| נשלח ב-5/12/2005 07:35 |
|
| |
וויאזוי קוקסטו אויס ?
ווען איך זעה א ניק און איך ליין אתגובה שפרינגט מיר ארויף אין מיין דמיון וויאזוי יענער קוקט אויס.
לאמיך פראבירן;
קרעמער = א בלאנדער טיכטיגער יונגערמאן, פעשליך, לאכט פון די וועלט...
יענטאאש = א דארער אידל, גאנץ זיסליך...
נאטורליך = א רויטליכער, מיט א פלאכע ביבער הוט...
קרעיטשמער = א מענטש אן א נאז...מיט א גרויסן יארמולקע...
פענסטער = די קאליר גרין...
פויער = א דיקליך הויכער פארשוין.. מיט ברוינע לעדערנע פאסיק און שטיוול...
גראף = א פרומער מיט שווארצע גלעזער...
יין שרף = צוליב א סיבה ווייס איך נישט.
נאט טו ביזי = א שיינע ארויפגעדרייטע בארד מיט רימללעס גלעזער...
שנאפס = גייט אן א וועסטל...מיט די ציצית אינטערן העמד...
זשובוי = א הויכער באטעמט אידל... רעדט אביסל עברית...
וועם כ'אב אויסגעלאזט זאל זיך מעלדן.
כמובן, דאס איז אלעס בלויז א דמיון וואס קומט לייענענדיג א תגובה אדער ווען מען זעהט א ניק, און ס'יז גארנישט מחייב און נישט מוכרח, און זיכער נישט אמת ...
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2005 07:40 |
|
| |
gishmoker
גאנץ גוט צוגעטראפן
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2005 07:43 |
|
| |
וואס טראכסטו ווען די קוקסט אמאל איבער דיינע תגובות?
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2005 08:07 |
|
| |
וואס טראכסטי יעצט אז איך קוק אויס ווי?
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2005 11:35 |
|
| |
גישמאקער.
איך האב אויך אזוי אמאל געטראכט, און איך טראכט נאך אלץ.
אבער ווען מ'טרעפט זיך מיטן מענטש וואס שטייט אונטערן ניק, בד"כ ווערט מען זייער איבעראשט.
ס'איז אינגאנצן א אנדערע וועלט.
ווילסט סעמפל'ס?
איך קען נישט געבן אלץ גלוי!
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2005 14:33 |
|
| |
געשמאקער שרייבט:
ווען איך זעה א ניק און איך ליין אתגובה שפרינגט מיר ארויף אין מיין דמיון וויאזוי יענער קוקט אויס.
לאמיך פראבירן;
קרעמער = א בלאנדער טיכטיגער יונגערמאן, פעשליך, לאכט פון די וועלט...
חביבי, דו האסט אלעס קלאר ארויס! דיין כח הדמיון איז עפעס אומנאטורליך געוואלדיג צוטרעפנדיג צום פונקט! און צום 'פונקט' מיין איך טאקע 'פונקט' פארקערט...
איך וועל נישט דערציילן אלע פרטים צוליב גילוי... אבער אויף די לעצטע זאך קען איך דיר ארויסגעבן דעם סוד: נישט "לאכט פון די וועלט", נאר "די וועלט לאכט פון אים"!
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2005 15:47 |
|
| |
קרעמער,
אלו ואלו דברי...
מילא א צורה קען מען אויס'דימיון'ן דער אויסקוק, אבער וויאזוי קען מען אויסמשל'ן אז מ'לאכט פון די וועלט?
אלא מאי, איינער וואס לאכט פון די וועלט רעכנט זיך דאך נישט מיט די אויסקוק און ער טוט זיך באקליידען צוגעפאסט צו זיין מיינונג און דעריבער ווייסט מען שוין אז ער לאכט פון די וועלט.
פרעג איך אייך, לאכט דען נישט די וועלט פון אזא איינעם
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2005 16:03 |
|
| |
איך האב געמיינט אז קרעמער איז א רויטער?
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2005 17:09 |
|
| |
כורמיזא (איך קען נאך אמאל באשטיין צו פארשטיין די פירוש פון דיין ניק, איז דאס אזא סארט כרעמזל?);

|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2005 17:48 |
|
| |
און געוואלד פון דע דאיאנעם האסטו אזוי כלאחר יד פארגעסן?
וואזשע גייט פאר מיט דיר גישמאקער? ביזט דאך אקאורשט געווען ביי מיר אין דאיען שטיבל מיט א שאלע
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2005 17:54 |
|
| |
אין אנדערע ווערטער: כורמיזא = THUMBS UP?
אויף וועלכע שפראך? וויאזוי איז דאס מרומז אין די ווארט כורמיזא?
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2005 18:08 |
|
| |
התאחדות אויש אינגאנצען פארגעסן פון דיר... יויש אויש קויש טויש....
טאקע דערפאר ואוס איך בין אזוי אפט ביי דיר פרעגן שאלות, דמיון איך נישט פון דיר ווייל איך זעה דיך דאך אין ריעליטי...
התאחדות = א ווייסע בארד,, נישט שרייבן כנגד תקנת הפורום.
כורמיזא = א מידל עידזש איד, מיט טיפע אויגן...250 פאונדס...
טאטי11 = א שטרענגע פנים, מיט א שפיציגע בארד...
נין הרחמן = א קליינע מיידעלע בעבי...
איינעם פארגעסן?
יעצט חברה שרייבסט אויך וואס איר דמיונ'ט לאזט מיך נישט אליינס. איך בין נישט בעל הבית אויפן אשכול....
תוקן על ידי - kraitchmer - 05/12/2005 19:22:10
|
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2005 18:28 |
|
| |
און יעצט קרעימער אפשר קענסטו מיר זאגען וואס THUMBS UP מיינט? און צו דען ווערט עס דערמאנט אין אונזערע מקורות?
-
איך נעם אראפ די חתימה
|
|
|
|
|