע מעסעדזש אויף אידיש, ווייל קרעמער האט אים געזאגט אז סאכדעס קען דאך בוודאי נישט קיין גויאישע שפראכן, ער איז דאך דאיען, על כל פנים בעני האט זיך נישט געכאפט אז ערעב יאהו קען נישט קיין ווארט אידיש, שוין דאן קומט קרעמער צו לויפן אז בעני וועט דאס איבערגעבן אין אן אנדערע שפראך וואס סאכדעס וועט קענען פארשטיין, אבער היות זמן מנחה מעריב הגיע, וועט ער שוין רעדן צו ערעב יאהו נאך מעריב.
איר קענט זיך שוין אליין פארשטעלן וואסערע מנחה מעריב סאכדעס האט אראפגעלייגט, מיט ביטערע טרערן (דא דערמאנט זיך סאכדעס אינעם ניגון פון דעם באוואוסטען קאונטער יוסעלע רוזנבלט, מיט ביטערע טרערן יתגדל ויתקדש, א יאהרצייט ליכט פארטרויערט פארטראכט, צו וועסטו אמאל ברענען פאר מיר ווען א נאכט יתגדל ויתקדש שמיה רבא וגו'), און ער בעט זיך צו גאט אז דאס זאל שוין זיין די ישועה בשלימות.
נאך מנחה מעריב קלאפט סאכדעס אהן צום טיר מיטן שילד גוגל, דארט געפינען זיך די באהערדע, און קרעמער עפענט אויף, סאכדעס זאגט איהם אפשר קען איך אליינס שפרעכן מיט בעני, פארוואס דארף מען א מתווך אינדערמיט, סיז דאך נישט קיין שידוך, ער פרעגט אהן ביי בעני, און ער זאגט אדרבה זאל ער אריינקומען, בארעכ האשעם סאכדעס איז שוין אויף איין טיש מיט בעני, אבער ער זאגט איהם איך מוז דאס נאך אלץ טוהן דורך א שליח ערעב יאהו, זאגט איהם סאכדעס, אית מאן דפרע בגופיה אית מאן דפרע בממוניה, טוה ווי אזוי דו פארשטייסט דאס איז דאך דיין ליניע, עס גייט דורך צוויי מינוט אין ערעב יאהו איז דא ער רוקט איהם אריין דעם קאנעקשאן קאוד פון די כעוורע ספיי סוויפער און וואונדער איבער וואונדער, באלד האט ער שוין געהאט מיט זיי פארבינדינגען, גלייך שיקן זיי ארויס מיטן שנעלע רייטער אפאר פון זייערע שומרים, און גיבן אכטונג אז די שדים זאלן קיין כוח נישט האבן, זיי קוקען דורך דעם גאנצן קרעטשמע און זיי פארכאפן אלע באהאלטענע לילין וואס האבן זיך באהאלטן אין די קרעטשמע, און סאכדעס הייבט שוין אהן זיך אונטערצוזינגען דעם ליד איי לי לו לי לו, איי לי לו לי לו, שלאפ שוין מיין טייער טייבעלע, מאך שוין צו דיין כשר אייגעלע איי לו לו לו אייאיי לו לו ללו לולו וגו',
סיגייט נישט דורך אפאר טאג און ביידע סיי מ.ב.קרעמר ב., און סיי אב הרחמן, קומען אריין אין די קרעטשמע, און זעהן מיט זייערע אויגן א גרויסן שילד וואס שרייט ארויס
שערקויעך אונטערגעשריבן דורכן דאיען דמתא אט אזוי
וואו עס שרייט אויס ענקער דאיען
הק' סאכדעס
חונה פה קרעטשמע יצ"ו
וואו פארשטייט זיך מאכט מען באלד א גרויסע סעודה הושע בן בארי, וואו עס באטייליגן זיך אלע אידן פון דארף, לכבוד די שמחת תורתו פונעם אלעמען באליבטן דאיען הרב סאכדעס שליט"א, און יאנוש -יא דער וואס איז שולדיג אין די גאנצע מאסע- שטעלט משקה, אידיש געטראנק, פאר'ן גאנצן ציבור, אויפן אויבן אהן זיצן די צוויי גענערעלער מ.ב. קרעמער ב. און וואו אויך זיין טעקנישאן בן הרחמן, אלע גייען צו און זאגן לחיים, אזוי פאסט זיך אויפצופירן ווען איינער פון די כאוויירים געפינען זיך אין א צרה פון די שדים.
