| נשלח ב-1/12/2005 03:57 |
|
| |
יישר כח פארן אנטראגן, אבער איך האלט שוין נאך נאכטמאל...
אגב וואס פארא קעיק איז דא, עס זעיט אויס פיין
|
|
|
|
|
| נשלח ב-1/12/2005 04:14 |
|
| |
טאטי שעם זעך נישט פארזוכט און האט האנאעה!
און פאר אלע דע וואס פרעגען,
ניין ס'איז נישט קיין איבערבלייבעכטס פון דע שאלעם זאכער!
פריש פריש!
|
|
|
|
| נשלח ב-1/12/2005 18:59 |
|
| |
נתן עמו"ש
יאך האבע נישט געוואוסט אז אין די פריע פארטאגסט שעה'ן באקט מען אפ אזא געשמאקן טארט, קאן זיין אז אין די יארן, איז די הלכה אנדערש, קוקט אויס אז יאך האב נאך וואס צו לערנען.

|
|
|
|
| נשלח ב-1/12/2005 21:02 |
|
| |
נתן101;
ס'גראדע יא מילכיג, אבער אזוי ווי עס איז חלב עכו"ם (גענומען פון גוגעל אימעדזשעס) איז נישט קיין פראבלעם, ווייל אין איסור חל על איסור.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/12/2005 21:09 |
|
| |
שלו' עליכם מיינע באליבטע פריינד
אלס א נייער דא אין קרעטשמע האב איך זיך געוואלט מיט טיילן מיט די שמחה פון די טשיז קעיק, אבער צו מיין באוואונדערן האט מען דא מברר געווען א הלכה פון אין איסור חל על איסור, וואס לויט ווי אזוי איך האב געלערנט, איז דאס ביי אזא פאל נישט שייך.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/12/2005 21:33 |
|
| |
ערשט שאלעם עלייכעם הער שעמעןאכאר
און איצט א פרייליכער גראם
בייןאונז אין קרעטשמע קודם מ'באדארף
טרינקען מאשקע על אף
דארויף קען מען אביסל קעז קוכן
פון מרת נתן פארזוכן
זי איז שוין לכאורה גאר אן אלטער
ממילא האבען מיר זיך געטוהן באמיען מיט א היתר
זאל זי נישט פארשעמט בלייבן
זאל זי זיך דעם אומעט פארטרייבן
קוים אויף די עלטער געהאלפן געווארן מיט א בן
זי ווייסט נאך נישט וואס ווער און ווען
יאך בין דער דאיען אין דא די קרעטשמע דאס איז קלאר
יאך האב אויף דעם היתר אן הסכמה געגעבן אז סיז וואר
ביטע נאט אייך א גלעזעלע וויין
זאל דא אביסל פרייליך זיין
און אויף א געמיט א פרייליכע
זאלסטע איבערלערנען די האלאכע
און אויב עפעס א הערה דו האסט
וועל איך נישט ווערן צו באסט
כך דרכה של תורה
כי טוב סחרה מכל סחורה
איך וועל זיך מיט מיינע מקורות באמיען
דו זאלסט האבן אויף וואס זיך צו באציען
אויב האב יעך א טעות געטוהן מאכן
וועל איך שוין גארנישט לאכן
איך העל מיין היתר מאכן צונישט
דו וועסט שוין ווערן אינגאנצן צומישט
דו וועסט דאס קיינמאל נישט גלויבן
אז סאכדעס דער דאיען וואס זיצט ביים אויבן
ווייסט אויך פון דעם כלל דעם באקאנטן
כשם שאי אפשר לבר בלי תבן
אזוי אויך קען ער א טעות מאכן
סיהאט שוין פאסירט אזעלכע זאכן
די פראבלעם איז נאר וואס סי שטייט אין די מאמרים
אז יאך האב נישט לעצטענס דעם דיבוק חברים
ערעב זארעכפעפער האט מיר איבעגעלאזט אויף א לאנגע צייט
זייט יעמאלט זיץ איך פאר זיך אין א זייט
יאך האב נישט מיט וועמען א הלכה איבער צו שמועסן
אוי יאך ווער שוין אינגאנצן צוריסן
יאך האף אז ער וועט זיך אנרופן וואס געכער
איך זאל נישט דארפן זיין פון איהם העכער
און א נייעם ראב"ד מוזן אויפנעמן
יאך מיין מיך יאך האב זיך נישט פון וואס צו שעמען
און עפעס א מו"ץ'ל וועט שוין די באהערדע צו שטעלן
אזאנס וואס עט יעדעם געפעלן
יאך וויל שוין נישט מאריך זיין
די ארבעט ווארט אויף מיר יאך מוז שוין גיין
באלד דעקן דעם באנק איך מוז
ווייל דער אווערדרעפט קומט שוין אהן ביז...
האט מיר א גוטן טאג ברודער
הייבט אהן זינגען "גישמאקע" לידער
"נאטורליך"ערהייט וועט מען דאס פון "פענסטער" הערן
אז אב הרחמן זאל זיך צו אונז שוין קערן
און פון דעם "ביטער (זיס)"ען גלות אונז אויסלייזן שנעל
ווי העוו טו געט סאומטינג וועל
אוקיי דאס איז דאס
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-1/12/2005 22:05 |
|
| |
איך לאז ניש מאנע קינדער עסען דע שיסקעיק, ווער סעוויל עסען זאל פרעגען מאמעניו,
זאטס מער און האטס מער
|
|
|
|
|