~~נחמן נטע'ס ה ס פ ד אויף נחמן נטע'נען~~
מורי ורבותי!
(דא שיס איך אויס אין א גרויס געוויין... קוים איך קען צום ווארט קומען)
די גמרא זאגט, בכע... בכע... בכע... בכע... (דער עולם ווערט מיטגעריסן אין געוויין...)
ששש, ששש, איז אזוי: דער גראף... דער גראף... דער מלך קשה כהמן וואס האט זיך דא אויפגעשטעלט איבער אונז ער איז דאך שולדיג אויף אלעם ער איז דאך דער וואס האט נישט געוואלט נחמן נטע'נען געבן דעם וואלד פאר די היי יעריגע געהילץ
אוי... עד מתי רבוש"ע אוי... אוי... אוי... אוי... אוי... אוי... (דער גאנצער עולם ווערט מיטגעריסן. קיין טריקן אויג זעט מען נישט...) עד מתי... עד מתי... עד מתי... עד מתי...
שבר על שבר א בראך אויף א בראך...
כ'על נישט מאריך זיין כ'על זאגן אין קורצן...
דער עולם, נישט יעדער, ווייסט אפשר דערפון, אבער עס קאכט זיך, עס האט געהאנגען עפעס א פרישע נייע ביטערע גזירה פון אט דעם זעלבן יעניגן גרויזאמען גראף.
ומעשה שהי' כך הי':
געווען איז דאס מוצאי שמחת תורה, ווען איך "נחמן נטע דער האלץ האקער" פון דארף האב זיך גענומען גרייטן צו דעם בעפארשייענדער ווינטער. אונזער דאָרף, די ארומיגע דערפער, אלעס דאַרף דאך האלץ פארן לאנגן ווינטער, וועלכער ווארט אונז שוין אט אט אונטער די נאז.
ווי עס שיינט, דא דערנעבן, נעבן אונזער דארף, וועל איך דאס יאר קיין געהילץ נישט האבן, דען דער גרויזאמער גראף האט זיך לעצטענס שטארק צולאזט מיטזיינע ביטערע גזירות, און א קרבן צו דעם בין איך דאך אויך געפאלן. לויט ווי ס'שיינט וועל איך פון דעם דערנעבנדיגן וואלד, פון וואו איך פלעג אלע יאר האבן דאס געהילץ, היי יאר נישט האבן פאר די געהילץ. נא וואס טוט מען? קיין צוויי ברירות איז נישט געווען, מ'וועט זיך מוזן ארויס לאזן אויפן באשעפער'ס גרויסער וועלט, און זיך איינהאנדלען נייע פארבינדונגען. איך וועל זיך זיכן בעסערע גליקן, בעסערע גרעפער פון אנדערע געגנטער, און פון זייערע וועלדער זיך שפייזן.
איך שפאן איין די פערד און וועגענער, איך געזעגן זיך פון די ווייב און קינדער אויף געציילטע וואכן. די ווייב פאקט איין די מאגערע צדה לדרך, און ויסעו... איך בין אויפן וועג...
ווייט ווייט, טויזטער קילאמעטער אוועק פון שטוב, אפגעשיידט פון ווייב און קינדער, זיצט זיך נחמן נטע אין זיין פארדזשאוועטן וואגן. שוין עטליכע וואכן אוועק פון שטוב, אוי באשעפער, ווער ווייסט וואס דארט טוט זיך? וואס מאכט מיין ווייב? די קינדער? דער קליינער וועלוול... אוי דער קליינער?
שוין, קיין סאך צייט דא פארברענגען דארף איך דאך שוין נישט, דער נארוואס געשטינעטענער געהילץ איז שוין אויף די שיף, און לויטן חשבון וועל איך האפנטליך ביז אפאר טאג בעזה"ש זיין אויפן וועג אהיים.
----
אין א פראסטיגן ווינטער נאכט, אין די פינסטערניש פון די נאכט, שא... ס'שא שטיל... דער דארף איז ווי א בית עולם, קיין נפש חי' זעט מען נישט פאר די אויגן, גאלאפירט זיך אזוי מיין וואגן אין די ריכטונג פון מיין באליבטע הייזקעלע. ס'שא שטיל, אלעס שלאפט, מען הערט נישט קיין מאג. אנגעפילט מיט פרייד שפאציר איך זיך אזוי מיט שטילע טריט באטראכטנדיג דאס געזונדל מיינע אה... ב"ה... אלעס און בעסטן ארדענונג אלעס אזוי ווי איך האב זיי איבערגעלאזט, דאנק דעם פון אויבן. אומגעדולדיג און נישט קענעדיג איינשלאפן שלאפן, האב איך שוין קוים אויסגעווארט אז דער פרימארגן זאל אויפשיינען און זיך באגריסן מיט מיין משפחה.
ענדליך, עס הויבט שוין אן טאגן, דער פארשטאנדיגער האן קרייט שוין, עס זעהט זיך שוין אן דער צווישנשייד צווישן טאג און נאכט, איך קען שוין קוים אויסווארטן ג-ט זאל שוין צוריק געבן די נשמה פאר מיינע קליינע נשמה'לעך, אבער זעהענדיג ווי ס'האלט אן לענגער ווי געראכטן, יעדעס איינציקע מינוט קוקט מיר אויס ווי א יאר מיט-א-מיטוואך, האב איך געהויבן מיינע טריט און זיך ארויסגעלאזט אויף א שפאציר צו די דארפ'ס "קרעטשמע", מיט'ן חשבון צו פארוויילן דארט א קורצע וויילע ביז דער פרימארגן וועט גענצליך באשיינען ג-ט'ס בריאה .
איך ריק מיך אריין אין די קרעטשמע אזוי אומבאמערקבאר, און אפסס... עפעס מאדנע... עפעס א מאדנער ערשינונג. דער האן האט שוין געקרייט, די פעלד ארבייטארערס זענען דאך שוין אויפן וועג צו דער ארבעט, די פאסטעכער גרייטן זיך שוין אין וועג צו פאשן די שאף, אין דא אין די קרעטשמע איז נאך ליידיג? האט דער זאנוועל דער שמש נישט געוועקט היינט דעם דארף? נישט געקלאפט אין די פענסטערס?
יא, דארט ביים ווינקל, אונטערן אויווען, זיצט זיך אזוי איינגעבויגן מיין באליבטער פריינד "חיים חייקל דער וואסער טרעגער", ברומט זיך אזוי אונטער זיין זיסן תילימ'ל געזאנג. פארשטייט זיך איך וויל אים נישט שטערן, איך ווארט ער זאל מיך באמערקן און מיר געבן שלום, און אזוי האף איך צו פארפירן מיט אים א שמועס איבער דעם מאדנער פאסירונג, און דערטאפן וואס דא קומט פאר.
אה שלום עליכם נחמן נטע – שטרעקט אזוי אונזער שמייכלדיגער חיים חייקל די האנט -
וואס מאכט איר עפעס? וויאזוי איז עס געווען? איז עס געווען מיט הצלחה? ווען זענט איר אנגעקומען? שוין לאנג דא? וואס זאגט איר עפעס גוטס?
א... א... שאד מען האט נישט גערעדט פון משיח'ן... פונקט נעכטן האט מען גערעדט פון אייך...
איך גיב אים וויש אפ מיט א פארווע'דיגן עליכם שלום ענטפער, זייענדעג אומגעדולדיג און זיכנדיג באלד צו ציען דעם שמועס איבער דעם ליידיקייט פון די קרעטשמע.
א... וואס הייסט... ב"ה א אויסטערלישער הצלחה געווען.
זאג מיר חייקל, פארוואס איז עפעס אזוי ליידיג דא היינט די קרעטשמע?
אה... בעסער פרעג נישט! – ענטפערט מיר אזוי חיים חייקל -
וואס איז? וואס גייט פאר?
זאגט חיים חייקל: אלעס דער גראף... דעעעררר גראף... ער איז אין אלעם שולדיג.
וואס איז? וואס איז שוין ווייטער? - שפיץ איך אן מיינע אויערען מיט גרויס נייגער צו הערן פון חיים חייקלן וואס ער האט צו דערציילן -
הער אויס - זאגט מיר חיים חייקל - איך קען דיר נישט איבערגעבן אלע פונקטליכע דעטאלישע פרטים וואס דא האט זיך אפגעשפילט די לעצטע פאר וואכן, זינט דו האסט פארלאזט דעם דארף, על רגל אחת, אבער איך וועל דיר זאגן אין קורצן:
דער באקאנטער גראף אונזערער, איז אינדערצווישן – זייט דו ביסט אוועקגעפארן – אויפגעקומען מיט א גיניאלן איינפאל, אז בכדי צו קענען אנמאכן מער צרות און גוזר זיין פרישע און שווערערע גזירות, וועט ער זיך ווענדן צו אונז אידן און אונז איינרעדן אז ער וויל זיך מגייר זיין. פארשטייט זיך אז מיר האבן אים נישט געטראסט, און ווי די הלכה, זאגט האמער אים'ען מדחה געווען. זעענדיג אז ביי אונז, לויט אונזערע מסורות, וועט דאס נישט גיין, האט ער זיך זיך געוואנדן מיט זיין פארלאנג צום אלגעמיינע ראבינער, פארשטייט זיך אז דארט האט מען אים באלד אנגענומען און ער איז געווארען א קעלאמפערשטער איד. גאר שנעל, ממש ביז גאר א קורצע תקופה, האבן אנגעהויבן ארויף צוקומען אויפן אויבערפלאך זיינע בייזוויליגע פארבארגענע פלענער, און מיט א פריש פנים, אונטער א נייעם מאנטל, האט ער באנייט און ווידער אנגעהויבן מיט זיינע גזירות.
נעכטן האט ער געהאלטן ביים ארויסגעבן עפעס א פרישע גזירה, אין בחסדי ה' האבן מיר זיך באלד דערוואסט דערפון, אדאנק אונזער הויכבאשעצטן "ראש הקהל" וועלכער איז א נכנס ויוצא ובא ביי חצרות השרים והמלכים, און ער מיט זיין גרויס געניטקייט און חכמה האט באלד פארשריגן די גזירה, נאך איידער עס האט עספיעט ארויסצוקומען און דער עפנטליכקייט.
ווי נאר די ידיעה פון די פאַרשריגענע גזירה האט געגרייכט צו די טויערן פון דארף, איז דער גאנצער דארף אריין אין אן עקסטאז, און זיך באלד צוזאמען געלאפן אין די קרעטשמע אפצוגעבן א שבח והודי' אויף די פארשריגענע גזירה. דער 'קרעטשמער' האט באלד באפוילן 'יאנאש'ן' אויסצולייגן פארן עולם 'שנאפס' און 'יין שרף', דער עולם האט זיך געלאזט וואויל גיין, כנהוג, וקבלה בידינו אז מ'טרונקט ווערט מען אביסל מבוסם-איבערגעטרונקען. אט דאס איז די סיבה וואס דער עולם איז נאך אזוי פארזונקען אין די חלומות...
בעת די פארברענג, האט זיך טאקע דער עולם - זייענדיג אביסל בגילופן - דערמאנט פון אייך, און מ'האט אנגעהויבן פרעגן און זיך ווינדערן וואו איר זענט אזוי לאנג? איינער האט געזאגט אזוי - בגילופנ'דיג - אפשר איז עפעס געשען מיט אים? דער אנדערער זאגט: נע... ס'קען נישט זיין... מ'וואלט זעכער געהערט! דער דרעטער זאגט: אויב שוין זיך דאכטן, דעמאלט דאכצעכמער אפשר איז שוין... רח"ל. דער פערדער האט שוין געזאגט ברוך ... האמת. בקיצור ס'געגאנגען מעשיות אויף מעשיות.
וואס מ'דמיונט' בייטאג חלומט מען ביינאכט...
באלד וועסטו שוין הערן ווי ס'געווען די לווי'. דער עולם חלומ'ט נאך אינגרויסן, באלד ווען דער עולם וועט זיך צוביסלעך אנרוקן, האלב אויסגעניכטער, וועסטו שוין הערן ווי זיי רעדן. שוין געווען די לווי'? נאכנישט געווען לווי'? ווען גייט דאס זיין? אוי נעבעך זיין וועלוועל... ווארט נאר צו אביסל.
גוט מארגן טייערע ברידער אין קרעטשמע.
שטייט אויף פון שלאף!!!!
והנה חלום...
זייט נישט באזארגט, דאס געהילץ איז אויפן וועג. אט אט וועט די שיף אנקומען צום בארטן אין די גרויסע שטאט, נאר מיט געדולד.
דער פון אויבן זאל העלפן, די הוצאת שם זאל מיר זיין צו אריכות ימים, ובלע המוות לנצח ומחה ה' דמעה מעל כל פנים. בב"א
תוקן על ידי - נחמן_נטע - 29/11/2005 22:59:07
 |
|
|