        
        
        
         
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-17/11/2005 22:49 |
|
| |
סאכדעס'ל טייערער.... יאך ווילשעט אייך ניט מוסר זאגן, אבער לויט ווי מען שמועסט אין דארף קלעפט זיך נישט אן קיין (ע)וויירעס'לעך נאר אויב מען דרייט זיך נעבן די פלעצער וואס טויגן נישט, ווצב"ש ביים עק שטעטל דארט אינעם פארלאזטן כאטקע ווי מען שמועסט אז עס דרייען זיך דארטן די יעניגע חברה...
|
|
|
|
| נשלח ב-17/11/2005 22:53 |
|
| |
אוי ראש הקאהעל טייערער דו זאלסט נישט געפרובט ווערן מיט אזעלכע פאסט.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/11/2005 23:10 |
|
| |
איך ברענג אראפ די לשון פון התאחדות, איך וועל נאר איינקעסטלען מיינע הגהות:
נאך א שווערן טאג פאסקענען שאלעס, פאר קאל מאן דעבאיע, די לבנה שיינט שוין מיט זיין [איר] הערליכען שיין, שטייט הרב סאכדעס לעבן [נעבן] די קרעטשמע, און ער עפענט ענדליך אויף דעם טיר, אינגאנצן פארשמאכטעט, קוקט ער אזוי אריין פון טיר, און אפס זיינע אויגן טרעפט [טרעפן] זיך מיט די אויגן פון חיים חייקל'ן, ער בלינקט איהם אזוי מיט די אויגן, עפעס ערענסט גייט פאר, נו סאכדעס ווערט שוין גאר נייגעריג, ער שלעפט זיך צו צו עמען [אים'ן], און אט פארציילט ער איהם אז סיז [ס'איז] דא א מיטונג פון די באהערדע, נו זאגט סאכדעס דאס איז דאך א נארמאלער ערשיינונג, רופט זיך אהן חיים חייקל מיט אזא סודותפולען קול, נאו היינט זיצט דער באליבטער קרעמער אויך צווישן די באהערדע, נו וואס גייט דאס אהן פאר סאכדעס, אבער פאר חיים חייקל איז דאס א געוואלדיגער חידוש, נו גיי פארשטיי א דארפישן קאפ.
סאכדעס איז דאך א חכם המכיר את מקומו, און ווי אלעמאל שארט ער זיך צו צום פלאץ, און ווארט אויף יאנוש'ן ער זאל איהם אנפילן א קויסע, פון זיינע פעווריטס משקאות, און יאנוש אזוי ווי אייביג קומט אזוי צו, און ווי אלעמאל ווען ס'קומט אהן דואר [פאסט], געט ער זיך אזא נויג, דאס האט דער פאסט מייסטער געבראכט היינט פאר'ן כאשיווען ......
דאס איז דאך א באוואוסטע זאך אז פאר הרב סאכדעס קומט [קומען] אהן צוויי אדער דריי מאל א וואך, שווערע שאלות פון נאנט און פון ווייט, אבער דאס מאל איז אנגעקומען עפעס א אנינעמער [אנאנימער] פעקל, סאכדעס ווערט אביסל פארדעכטיקט, אבער הער אויס, לאמיר זעהן וואס דאס איז, קיין פאודער האט דאס נישט ערהאלטן [ענטהאלטן], שוין סאכדעס אטעמט אפ, אבער ער באמערקט אז מיט בלויע אותיות ווערט ערווענט א געוויסע אדרעס, וואס איז אין זייט פון אונזער דארף ביים ווינקעל, שוין סאכדעס שטייט און באטראכט דעם אדרעס, ער קען נישט פארשטיין וואס דאס טוט אהנדייטן, אבער געטראכט יא געטראכט נישט, אבער פארט געגאנגען.
רבותי האלט אייך איין דעם אטעם, דאס איז געווען א בייזוויליגער פלאן פון די נישט גוטע, סאכדעס שלעפט זיך אהין צום אנגעשריבענעם אדרעס, ער געט נאר א קלאפ אהן, און פאפס..., סעפענען זיך צענדליגער פענסטער'ס, און כל מיני שדין ולילין ורוחין באווייזען זיך פאר די אויגן פונעם כאשיווען דאיען, זיי האבן איהם געוואלט פארכאפן רח"ל, סאכדעס טראכט נישט קיין סאך, ער הייבט אהן צו פארמאכן די פענסטערלעך, אויף יעדן פענסטער איז דא אזא X אויבן אויף די לינקע זייט, און גארנישט[,] אזוי ווי די מכה צפרדע, ער מאכט צו איין פענסטער, אויף די מינוט פינף אנדערע פענסטער עפענען זיך, ביז ביז ענדליך איז געלונגען פאר סאכדעס צו פארמאכן אלע פענסטערלעך, ער האט געמיינט אז דאס איז דאס, ער גייט אהיים צו ביתו נאוה קודש, ער לייגט זיך שלאפן אויפן סאפע, און ב"ה די נאכט איז דורך בשלום.
דעם אנדערן אינדערפרי סאכדעס שטייט אויף ווי געווענדליך נאך פאר חצות, כדי אריינצוכאפן א דאווענען, אבער ער האט זיך באלד געווענדעט צום קרעטשמע, אנשטאט זיך אריינזעצן אין נייעם בעסדין שטיבל וואס דער בירגערמייסטער האט אקאורשט אויפגעבויעט, איך מיין א שווערע נאכט געהאט, קיין ישוב הדעת -אויב סיז בכלל דא- צו פאסקענען שאלעס איז נישט געווען, און שטעלט אייך פאר ער עפענט אויף דעם טיר, און פלוצים די אומגעוואוטשענע זענען דא, זיי האבן זיך פארשאפט פענסטער'ס אין די קרעטשמע גופא, -דאס איז געווען נישט צום פארשטיין, וויאזוי זיי האבן זיך אהינדערווישט- און סאכדעס הייבט אויף זיין קול מיט קולות וברקים.
אויף די מינוט קומט צו גיין דער באליבטער קרעמער, ער איז נאך געווען אויף [פון]די אסיפה פון נעכטן, און פרעגט וואס גייט פאר, פארצייל איך איהם בקוצר אמרים, אז געוויסע עבירות האבן זיך אריינגעכאפט אין קרעטשמע, אבער נישט סתם אין קרעטשמע, נאר אין מוח פון די קרעטשמע, און לאזן נישט מנוחה, פון אנפאנג האט נאך סאכדעס געקענט טרינקען אין די קרעטשמע, אבער נאך אביסל איז דאס אויך נישט געגאנגען, זיי האבן מנסך געווען אלע משקאות פון די קרעטשמע, קיין אידיש געטראנק האט מען שוין דארט נישט געקענט טרינקען, נאר געוויסע כינעזישע וכדו'.
מיר האבן נישט געהאט קיין ברירה, קרעמער געט מיר אזא וואונק פון אן אונטער טירל וואס שטייט דערויף גוגל, נאדיר א קויסע, וואס נאך קען איך דיר העלפן, בקיצור סאכדעס איז איהם נאכאמאל מסביר דעם פראבלעם שוין אביסל רואיגער, אין דעם טירל האבן זיך נאך די כעוורע נישט אריינגערוקט, פארציילט מיר קרעמער אז סיז דא א כעוורע ממש איצט ארויסגעקומען צו די פובליק זיי רופן זיך ספיי סוויפער, זיי קענען זיך אן עצה טוהן מיט די אלע שדים ולילין ורוחין, און ער זאגט נאך מער אז ער האט אייביג קאנטאקטן מיט די כעוורע, על כל צרה שלא תבוא, נו סאכדעס פארשטייט דאך נישט די קבלה ענינים, ער לערנט דאך בעיקר נאר נגלה, אבער נאך אביסל מאטערנישן האט ער שוין געכאפט וואס דאס איז, דאן פרעגט סאכדעס דעם קרעמער, ווי אזוי שאפט מען זיך איין מיט די חברה, זאגט קרעמער אויף די מינוט קען איך דיר נישט העלפן, אבער דו בעט השי"ת אז די אלע שדים זאלן דיר קיין שלעכטס נישט קענען טוהן, פארכמארעטערהייט גייט סאכדעס אין בעסדין שטובל, און האפט צום בעסטן אז היינט זאל קיינער נישט קומען פרעגן קיין שאלעס, שוין גענוג געהאט.
אלזא סיגייט דורך קוים א שטיקל צייט, און מ'קלאפט אהן אין בעסדין שטיבל, סאכדעס ציטערט אין די הויזן ער עפענט אויף מיט א זויערע מינע, אבער ער ווערט שוין נישט אנטוישט, דאס איז זיין באליבטער קרעמער און צום באוואונדערן זאגט ער איהם אז פונקט איז איהם אויסגעקומען צו רעדן, נישט מער און נישט ווייניגער מיטן הויכגעשעצטן מנהל משנה בן הרחמן, אדער ווי מ'רופט איהם אין קרעטשמע בעני, און ער זאגט אזוי שטיל פאר סאכדעס בעני איז מיין טעקנישאן, סאכדעס כאפט קודם נישט וואס דאס איז, און וואס וועט דאס העלפן, זאגט ער מיר ער וועט דיר קענען פארבינדן מיט די אויבנדערמאנטע כעווערע, "אזוי" זאגט הרב סאכדעס נו אדרבה, זאגט ער מיר אז בעני וועט דאס מיר פארציילן בסוד דורך א גוטן כאווער מיינעם וואס הייסט ערעב יאהו, אבער קודם דארף איך שאפן א נייע כלי וואס הייסט ווינזיפ, זאגט סאכדעס דאס איז נישט קיין פראבלעם, ער גייט אריבער צו די פירמע און ער פארשאפט זיך מיט פראטעקציע די כלי פאר גאר אומזיסט.
דאן זאגט סאכדעס פאר קרעמער אז ער האט זיך שוין איינגעשאפט די כלי, דאן פרעגט קרעמער אהן סאכדעס ווי אזוי ערעב יאהו רופט איהם ביים נאמען, נו ער ענפערט באלד, ביז אפאר מינוטען האט זיך שוין בעני פארבינדן מיט ערעב יאהו ער זאגט איהם די גאנצע מעסעדזש אויף אידיש, ווייל קרעמער האט אים געזאגט אז סאכדעס קען דאך בוודאי נישט קיין גויאישע שפראכן, ער איז דאך דאיען, על כל פנים בעני האט זיך נישט געכאפט אז ערעב יאהו קען נישט קיין ווארט אידיש, שוין דאן קומט קרעמער צו לויפן אז בעני וועט דאס איבערגעבן אין אן אנדערע שפראך וואס סאכדעס וועט קענען פארשטיין, אבער היות זמן מנחה מעריב הגיע, וועט ער שוין רעדן צו ערעב יאהו נאך מעריב.
איר קענט זיך שוין אליין פארשטעלן וואסערע מנחה מעריב סאכדעס האט אראפגעלייגט, מיט ביטערע טרערן (דא דערמאנט זיך סאכדעס אינעם ניגון פון דעם באוואוסטען קאונטער [קענטאר] יוסעלע רוזנבלט, מיט ביטערע טרערן יתגדל ויתקדש, א יאהרצייט ליכט פארטרויערט פארטראכט, צו וועסטו אמאל ברענען פאר מיר ווען א נאכט יתגדל ויתקדש שמיה רבא וגו'), און ער בעט זיך צו גאט אז דאס זאל שוין זיין די ישועה בשלימות.
נאך מנחה מעריב קלאפט סאכדעס אהן צום טיר מיטן שילד גוגל, דארט געפינען זיך די באהערדע, און קרעמער עפענט אויף, סאכדעס זאגט איהם אפשר קען איך אליינס שפרעכן מיט בעני, פארוואס דארף מען א מתווך אינדערמיט, סיז דאך נישט קיין שידוך, ער פרעגט אהן ביי בעני, און ער זאגט אדרבה זאל ער אריינקומען, בארעכ האשעם סאכדעס איז שוין אויף איין טיש מיט בעני, אבער ער זאגט איהם איך מוז דאס נאך אלץ טוהן דורך א שליח ערעב יאהו, זאגט איהם סאכדעס, אית מאן דפרע בגופיה אית מאן דפרע בממוניה, טוה ווי אזוי דו פארשטייסט דאס איז דאך דיין ליניע, עס גייט דורך צוויי מינוט אין ערעב יאהו איז דא ער רוקט איהם אריין דעם קאנעקשאן קאוד פון די כעוורע ספיי סוויפער און וואונדער איבער וואונדער, באלד האט ער שוין געהאט מיט זיי פארבינדינגען, גלייך שיקן זיי ארויס מיטן שנעלע רייטער אפאר פון זייערע שומרים, און גיבן אכטונג אז די שדים זאלן קיין כוח נישט האבן, זיי קוקען דורך דעם גאנצן קרעטשמע און זיי פארכאפן אלע באהאלטענע לילין וואס האבן זיך באהאלטן אין די קרעטשמע, און סאכדעס הייבט שוין אהן זיך אונטערצוזינגען דעם ליד איי לי לו לי לו, איי לי לו לי לו, שלאפ שוין מיין טייער טייבעלע, מאך שוין צו דיין כשר אייגעלע איי לו לו לו אייאיי לו לו ללו לולו וגו',
סיגייט נישט דורך אפאר טאג און ביידע סיי מ.ב. [וויפיל מאל דארף איך בעטן דו זאלסט אויפהערן מיר געבן צונעמען?]קרעמר ב., און סיי אב[אב הרחמן? ער לעבט נאך? בן] הרחמן, קומען אריין אין די קרעטשמע, און זעהן מיט זייערע אויגן א גרויסן שילד וואס שרייט ארויס
שערקויעך
אונטערגעשריבן דורכן דאיען דמתא אט אזוי
וואו עס שרייט אויס ענקער דאיען
הק' סאכדעס
חונה פה קרעטשמע יצ"ו
וואו פארשטייט זיך מאכט מען באלד א גרויסע סעודה הושע בן בארי, וואו עס באטייליגן זיך אלע אידן פון דארף, לכבוד די שמחת תורתו פונעם אלעמען באליבטן דאיען הרב סאכדעס שליט"א, און יאנוש -יא דער וואס איז שולדיג אין די גאנצע מאסע- שטעלט משקה, אידיש געטראנק, פאר'ן גאנצן ציבור, אויפן אויבן אהן זיצן די צוויי גענערעלער מ.ב. קרעמער ב. און וואו אויך זיין טעקנישאן בן הרחמן, אלע גייען צו און זאגן לחיים, אזוי פאסט זיך אויפצופירן ווען איינער פון די כאוויירים געפינען זיך אין א צרה פון די שדים.
הערליך באשריבן התאחדות!!!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-17/11/2005 23:17 |
|
| |
טאדע ראבא פאר דיינע הגהות געוויסע טעותים האב איך געשריבן מיט כוונה, אבער געוויסע ביסטו טויזנט פראצענט גערעכט, נאכאמאל שערקויעך
|
|
|
|
| נשלח ב-17/11/2005 23:22 |
|
| |
התאחדות
טאקע צום באוואונדערן
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2005 00:20 |
|
| |
וואס גייט פאר בןהרחמן, אזא שוואכן זיכרון, (איינמינוט איינער קלאפט דארט)
|
|
|
|
| נשלח ב-21/11/2005 05:20 |
|
| |
התאחדות;
ס'איז א מורא'דיגע מעשה ממש צום באוואנדערען, די גרעסטע וואונדער איז אבער אויף דיר, די ווייסט נישט אז מ'טאר נישט עפענען קיין אנאנימע בריווען?
|
|
|
|
| נשלח ב-21/11/2005 06:32 |
|
| |
ער האט געמיינט סיז א שווערע שאלה.
בדרך כלל קוקט ער עס אן גוט, דרייט אהער דרייט אהין, ופרשו השמלה לפני זקני העיר, און נאכער געט ער ארויס זיין פסק. דאס מאל איז געקומען איינער אים צו פארכאפן מיט א כוונה גלויה. און ב"ה שלא עלתה בידו. הלואי.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/11/2005 08:17 |
|
| |
כ'האב נישט געוויסט דער דיין שליט"א אזוי שיין שרייבן 
|
|
|
|
| נשלח ב-21/11/2005 16:08 |
|
| |
יא... דאס איז איינס פון די זאכען וואס א תלמיד חכם ברויך קענען (חולין ט' ע"א) כתב, שחיטה, מילה.
כתב = דער דיין שרייבט גוט
מילה = ער איז א מוהל אויך (אזוי האט ער געשריבן פאר מר. פענסטער אינעם אשכול "ידיעה בעלמא און מזל טוב")
שחיטה = מיר הרג'נען זיך פאר געלעכטער פון זיינע תגובות
|
|
|
|
| נשלח ב-21/11/2005 17:33 |
|
| |
לערנען קען ער דאך אויך,
האסט פארגעסן?
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|