בית פורומים היימישע קרעטשמע

יעדער מענטש מיט זיין פאסטן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/11/2005 22:08 לינק ישיר 
יעדער מענטש מיט זיין פאסטן

אל כבוד כל החבירים, כאו"א בשם הטוב יבורך הי"ו

איך קום דא אריין - אמת, אלטס גאסט - און איך פרוביר זיך מצמצם זיין, זיך צוצושטעלן צו יעדעם מיט זיין טיטל, און איך ווער פארלוירן. דער איז א וואסער טרעגער, דער א האלץ האקער, ער א דיין, און דער אלטס יושב ראש וכו' וכו', שוין באלד נישטא קיין מענטשן וואס זאלן דינען אלטס "עולם"!!...

מיין בקשה איז צום מנהל, צו צו יעדן וואס האט א מינוט צייט, ווער קען מאכן א אשכול און זאל שטיין פשוט, טריקן און פראסט:

יענקל - דער זינגער
משה - דער בדחן
יגר סהדותא - דער פארפירער... נישט קיין חילוק, אבער נארמאל, איינער קומט אריין און בעט א גלעזל משקה פונעם וואסער-טרעגער, און ער טרינקט דאס אויס, און שפירט אז ס'איז בלויז וואסער... איר ווייסט וואס ער קען נאך טוהן? ער קען נאך מיינען דא טיילט מען וואסער און דער עולם מאכט זיך פלעין שיכור, ער וועט קיינמאל נישט אנהייבן צו באגרייפן אז דער ריינער אמת איז אז "יעדער" איז עכט שיכור...

מ'קען אויסמעקן מיין אשכול, אבער ערגעץ זאל זיין א "קלארער ריפארט" פון יעדעם'ס פאזיציע. יישר כח

ביי



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/11/2005 23:49 לינק ישיר 

גלעד;

מיר מעקן נישט קיין אשכולות, אויסער אויב עס ענטהאלט עפעס וואס איז אקעגן די תקנות (וואס איר קענט געפונען ביים דבר המנהל).

הגם עס איז שוין געווען אמאל אן אשכול פון אלע טיטלען און מיטלען פון די מיטגלידער דא, אבער היות אסאך פון די מענטשן און / אדער טיטלן האבן זיך שוין געטוישט, וועל איך פרובירן אראפגעבן א שטיקל באריכט.

איך וויל זיך אנטשולדיגן פאר אלע חשוב'ע מיטגלידער וואס איך געדענק נישט אויף די רגע זייער ניק און / אדער טיטל. די ליסטע איז נישט קיין פולקאמע, און ווארט צו ווערן ערפילט דורך די חשוב'ע קאלעגעס מיינע.

* *

קרעטשמער = ארענדער
(אונטער דעם ניק שטייען אלע חברי ההנהלה)

בן הרחמן = סעקרעטאר

פענסטער / נאט-טו-ביזי = מנהלי משנה

יענטאאש = ראש הקהל

זארעכפעפער = ראב"ד

התאחדות = מו"ץ

חיים חייקל = וואסער טרעגער

נחמן נטע = האלץ האקער

נאטורליך = פראטאקאלירער

יאנאש = סארווירער

גראף = גראף

יין שרף / שנאפס / קאניאק101 / פארברענגן = פארשידענע ערליי געטראנקען

סושי123 / סעמאן פיש = פארשידענע ערליי עסנווארג

לאוולי = מואווי איבערקוקער

מפוקל = מגיד שיעור (מחמת ענוותנותו לערנט ער נאכנישט פאר קיין שיעורים).

וועם האב איך פארגעסן?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-30/11/2005 23:52 לינק ישיר 

יאך האב שטענדיג געמיינט
אז איך בין דער קוימען-קערער דא



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/12/2005 00:18 לינק ישיר 

יישר כח

יעצט שוין מיט א ציטערדיקע שטימע... ווי אזוי באקומט מען דא א טיטל?.. .. .... ...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/12/2005 00:32 לינק ישיר 

מצורף קובץ

konyak



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/12/2005 01:11 לינק ישיר 

אויף ביזדערווייל:

יגר סהדותא = גאסט


יעצט ברויכט איר ווארטן אין די ליניע, די "טיטול" קאמיטע ארבעט אויף יעדן נאמען און טיטל באזונדער, דער פראצעדור איז א לאנגער, מען ברויך באשטעטיגט ווערן פון מינימום צוויי פערטל פון די חברי הנהלה.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-1/12/2005 01:28 לינק ישיר 

איך וואלט געהאלטן אז יגר זאל זיין דער עדות ביי די חופות וכדו'.

מ'דארף נאר זוכן נאך איין עדות, און דאן זענען מיינע געברויכן ערפילט, עטץ ווייסט דאך וויאזוי איך קוק אויס אלע מאל ווען מ'דארף האבן עפעס אן עד ביים בעסדין, ווי יאך מוטשע זיך צו געפונען צוויי כעוורע וואס זענען קאשער לעאיידיס, ראוו אוילעם איז שיקער וואו לאט, אבער יאך מיין אז דער ערנסטער יגר וועט זיך נאר אנטרונקען מיט די משקה פון חיים חייקל, מ'דארף טרעפן נאך אזא איינעם.

יאך האף איז אונזער קוימען קערער דער מנהל משנה עט מאתקים זיין צו מיין פארשלאג.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/12/2005 01:36 לינק ישיר 

אין א פרעצעדענטלאזע שריט האט די קאמיטע אונטער פארשלאסענע טירן איינשטימיג באשלאסן צו פארלענגערן די היינטיגע סעסיע כדי אז אונזערע חשוב'ע געסט וועלכע איילן זיך אהיימצוגיין צו זייערע שטובער זאלן שוין קענען היינט באשטעטיגט ווערן און נאמינירט ווערן צו זייערע חשוב'ע פאזיציעס.

דער יושב ראש האט פארגעשלאגן דעם נאמען "גאסט" פאר אונזער נייע און חשוב'ע גאסט "יגרסהדותא", ביזדערווייל זענען דא צוויי "יעי'ס" און קיין "נעי'ס". מ'ווארט אויף די באשלוסן פון די איבריגע חברי ההנהלה.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-1/12/2005 01:41 לינק ישיר 

פון מיר האט מען פארגעסן?! אזוי שנעל?!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/12/2005 01:47 לינק ישיר 

ניני, מען האט אפילו פון דיין עלטער זיידען פארגעסן... נעם דיר נישט צום הארצן, ביסט נאך א אינג קינד... וועסט עלטער ווערן וועסטו פארשטיין.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-1/12/2005 01:50 לינק ישיר 

פון מיין זיידע זאל רוען האט מען פארגעסן?!

אלע ווענט זענען דאך באהאנגען מיט זיינע בילדער?!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/12/2005 02:10 לינק ישיר 

התאחדות;

אזויווי כ'האב דיר שוין געזאגט אין פרייוועט, אז כ'דארף האבן דריי טעג צייט מיך איבערצוטראכטען, סאו זאלסטו מיך דערמאנען שבת איבער דעם. אקעי? (קיי)

ניני;

ווילסט אפשר ארויסקומען אין האלוועי, כ'דארף מיט דיר האבן א פריוואטע געשפרעך.

יגר;

אייגענטליך האסטו שוין באקומען א טיטול, אבער אויף דיין פראגע וויאזוי מ'באקומט דאס, העל איך דיר יעצט ענטפערן בקיצור נמרץ, און נאר אויף א חלק פון זיי.

חיים חייקל איז געווארן וואסער טרעגער ווען מנחם מענדל האט אזוי באשלאסן, און אזוי אויך נחמן נטע אלץ האלץ-האקער.

זארעך איז אונזער ראב"ד, ווייל ער האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין אונזער גרעסטע טאלמיד כאכעמ.

התאחדות האט זיך אליינס דערקלערט אלץ מו"ץ.

יי"ש שנאפס וכו' איז פשוט, און אזוי אויך סושי וסעמאן פיש.

THAT'S IT FOR NOW



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/12/2005 02:47 לינק ישיר 

גיוואלד צום וויפילטן מאל וועל איך דיר דאס זאגן אז ערעב זארעכ האט מיר אויפגענומען אלץ דאיען, עוורי טינג האט א שיעור



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/12/2005 02:51 לינק ישיר 

ר' קרעמער
א שיינער דאנק פאר די stigme פראטאקאלירער?! what a name



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/12/2005 02:53 לינק ישיר 

נאטורליך;

דעם טיטל האסטו שוין באקומען און זיך שוין באדאנקט דערויף מיט עטליכע חדשים צוריק. זעהט אויס אז די דאגות פון די נייע דירה מאכן פארגעסן אנדערע אומוויכטיגע דעטאלן...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-1/12/2005 02:56 לינק ישיר 

סאכדעס;

יאך האב דיר שוין יעמאלטס גענטפערט אויף דעם, איך ווארט נאך אלץ אויף אן אנטווארט פון דיר.

CHECK IT OUT



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > יעדער מענטש מיט זיין פאסטן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext