בית פורומים היימישע קרעטשמע

שוין געהערט אמאל דעם אויסדרוק: נמאס?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/12/2005 02:52 לינק ישיר 
שוין געהערט אמאל דעם אויסדרוק: נמאס?

דאס בין איך!

איך פארמאג הונדערטער ניקס דא אויף היידפארק, איך געב אוועק מיליאן שעות פאר די נארישע תגובות דא און דארט.

איך געב אויף!



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-6/12/2005 02:56 לינק ישיר 

קרעמער;

כ'ווייס נישט וועגן די אנדערע ניקס, כ'קען דיך נישט אלס זיי, אבער מיט 'קרעמער' ביזטו זייער זיס, ס'איז אינטערעסאנט און אפילו באלערנד יעדעס ווארט, פארהאק אלע פון זיי און פארבלייב נאר מיט 'קרעמער', וועסטו זיין א נארמאלער (.....) מענטש אזויווי איך (..... עם..... גארנישט...).



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/12/2005 03:01 לינק ישיר 

לכאורה קרעמער ביסטו נישט קיין גרויסער בעל פרנסה. ווי קען מען מאכן געלט אז מען איז ביזי מיט דעם און דער קאפ איז נישט אריין געטאן אין ביזנעס?

אבער א פאר א געלעכטער ביסטו עי. 1



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/12/2005 03:03 לינק ישיר 

א גוטן שלום עליכם;

ווער ביסטו?

ווער? 'לעקיש' בער.....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/12/2005 03:12 לינק ישיר 

דער שטענדיגער שמייכל אויף חיים חייקלס געזיכט ווערט מיטאמאל איבערגעדרייט. ער דרייט זיך אזוי ארום צווישן די טישן א פארווייטאגטער, פיל מיט צער, און ער פרעגט אלע פארבייגייערס:

האט איר שוין אמאל געהערט עפעס אזא מין "מיאוסער" אויסדריק פון א יודיש מויל?

נאך מער איז קענטיג זיין פארווייטאגטקייט, ווען ער מערקט, אז אפשר קומט גאר דער אויסדריק פון עפעס אזא סארט "פארשווארצטע ביטערקייט"... וואס האט דעם דאזיגן ארום גענומען.

חיים חייקל שטארקט זיך, און ער גיבט א שריי אויס מיט א הויכע שטימע:

מרה שחורה, דאס איז דאך די ארגסטע סחורה.
נישט דא און אודאי נישט דארט, עס טרעפט אין ערגעץ נישט קיין ארט.
אודאי און אודאי דארף מען דאס נישט זאגן, אז ביי אונז און די קרעטשמע קענט איר דאס זיכער נישט פארמאגן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/12/2005 03:16 לינק ישיר 

לעקיש האט עפעס א קרעטשמע גערוך.

און צו דיר ר' קרעמער, קיין שום זאך איז נישט גיט צופיל. דארפסט נישט אנטלויפען פון דא נאר מאך זיר אפ א זמן אין טאג וואס דו באזיכסט אונז, די איבעריגע צייט ווער אנטרינען. אויך לאז איבער אלע נעמען, באניץ זיך נאר מיט איינס והכל על מקומו יבוא..

פארהאן טעג וואס איך טרעט נישט אריבער דער שוועל, איך האב נאר איין נאמען. אזוי ארום פארבלייבט דער קרעטשמער א פיינער פארוויילונגס פלאץ.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/12/2005 03:19 לינק ישיר 

פון די אנדערע זייט קרעטשמע גיט א שפרינג אויף פון ארט דער ראש הקהל -וועלכער איז דארט געזעצן אביסל פארכמורעט נאכדעם ווי יענער איז אריינגעפאלן אין א שטיקל מרה שחורה-און ער שרייט אויס מיט א ניגון פון ליהודים:

חיים חייקל, חיים חייקל,
אלעמאל מיטן שמייכל,
טוסט אזוי גוט זאגן,

דו זאגסט גוט און ריכטיג,
אין א צייט אזוי וויכטיג,
פונעם קרעמער די מרה שחורה ארויס צו שלאגן,

ליהודים ליהודים! הוי אוי אוי אוי.......





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/12/2005 03:48 לינק ישיר 

חיים חייקל איז אט אהער אריין געקומען,
א ברייטער שמייכעל האט יעדען באנומען.
יענטאש וואס שטייט הויעך אויף א באנק,
אינמיטען אראפשלעפען א ספר פון שאנק.
אים געפעלט זייער חיים חייקל'ס באזיך,
גיט א שפרינג אראפ געשווינד און גיך.
ער איז אונז אלע מכבד מיט א כוסה,
זיך פארגינט ער א גלאז דייקא א גרויסע.
און וויל שוין מיט אונז מאכען א רינג,
ווען איך האב קוים נאס געמאכט די צינג.

די שניי ברענגט אריין נאך אפאר קאלטע לייט,
וואס זענען נאך פון זייער היים גאר ווייט.
קומט'ס אלע לאמיר זיך פרייען מיט ר' יענטאשש,
אז מיר'ן בלייבען ביז'ן דערפרי וועט זיין באנדאש.
איך מיין אייער גיט'ס פאלגט'ס מיין עצה,
יעדער זאל אוועק שטעלען דעם פעקעל פון די פלייצע.
א שטיקעל קומזיץ אינטערן אויווען עס קען נישט שאדען,
ביז דער שניי וועט פארלאזען אונזער ישוב און באדען.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/12/2005 04:09 לינק ישיר 

חיים חייקל מיט זיין שמייכל אינדערזייט
שטעלט זיך אויף לכבוד דעם פרישן גאסט 'נאטורליכ'ערהייט
אלע לויפן זיך צוזאם
חיים חייקל וויל אויך עפעס זאגן לויטן גראם

א מעשה נורא האט דא היינט פאסירט
בעת איך האב צווישן די טישלעך שפאצירט
אויף אונזער באליבטע קרעטשמע וועלכע איז אויף 'שמחה' באזירט
האבן עפעס מאדנע חברה זייער מזל פרובירט
און דעם 'ביטערן טראפ' אויף איר אנגעשמירט

הגם לכבוש את המלכה עמי בבית?
זיך דא אריין צוריקן ווי א ביטערער זית?
דא אין אונזער מלוכה וועלכע איז מיט - און אויף - שמחה געבויט!
ווי האט ער זיך אויף אזעלעכס געטרויט?

חיים חייקל טראכט א געדאנק
עס זאל אייך נישט זיין באנג
אבער אפשר אזוי אומווילנדיג
זענען מיר גאר אין דעם שולדיג
וואלטן מיר געווען מער פרייליכער געווען
וואלט אפשר ביי אונז אין די קרעטשמע אזאנס נישט געשען...
דער יעניגער וואלט זיך געווען מיט אזוילעכיגס נישט געטרויט
ווייל ער וואלט געשפירט ווי עס ברענט אויף אים די הויט!

און מיט דעם יעניגן מיט זיינע מחשבות זרות
וועלן מיר שלאגן כפרות
מיר וועלן אים שיקן קיין עזאזל
און מיר'ן זיין נאר פרייליך אלעמאל!!!


תוקן על ידי - חיים_חייקל - 06/12/2005 4:10:08



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/12/2005 04:36 לינק ישיר 

אזוי? איך האב גאנישט געהערט פון די מעשה נורא,
נאר דאס זינגען פון יענטאש ליהודים היתה אורה.
א מזל ר' חיים חיקל שטייט דא אויף דער וואך,
שטייט תמיד על המושמר און היט אפ די זאך.
די שמחה זאל זיך נישט אפטוען פון אונז קיינמאל,
ביז מיר וועלען אלע זוכה לישועת ה' וישראל.

אצינד וועלען מיר דעם קרעטשמע אויף א וויילע פארלאזען,
אינגיכען ווערט ער דורכ'ן ראש הקהל סייווי פארשלאסען.
מיר'ן גיין צום שוהל ווי מיין חבר ווארט אומגעדולדיג,
אז איך האב אין אינטערנעץ פארזוימט וואס איז ער שולדיג.
ער זינגט זיך שוין אינטער אמר אביי, יאמאמיי יאמאמיי,
איבער די פארע פון א קאכעדיג גלעזעל טייה.
וועל איך אים נישט לאזען ווארטען צו לאנג,
איך גיי שוין זיך זעצען קעגען אים אויף די באנק.

תוקן על ידי - נאטורליך - 06/12/2005 4:42:39



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/12/2005 21:38 לינק ישיר 

סאכדעס דרייט זיך אהין און אהער
ער קען נישט דערגיין ווער איז דאס ווער
א פרישער גאסט אין די קרעטשמע געקומען
שרייבן על דא ועל הא זיך גענומען
איי דיי דיי דיי דיי דיי
ער קוקט אויף זיין פאספארט ארויף גלייך
ער מיינט ער וועט זעהן וואס איז שייך
אבער ניין ער איז א היגער געבוירענער
ער איז נאך אין קיין שטאט געווען א פארלוירענער
די קרעטשמע איז זיין ערשטער סטאנציע
אזוי קוקט אויס אויף זיין אינפארמאציע
איי דיי דיי דיי דיי דיי
אבער ווער קען דאס זיין ער קוקט אויס א היימישער
איי דיי דיי דיי דיי דיי דיי
ער איז דאך גארנישט א אומוויסענדער
איי דיי דיי דיי דיי דיי דיי
היינט ווען סיז איהם געווארן נמאס
איי דיי דיי דיי דיי דיי דיי
איז אויך דער סוד נתגלה ווער איז עס
איי דיי דיי דיי דיי דיי דיי דיי
דאס איז נישט קיין אנדערער
ווי קרעמער דער באקאנטער
נישטא קיין טאטעניו און נישט קיין טאטי
ער האט געמיינט אונז זעמער פאנאטי
און איצט קרעמער ווען דו גיבסט א זאג
איך בין זייער פארנומען, א גאנצן טאג
על איך שוין וויסן אין קרעטמשע א בליק נישט שענקן
ווייל סיז נישט דא מיט וועמען צו פארברענגן

האט מיר א גוטן טאג



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/12/2005 22:24 לינק ישיר 

סאכדעס טייערער
קום אהער
זאג מיר ברודער
שטיל אין אויער
ווען דו האסט דארט
געקוקט אויף מיין פאספארט
האסטו אפשר באמערקט
און אריינגעקלערט
אז איך האב שוין געשריבן
דעם פינגער אויסגעריבן
1793 תגובות געב א קוק
נאר מיט דעם איינעם ניק
ס'לעבן איז מיר ב"ה זיס
בכלל נישט מאוס
אבער וויפיל איז דער שיעור
צו טרינקען ביר?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-6/12/2005 22:34 לינק ישיר 

ביר און "יין שרף" זאלסטע טרונקען ביז דו וועסט ווערן שיכור
הערשט דעמאלט וועסטו ריכטיג איינזען אז דער לעבן איז דיר זיס ווי צוקער
ביי ערליכע יודען ווען זיי זענען שיכור ווי לוט
הערשט דעמאלט קומען זיי צו צו די ריכטיגע עבודה וויאזוי צו דינען ג-ט




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/12/2005 23:57 לינק ישיר 

דער וואונדער איז טאקע דאס
אז נאך אזויפיל הודעות
איז נאך ניקס געווען
צו שרייבן אסאך און שעהן
מסתמא נאט טו ביזי ביסטע
ווייל אסאך צייט האסטע
לאמיר זיך טאקע איבערקלערן
ווי אזוי דאס איז געטוהן ווערן
ביסטו שוין נמאס און טוסט קראכן
פון אזויפיל יציאה און כניסה מאכן
אלא מאי א קוזאק הנגזל טוסטו שפילן
אבער מיר וועלן דיר דאס נישט לאזן ערפילן
זיי זיך אבער "שוין" מודה
אויב ווייסטע וואס איז גוט און הוידע
שרייבן אלע דיינע ניקס פאר דעם ציבור
כדי מיר זאלן וויסען ווי אזוי מ'לייגט דיך איבער
מער זאלסטע נישט מאכן פון אונז דאס גענאר
זאלסט אונז נישט שטעלן אין א געפאר
מיר ברויכן מענטשן וואס איין ניק טוט זיי באפרידיגען
און טוען נישט דעם עולם שלעכט טריטען

אוקיי יאך קען שוין נישט ווייטער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/12/2005 00:05 לינק ישיר 

וואס פונקטליך ווילסטו התאחדות? מיינע אלע ניקס אויפאמאל? אדער איינס אויפאמאל?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/12/2005 00:36 לינק ישיר 

פויבסט טייערער יאך האב דיר נישט געטוהן מיינען
מיינע ווערטער איז געוואנדן צו דעם וואס טוט ערשיינען
מיט דעם נאמען קרעמער און איהם איז נמאס און ביטער
אויף אזוי ווייט אז דא אין קרעטשמע וויינען טוט ער
חוץ אויב דו ביסט איינע פון די ניקים זיינע
דאן טוה איך מיינע ווערטער שיינע
צוריקציען כאילו איך האב גארנישט געזאגט
דאן קען דער פויבסט גיין וואו די אויגן זיינע טראגט
זאל קרעמער ביטע מיט די קרעמער ניק ארויפקומען
און מיט תשובות לאנגע זאל ער שעלטן און שימפען
עד כי יבוא שילה
און פון די קריסטן מיר וועלן מאכן נעילה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > שוין געהערט אמאל דעם אויסדרוק: נמאס?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext