| נשלח ב-20/11/2005 05:31 |
|
| |
שאלה פון די וואך ; חיי שרה
עס איז יעדן באקאנט אז פרייטיג פון 6-7 אויפדערנאכט איז שולט מזל מאדים, און דערפאר זאל מען נישט מאכן קיין קידוש,
איז די שאלה: פארוואס דוקא קידוש זאל מען נישט מאכן?
לערנען מעג מען יא?
דאווענען מעג מען יא?
אביסל טיפער פון דעם, כמדומני אז די שעות שליטות המזלות זענען געוואנדן לפי אופק ארץ ישראל פונקט ווי די זמני המולד והתקופות. (עי' רמב"ם קידה"ח פרק יא.) איז אויב אזוי דארף דאס זיין אין לאנדאן צווישן 4-5 [צוויי שעה געריקט], און צווישן 6-7 קען מען רואיג מאכן קידוש ?
אין ניו יארק שטימט עס יא צווישן 6-7 ווייל ס'יז זיבן שעה געריקט.
תוקן על ידי - gishmoker - 20/11/2005 5:31:38
|
|
|
|
| נשלח ב-24/11/2005 22:49 |
|
| |
לערנענדיג מיין טעגליכ'ן שיעור משניות, האב איך אנגעקלאפט און אן אינטערסאנטן זאך.
וואו אין משניות ווערט א פאליטישן אנגערופן פאליטישן???
נו חברה, עס איז דאך חגא, זיכט נאך און לאזט וויסן ווער איר טרעפט.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/11/2005 01:08 |
|
| |
שיינהייט;
יעצט איינמאל האב איך מקדים געווען די רפואה פאר די מכה, איך האב דאך געוואוסט אז דו לערנסט יעצט זרעים, האב איך לעצטנס שנעל נאכגעקוקט אלע שאלות וואס דו גייסט קענען פרעגן אין די נאנטע צוקונפט... דא האסטו די תירוץ:
תרומות פרק ב' משנה ה' = מאכל פוליטיקין; הם בני אדם המעונגים והמפונקים בעלי העושר כו' (פי' המשניות להרמב"ם), ועי' בר"ש בשם הערוך דהיינו בני פלטין.
|
|
|
|
|