| נשלח ב-29/11/2005 05:29 |
|
| |
צום וואסער טרעגער---
הקדמת האנזעצער: איך ווייס נישט אויב דא איז דער פאסיגער מקום צו מעורר און מתריע זיין אויף די געוואלדיגע עוולה וואס איז זיך פארלאפן נישט לאנג צוריק. אבער דא האב איך געזען א וואסער טרעגער. און אפשר איז עס געווען טאקע ער...
*********
נישט לאנג צוריק האב איך מיר אריינגעזעצט אין א פריוואטער מקום מנוחה. אן ארט ווי איך רוה זיך אפ רואיגערהייט אינמיטן א שווערן טאג ארבעט. דארט קען מיר קיינער אפי' נישט פרובירן צו שטערן. און מיט א רואיגקייט גיי איך איבער אלע וויכטיגע נייעסער און בילס פונעם טאג.
נישט באמערקנדיג געב איך מיר א דריי ארום און ווי פון הימל אראפ ווער איך באגאסן מיט א פולן עמער וואסער. איך ווייס נישט פארוואס דאס איז זיך מיר געקומען.. עס איז געווען א רחמנות מיר צו זען א דורכגעווייקטער און פון קעלט דורכגעפרוירענער ווען איך האב זיך ארויסגעשלייכט א פארגליווערטער אין די אייזיגער גאס...
חברה, דאס איז שוין גאר קיין וויץ נישט. וויפיל מאל עס האט מיר שוין פאסירט, ווען איך בין געגאנגען אין א פובליק בית הכבוד און א אוממענטשליכער געוויקס האט עפעס איבערגעלאזן א זכר פון זיך.
פארוואס קען ער אמווייניגסטנס, נישט טוהן דעם קליינע און מינדערוויכטיגע שווערע ארבעט פון נעמען דאס גלעזעלע קלארע וואסער און דאס אריבערשיטן אין טעפל אריין?
פארוואס דארף איך ליידן פון דיינע אומריינע געמויזעכטס?
מער זאלסטו דאס נישט טוהן. און איך וועל זיך קענען רואיג לייגן אין בעט אריין...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2005 07:06 |
|
| |
דיפלאמאט;
איך שטעל זיך פאר אז נישט יעדער כאפט אויף וואס דיינע רייד באציען זיך, וועל איך פרובירן מסביר זיין.
מאנכע - פרומע, אדער סתם באקוועמע לייט - נעמען זיך מיט אין בית הכבוד אן איבריגן גלעזל וואסער פאר קינוח והדחה, דאס אליין איז נישט אזא פראבלעם, אבער א שיינער פראצענט פון זיי לאזן דאס איבער אלס א "סואוועניער" פאר דעם קומענדיגן גאסט, אז אויב יענער האט חלילה פארגעסן מיטצוברענגן זיין אייגן גלעזל מים אמצעיים, זאל ער חלילה נישט נכשל ווערן מיט אן אי נקי'דיגן דאווענען.
מה עשה הקב"ה? דער דיפלאמאט האט ווייזט אויס געליינט א ניו יארק טיימס, וואס - ווי שוין באשריבן דא אמאל - ברויך מען האבן גרויסע פלייצעס (בלשון נקי) דאס צו ליינען אין בית הכסא, האט ער געמאכט א ימין ושמאל תפרוצי, און עס איז געווען והמים להם חומה מימינם ומשמאלם.
אגב, א זייטיגע נאטיץ: ווען איך זעה א איד אריינטראגן אזא גלעזל אין בית הכסא, פרעג איך אים - נוסח נאטורליך - וואו מאכט איר די ברכה?
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2005 20:33 |
|
| |
קרעמער גיט געזאגט.. הא..הא.. איך לאכ נאך יעצט.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2005 20:43 |
|
| |
ר' קרעמער. די קאסט מיר א לאך
מיר אלע לאכען דא אין אפיס.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2005 20:47 |
|
| |
אבי מ'לאכט שוין אין אפיס.
קרעמער יאך ווייס נישט אויב דו ווייסט פון אזא זאך "מנהג ישראל תורה", אבער דאס איז שוין א מנהג משנים קדמוניות, אזוי האבן זיך געפירט אלע גדולים פון אונזערע צייטן זיכער, ממילא אן אנדערע מאל פרעג ערענסט ווען מ'מאכט די ברכה, יאך ווייס דעם ענפער אבער היות דו פרעגסטו די פראגע נישט אזוי נאטורליך, ממילא וועל איך דיר נישט איצט ענפערן, יאך וועל מיך מוזן אויפירן אזוי ווי יאך האב זיך אויפגעפירט צום גראף, מ'דארף אמאל זיין שארף אויך.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2005 20:50 |
|
| |
מיין בעה"ב זאל לעבען פלעגט דאס אמאל צוטוען. קומען אין דער ארבייט גאר פרי און ערלעדיגען זיינע געשעפטען איידער מיר זענען געקומען. למעשה האט ער נישט געקענט באהאלטען זיינע ריינע כונות צוליב פארשמעקעדיגע סיבות. האבען מיר אים אויף א שיינעם אופן געבעטען ער זאל נישט קומען פאר אונז, און מיר'ן עפענען.
זינט דעמאלס זענען מיר אלע מיט ארבעטאר'ס ב"ה ניצול געווארען ממים הזידונים
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2005 21:16 |
|
| |
פארברענגן / נאטורליך ;
יישר כח פאר די קאמפלימענטן. [איך אנטשולדיג זיך: איך האב געשריבן די תגובה שפעט ביינאכט, צוריקקומענדיג פון א וואכנאכט, נאכן ארלעדיגן עטליכע פלעשער פון אונזער באליבטע משקה "ביר"].
התאחדות;
דו שרייבסט:
קרעמער יאך ווייס נישט אויב דו ווייסט פון אזא זאך "מנהג ישראל תורה", אבער דאס איז שוין א מנהג משנים קדמוניות, אזוי האבן זיך געפירט אלע גדולים פון אונזערע צייטן זיכער, ממילא אן אנדערע מאל פרעג ערענסט ווען מ'מאכט די ברכה, יאך ווייס דעם ענפער אבער היות דו פרעגסטו די פראגע נישט אזוי נאטורליך, ממילא וועל איך דיר נישט איצט ענפערן, יאך וועל מיך מוזן אויפירן אזוי ווי יאך האב זיך אויפגעפירט צום גראף, מ'דארף אמאל זיין שארף אויך.
קודם כל, פארוואס נעמסטו דאס אזוי פערזענליך?
אגב, דערמאנסט מיר א ווערטל... פארוואס מעג מען נישט זאגען קיין הייליג ווארט אין בני ברק? (זעה דיינע ווערטער אין רויט פאר אן ענטפער).
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2005 23:11 |
|
| |
הערט אויס במקום גדולים אל תעמוד, אז יאך זעה אז קרעמער גיבט נישט אויף דאן גיב איך אויף.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-30/11/2005 05:48 |
|
| |
א קליינע קשיא'לע צו דיר הער דיפלאמאט;
פארוואס נעמט דיר 24 שעה צווישן איין באזוך אין די קרעטשמע און דאס צווייטע?
האט מען דיר נישט שיין אויפגענומען די ערשטע פאר מאל? געפונסטו נישט דא דיין טייפ מענטשן? דיין פעווארייט ביר?
זאג וואס דו באגערסט, יאנוש וועט דיר דאס שוין צושטעלן.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/11/2005 05:52 |
|
| |
אפי' איין מאל אין א קיילעכיגן טאג איז איך אויך אסאך, נאר אמאל האב איך יא אביסעלע צייט.
איך געדענק נישט ווי מען האט מיר אויפגענומען.
זעסט שוין וויפיל איך בין דא? און וויפיל איך קום אן צו ליינען. לייג צו דעם לינק ווי מען נעמט מיר אויף.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/11/2005 06:17 |
|
| |
לינק שמינק!
נאדיר! דא האסטו איך דער ראש הקהל נעם דיך אויף בשתי ידים ובמאירות ענים!
ברוך הבא ר' דיפלאמאט!!!!
גראדע קענסטו דא גוט צונוצקומען, וויל מיר דארפן אסאך מאל דא פארהאנדלען מיט די ארומיגע גויאישע שכנים פון די קרעטשמע, און אזא דיפלאמאט קען אונז גוט צונוצקוצען.
עני וועי, נאכאמאל:
ברוך הבא ר' דיפלאמאט!!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-30/11/2005 06:20 |
|
| |
האלאו יענטאאש;
יעצט לייג א לינק צו דעם אשכול וואו מען האט דיר אויפגענומען פאר ראש הקהל... באלד וועט ער דאס בעטן.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/11/2005 06:22 |
|
| |
דא האט איר די לינק פון אייער אויפנאמע (טאקע נישט אזא שיינע... וואס קען מען טאן).
http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1681945
אויב איר האט דזשעי נעט, לייגט אריין "מסורת" אנשטאט "היידפארק" און עס וועט זיין הכל על מקומו יבא בשלום (איך שפיל יעצט ברוגז טאנץ מיט מסורת.. על דאטפת אטפוך.. מדה כנגד מדה..).
|
|
|
|
| נשלח ב-30/11/2005 07:24 |
|
| |
בוריך האבע ערעב דיפלאמאט [מאך עס באלד, רויט אויב דו ווילסט...]
די גאנצע אשכול איז בעצם זייער דיפלאמאטיש אהערגעשטעלט.
יענטאאש;
שריי נישט אזוי לינק שמינק שטינק !
עס קומט אריין א פרעמדער א נייער, שוין דארפסטו ווייזן יעדן ווער דו ביסט ?!
קענסט דאך נישט אביסל ביהעיוון ? יו גיי !
|
|
|
|
|