| נשלח ב-29/11/2005 02:14 |
|
| |
.....איך קאַך.........
וועעע!!!..... וועעע!!!..... וועעע!!!.....
איך וויין נישט, איך קאַך.........
איך בין שוין דא אליין פאר כמעט צוויי שעה!!!!....
וואו איז יעדער??!....
פארוואס ענטפערט מיך קיינער נישט?!!...
מארגן וועט מען שרייען:
יענטאאש, פליז, ביטע, זיי מוחל, שרייב מער!!!...בלאַ בלאַ בלאַ!!!!......
יעצט בין איך דא!.... ווילסט שמועסן מיט מיר??!!!..... אקעי יעצט!!!!!!!!!!.....
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2005 02:16 |
|
| |
העי יענטאאש, איך האב זיך שוין געפריידט אז דו קאכסט אפ א גוטע וועטשערע... ווי אנטוישט בין איך געווארן זעהנדיג אינעם אשכול אז דו קאכסט גאר מיט א פתח.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2005 02:20 |
|
| |
הההה... הההה... הההה... שוין כ'האב זיך בארואיגט.... ענדליך איז איינער דא.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2005 02:35 |
|
| |
איך קאך מיט. איך האב מיט דיר מיטגעפיל. איך האב דאס שוין סאך מאל געשפירט אויף די אייגענע הויט.
יא.. יא... אלעס איז דער גרויזאמער גראף שולדיג
ער, נאר ער, ער האט אונז פאר די לעצטע פיר-און-צוואנציג שעה ענג געמאכט אין די ארטאדאקסישע געסלעך און מיר האבן נישט געהאט קיין שום וועג אנצוקומען צו די קרעטשמע...
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2005 02:41 |
|
| |
יין_שרף;
יעצט האסטו שוין יא צוטריט דורך די מסורה'דיגע וועג? איך ליידער נישט!
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2005 02:45 |
|
| |
יא איך בין אריין דורך מסורת.
אויב דו ווילסט דוקא אריינגיין דורך מסורה ניץ די עצה:
סיין דיך ארויס פון דיין ניק נעים, און יעדן מאל וואס דו וועסט וועלן שיקן א "הודעה חדשה", וועסטו יעדעס מאל עקסטער דארפן אריין לייגן דיין ניק און פעסווארד.
"מאך נישט שמור פרטים", ווייל אויב יא דאן וועסטו ווידער נישט קענען אריין גיין דורך מסורת.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2005 03:06 |
|
| |
יין_שרף;
קען זיין אז איך פארשטיי נישט פונקטליך אייערע אנווייזונגען, אבער ביי מיר האט דאס געהאלפן ווי פאר א טויטן באנקעס.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2005 04:35 |
|
| |
איך בין שוין אפגעקאכט....
דו דארפסט דעליטן אלל קוקיס און טעמפארערי אינטערנעט פיילס, און נאכער קליק אריין דורך מסורת.
דעמאלס קענסטו יא מאכן שמור פרטים.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2005 06:58 |
|
| |
געשמאקער;
דו רעדסט ווי א מענטש (פאר א טשעינדזש)! איך האב געפאלגט דיינע אנווייזונגען און יעצט שרייב איך אויף מסורת.
איך האף נאר אז די מסורת וועט נישט ארויפלייגן "אלע" אדווערטייזמענטס פון די רעגולער היידפארק, ווייל דאן שטעלט זיך די פראגע "מה הועילו חכמים בתקנתם"? "הזאת נעמי"? "אל הנער הזה התפללתי"? "אויף דעם האט דער רבי געוויינט ביי שלש סעודות אלע יארן"?
|
|
|
|
| נשלח ב-6/12/2005 02:40 |
|
| |
וועעע!!!..... וועעע!!!..... וועעע!!!.....
שוין ווייטער קאך איך.....
איך בין שוין דא אליין פאר ווייסעך ווי לאנג!!!!....
וואו איז יעדער??!....
פארוואס ענטפערט מיך קיינער נישט?!!...
|
|
|
|
| נשלח ב-6/12/2005 02:54 |
|
| |
גיב עפעס בעסערס....
דאס ניצט מען ווען מען 'קאכט' מיט א 'ק'.....
|
|
|
|
| נשלח ב-6/12/2005 03:21 |
|
| |
ווער קאַכט דארט אזוי? - פרעגט חיים חייקל מיט א פארווינדערטע שטימע
חיים חייקל דערנענטער זיך צו דעם טישל, און מערקט גאר אז דאס איז דאך נישט קיין אנדערער ווי זיין באליבטער ראש הקהל.
וואס קאכט איר אזוי? וואס קאכט איר אזוי? - זאגט חיים חייקל צו זיין באליבטער ראש הקהל - ווייסט איר דען נישט אז חיים חייקל מאכט נעבעך זייער אפט מיט דעם פארווייגטאגטן איבערגאנג וואס האט איצט באפאלן דעם ראש הקהל?.
וואלט דער ראש הקהל אריינגעפאלן צו אונז אין די קרעטשמע מער עפעטער, וואלט ער זיך באלד דערוואוסט אז דאס איז א דורכשניטליכער ערשיינונג אין די קרעטשמע, וואס רוב דורכגייערס מאכן דאס מיט עטליכע מאל אין טאג...
|
|
|
|
|